בלאט 1 פון 6

קאווע שטיבל פרעזענטירט: "דער וועקער" - נומער 1

נשלח: מיטוואך יוני 01, 2016 11:47 am
דורך [NAMELESS]
עס איז מיר א גרויס כבוד צו פרעזענטירן פאר אייך דעם ערשטן זשורנאל פון "דער וועקער" (סיון
תשע"ו), מעשי ידיהם להתפאר פון אונזערע באליבטע פריינט, די סאמע געלונגענסטע מוחות און בעסטע פעדער'ס פון 'קאווע שטיבל', און גראפירט דורכן גלגול חדש פונעם באקאנטן ארטיסט מר. פיקאסא שיחיה. ברוך ה' שהחיינו וקיימנו והגיענו לזמן הזה!

איך קען נישט גענוג באטאנען די אומערמידליכע ארבעט עס איז אריינגעגאנגען דערין, און מיר האפן אז איר וועט אלע הנאה האבן דערפון. גלייכצייטיג ווילן מיר בעטן, עס איז אן עבירה אז די רייכע קאלירן זאלן פארלוירן גיין, פרינט ביטע ארויס דעם שיינעם זשורנאל "דער וועקער" אין א קאלירטן פארמאט פאר אייער פולער הנאה. אויך וועט אי"ה זיין א מעגליכקייט צו באשטעלן א קאלירטן ביכל אויף עמעזאן, און וועט באזונדער געמאלדן ווערן.

גלייכצייטיג טוען מיר בעטן, אונזער הארעוואניע וועט זיך אויסצאלן נאר אויב עס וועט דערגרייכן וואס ווייטער מעגליך. זאל זיך יעדער פארנעמען דאס צו שיקן ווייטער פאר וועם ער קען נאר, כדי דאס זאל האבן א הילכיגע ווידערקלאנג אין גאס.

מיר ווילן באזונדער קלאר מאכן, אז וויבאלד דאס איז נישט קיין ריזן אויסגאבע ווי 'פה סח', 'פרי עט הדר', און דאס גלייכן, האבן מיר ספעציעל אויסגעשטעלט די סייז גרויסקייט דערפון אז ס'זאל ווערן ארויסגע'פרינט'עט ווי א ביכל [BOOKLET], און נישט אויפן רעגולערן אופן וואס וועט נישט אויסזען גוט (אין קומענדיגן תגובה וועט איר טרעפן דעטאלירטע הדרכה וויאזוי ארויסצופרינטן דעם בוקלעט).


ליינט און האט הנאה!


ווי עס וואונטשט,
אייער פריינט - אדנירם

נשלח: מיטוואך יוני 01, 2016 11:51 am
דורך [NAMELESS]
אנווייזונג וויאזוי ארויסצו'פרינטן דעם זשורנאל אלס 'ביכל'/BOOKLET [געשריבן אין ענגליש, צוליב די פילע ענגלישע טערמינען]:

[left]Under Page Sizing & Handling, choose Booklet.
Select Auto-Rotate Pages to automatically rotate each page, if you don't have an auto rotate printer, folow the instruction on screen
IMPORTANT: make sure binding is set to RIGHT[/left]

ליינט דא מער דעטאלירט, מיט בילדער.

נשלח: מיטוואך יוני 01, 2016 12:06 pm
דורך Chuchem
מוראדיג פראפעסיענאל אראפגעלייגט פאר א נייע ליינער.
הערליכע אויסשטעל (כחומר ביד היוצר . . .)

נשלח: מיטוואך יוני 01, 2016 12:14 pm
דורך רויטע וואנצעס
מיר זענען אלע קאווע שטיבלער היינט. די אקטיווע און די נישט אקטיווע, די אונליין אידן און די אפליין אידן. א פראוד טאג פאר אונז אלע. יישר כח פיקאסא, אדנירם און די סטעף.

נשלח: מיטוואך יוני 01, 2016 12:19 pm
דורך ירח בן יומו
הערליך. 86 דאונלאודס אין א האלבע שעה, אקעי.

די פיקטשערס פון די בחורים ביים ארטיקל פון אררויסווארפן בחורים פון ישיבה איז מיט רשות? די "מאמענט" האט זיך לעצטענס געמיטשעט מיט אזא פראבלעם.
-----------------------------------------------------------------------------------------------

איז די סייט דא גרייט פאר די טרעפיק וואס גייט דא קומען צופארן?

נשלח: מיטוואך יוני 01, 2016 12:22 pm
דורך נתן מנחם
הערליכע ארבעט!! איך זיך א נייע זשאב. ווי טרעפט מען איבריגע צייט צו ליינען יעדעס חודש?

נשלח: מיטוואך יוני 01, 2016 12:24 pm
דורך געוואלדיג
wow לאמיר האפן אז עס איז א נייע זריחה פון ארגינאלע אידישע דזשורנאליזם, הערליכע ארבעט, מייסטער גראפיק.

נשלח: מיטוואך יוני 01, 2016 12:25 pm
דורך שאולדיספריםפאקער
נתן מנחם האט געשריבן:הערליכע ארבעט!! איך זיך א נייע זשאב. ווי טרעפט מען איבריגע צייט צו ליינען יעדעס חודש?

דער שבת נאכמיטאג איז ברוך השם גענוג לאנג

נשלח: מיטוואך יוני 01, 2016 12:28 pm
דורך קנאקעדיג
טאקע ווי שענער ס'איז מאכט עס מיר upset אז ס'נישט עכט עוועלעבעל פאר פאטענשעל ליינערס. א דזשורנאל וואס איז נאר עוועלעבעל פאר דאנלאוד אדער עמעזאן איז נישט אנערקענט אלס א מציאות, אזוי ווי דער איד וואלט געווען נאר אויף עמעזאן וואלט עס געהייסן אונטערגעגאנגען. מ'מיז טרעפן א וועג ס'זאל זיין כאטש אין צוויי דריי פיזישע לאקעשענס אין יעדע שטאט

נשלח: מיטוואך יוני 01, 2016 12:34 pm
דורך זבולון
עורר חדש זרח והעיר את השחר, בא להעיר ונמצא מערער, ותהום העיר.

נשלח: מיטוואך יוני 01, 2016 12:40 pm
דורך שאולדיספריםפאקער
קנאקעדיג האט געשריבן:טאקע ווי שענער ס'איז מאכט עס מיר upset אז ס'נישט עכט עוועלעבעל פאר פאטענשעל ליינערס. א דזשורנאל וואס איז נאר עוועלעבעל פאר דאנלאוד אדער עמעזאן איז נישט אנערקענט אלס א מציאות, אזוי ווי דער איד וואלט געווען נאר אויף עמעזאן וואלט עס געהייסן אונטערגעגאנגען. מ'מיז טרעפן א וועג ס'זאל זיין כאטש אין צוויי דריי פיזישע לאקעשענס אין יעדע שטאט

איך האלט מען זאל אנפאנגן מיט די נישט יודישע news stands אין די היימישע געגנטער זיי האבן נישט קיין פראבלעם עס צו פארקויפן

Re: קאווע שטיבל פרעזענטירט: "דער וועקער" - נומער 1

נשלח: מיטוואך יוני 01, 2016 12:51 pm
דורך הערסטע
שטעל עס נישט צוזאם מיט די גויאישע צייטונגען, ס'איז א הערליכע אידישע דזשורנאל באלאנגט עס ביי די יודישע

נשלח: מיטוואך יוני 01, 2016 12:55 pm
דורך [NAMELESS]
פריקען מעסיוו!

#מעיק_דזשואיש_ליטרוטשער_גרעיט_אגעין

נשלח: מיטוואך יוני 01, 2016 1:05 pm
דורך הוגה
איך וועל שטייטליך ליינען אלע ארטיקלן אין די קומענדיגע טעג, איך האב נאר יעצט געליינט די צוויי הקדמות פון [tag]אדנירם[/tag] און [tag]פיקאסא[/tag], ביידע זענען ארטיקלן פון די העכסטע קאליבאר און זענען ראוי לעלות על שולחן מלכים. א הערליכע ארבייט!

.

נשלח: מיטוואך יוני 01, 2016 1:07 pm
דורך שטילע אינגערמאן
Amazing

יעצט קומט אריין די נייעס אז די שערס פון שטערן, בליץ, מאמענט, האבן געפערלעך געטראסקעט. רבותי נעמט ארויס אייער געלט תיכף

ביגלאייזען האט געלאסט וויסן אז ער קען באשטיין צו פארקויפן

[tag]פיקאסא[/tag], די עולם וויל די לייקן. שרייב אפאר שורות ס׳זאל זיין ווי חל צו זיין.

נשלח: מיטוואך יוני 01, 2016 1:17 pm
דורך שאולדיספריםפאקער
ווען גייט עס זיין צו באקומען אויף עמעזאן ?

נשלח: מיטוואך יוני 01, 2016 1:19 pm
דורך [NAMELESS]
שאולדיספריםפאקער האט געשריבן:איך האלט מען זאל אנפאנגן מיט די נישט יודישע news stands אין די היימישע געגנטער זיי האבן נישט קיין פראבלעם עס צו פארקויפן

א גוטע איידיע פאר די ווילימסבורגע אידענטום זיכער, עס איז דא 2 לאקעשינס אין ווילימסבורג ווי עס ווערט פארקויפט די העבראישע צייטונגען איינס איז די באקאנטע ניוז סטענד אויף בראדוויי און ביים גאז סטאנציע ביי קענט סמוך ונראה לבית המדרש סאטמער

נשלח: מיטוואך יוני 01, 2016 1:28 pm
דורך [NAMELESS]
שאולדיספריםפאקער האט געשריבן:ווען גייט עס זיין צו באקומען אויף עמעזאן ?

viewtopic.php?p=335721#p335721

Re: קאווע שטיבל פרעזענטירט: "דער וועקער" - נומער 1

נשלח: מיטוואך יוני 01, 2016 2:08 pm
דורך קלוגע יודל
הערסטע האט געשריבן:שטעל עס נישט צוזאם מיט די גויאישע צייטונגען, ס'איז א הערליכע אידישע דזשורנאל באלאנגט עס ביי די יודישע

Take what you get.
אויב עס גייט נישט ביי די יודישע, זאל מען עס לכה"פ פארקויפן ביי די גוי'עשע

נשלח: מיטוואך יוני 01, 2016 2:13 pm
דורך ליפא
גויאישע פארקויפן אויך אלע אידישע צייטונגען

Re: קאווע שטיבל פרעזענטירט: "דער וועקער" - נומער 1

נשלח: מיטוואך יוני 01, 2016 2:16 pm
דורך קלוגע יודל
אִלּוּ פִינוּ מָלֵא שִׁירָה כַּיָּם,
וּלְשׁוֹנֵנוּ רִנָּה כַּהֲמוֹן גַּלָּיו,
וְשִׂפְתוֹתֵינוּ שֶׁבַח כְּמֶרְחֲבֵי רָקִיע,
ַוְעֵינֵינוּ מְאִירוֹת כַּשֶּׁמֶשׁ וְכַיָּרֵח,
ַוְיָדֵינוּ פְרוּשׂוֹת כְּנִשְׁרֵי שָׁמָיִם,
וְרַגְלֵינוּ קַלּוֹת כָּאַיָּלוֹת,
אֵין אֲנַחְנוּ מַסְפִּיקִים לְהוֹדוֹת לְךָ.... (תפלת נשמת)

איך בין אזוי דיזי פון התפעלות, אז איך קען נישט זאגן מער ווי WOW!!!!!!!!

Re: קאווע שטיבל פרעזענטירט: "דער וועקער" - נומער 1

נשלח: מיטוואך יוני 01, 2016 2:18 pm
דורך קלוגע יודל
רבותי,
מען קען נישט רעכענען ווי סאך מען ליינט עס לויט וויפיהל מאל עס איז געווארן דאנלאודעד. וויבאלד עס ברייט זיך אויף וואטסעפפ און טעלעגראם, און א יעדע מכובעדיגער טעלעגראם טשעננעל פאוסט עס.

נשלח: מיטוואך יוני 01, 2016 2:54 pm
דורך ונבנתה העיר
אדורכגעבליקט - נאכנישט געליינט. זעהט אויס גאר געוואלדיג אין תוכן און אויסשטעל, א דאנק אייך.