בלאט 1 פון 2
קינד אומגעקומען נאך פאלען עטליכע שטאק אין וויליאמסבורג
נשלח: מיטוואך יוני 01, 2016 9:06 pm
דורך [NAMELESS]
א שרעקליכע טראגדיע האט יעצט פאסירט אין וויליאמסבורג אויף 200 וואלאבאט ווי א קינד איז אראפגעפאלן עטליכע שטאק און אומגעקומען,
די קינד הייסט מייזליש א אייניקעל פין שאפראן
נשלח: מיטוואך יוני 01, 2016 9:18 pm
דורך [NAMELESS]
יעצט איז די צייט מעורר צו זיין וועגען די 4 פיסיגע פארטשעס, מיין הארץ צאפלט פון שרעק יעדע מאל ווען איך זעה ווי קינדער דרייען זיך אין פארטש.
די בילדערס מאכן גענוג אין נאך אז זיי זאלן דאס צושטעלן.
באופן וואס זיי שטעלן עס נישט צו זאל מען נישט קארגן די 2 3 טויזענט וואס דאס קאסט כאטש מאיז אנגעשטרענגט מיט די געוואלדיגע הוצאת פון קויפן און אהערשטעלן די דירה.
א וודאי אין מקרה בעולם און עס דארף מעורר תשובה בכלליות
נשלח: מיטוואך יוני 01, 2016 9:44 pm
דורך כוכב
דאס קינד איז נעבעך געווען א יתום פון זיין מוטער.
זאל דער אויבערשטער טרייסטן די צעבראכענע, אומהיילבארע הערצער.
נשלח: מיטוואך יוני 01, 2016 10:22 pm
דורך כוכב
פאטער פון קינד איז הרב יואל יעקב מייזליש, א חשובער יונגערמאן וואס האט נעבעך פארלוירן זיין אשת נעורים, א טאכטער פון ר' שמואל שלמה שפיץ מביסטריץ, א שוואגער מיט'ן רבי'ן ר' זלמן לייב.
דער יונגערמאן האט ב"ה נאכאמאל חתונה געהאט, דארף ער נעבעך מיטלעבן אזא טראגעדיע, אוי טאטע, דאס הארץ טוט מיר וויי.
נשלח: מיטוואך יוני 01, 2016 10:44 pm
דורך סמבטיון
אוי גאטעניו! איך קען דאס נישט אויסהאלטן!! מען טאר נישט פרעגן פארוואס, אבער איך קען זיך נישט איינהאלטן, טאטע זיסע, פארוואס? פארוואס אזויפיהל טראגעדיעס איינס נאכן צווייטן? פליז געב זיי כח דאס אדורך צוטראגן. יוש מיין הארץ קלעמט.
נשלח: מיטוואך יוני 01, 2016 10:49 pm
דורך זבולון
אז דו פרעגסט דוקא פארוואס, וועל איך דיר ענטפערן:
ווען איך האב אוועקגעשטעלט די נאטור-געזעצן, איינס פון איהרע יסודות איז גראוויטי. דאס מיינט אז יעדע אביעקט שלעפט אנדערע אביעקטן צו זיך. אלס א תוצאה פון אט די געזעץ, ווען א קינד שטייט ביי א פענסטער און עס איז נישטא וואס זאל איהם אונטערהאלטן, פאלט ער אראפ.
[left]~~גאט[/left]
Re: קינד אומגעקומען נאך פאלען עטליכע שטאק אין וויליאמסבורג
נשלח: מיטוואך יוני 01, 2016 10:52 pm
דורך קל וחומר
ער מיינט צו פרעגן פארוואס געשעהט עס נישט יעדן טאג? אלא מאי... טא, פארוואס יעצט יא?
נשלח: מיטוואך יוני 01, 2016 10:54 pm
דורך וויליאמסבורגער
א יך קען נישט צו מיך קומען
שוידער שוידער

Re: קינד אומגעקומען נאך פאלען עטליכע שטאק אין וויליאמסבורג
נשלח: מיטוואך יוני 01, 2016 11:11 pm
דורך davidganim2
לויט ווי איך הער איז אין די זעלבע בילדינג 200 וואלבאוט א מאמע נישט אויפגעשטאנען היינט צופרי זי איז נאך נעכטן געגאנגען tichen אין סקול אין היינט ליידער...ליידער...
Sent from my A463BG using Tapatalk
Re: קינד אומגעקומען נאך פאלען עטליכע שטאק אין וויליאמסבורג
נשלח: מיטוואך יוני 01, 2016 11:13 pm
דורך קל וחומר
Teach'ן...
לויט ווי איך הער האט זיה געוואוינט אויפן זעלבן שטאק.
ינחם המרחם
נשלח: מיטוואך יוני 01, 2016 11:17 pm
דורך סמבטיון
אוי מיין גאט
נשלח: מיטוואך יוני 01, 2016 11:19 pm
דורך שמעון וואלף
עמעזאן האט געשריבן:יעצט איז די צייט מעורר צו זיין וועגען די 4 פיסיגע פארטשעס, מיין הארץ צאפלט פון שרעק יעדע מאל ווען איך זעה ווי קינדער דרייען זיך אין פארטש.
די בילדערס מאכן גענוג אין נאך אז זיי זאלן דאס צושטעלן.
באופן וואס זיי שטעלן עס נישט צו זאל מען נישט קארגן די 2 3 טויזענט וואס דאס קאסט כאטש מאיז אנגעשטרענגט מיט די געוואלדיגע הוצאת פון קויפן און אהערשטעלן די דירה.
א וודאי אין מקרה בעולם און עס דארף מעורר תשובה בכלליות
וואס איז די פראבלעם מיט 4 פיסיגע פארטשעס אז דיין הארץ צאפלט?
נשלח: דאנערשטאג יוני 02, 2016 12:25 pm
דורך קנאק-יענקל
davidganim2 האט געשריבן:לויט ווי איך הער איז אין די זעלבע בילדינג 200 וואלבאוט א מאמע נישט אויפגעשטאנען היינט צופרי זי איז נאך נעכטן געגאנגען tichen אין סקול אין היינט ליידער...ליידער...
די פרוי - מרת ראזענבוים ע"ה - איז ליידער נישט געווען געזונט פאר די לעצטע פיר יאר.
זי איז נאך פאריגע וואך געווען מיט די תלמידות, אבער מ'האט ליידער געוואוסט שוין עטליכע טעג אז ס'איז ננעלו שערי רחמים.
ה' יאמר לצרות ישראל די!!
טאטע, מיר ווילן דיך 'וועלן קענען' אין פריידן
און נישט דיך 'מוזן קענען' אין ליידן!!
- קנאק יענקל
נשלח: דאנערשטאג יוני 02, 2016 12:42 pm
דורך פליקער
עמעזאן האט געשריבן:יעצט איז די צייט מעורר צו זיין וועגען די 4 פיסיגע פארטשעס, מיין הארץ צאפלט פון שרעק יעדע מאל ווען איך זעה ווי קינדער דרייען זיך אין פארטש.
די בילדערס מאכן גענוג אין נאך אז זיי זאלן דאס צושטעלן.
באופן וואס זיי שטעלן עס נישט צו זאל מען נישט קארגן די 2 3 טויזענט וואס דאס קאסט כאטש מאיז אנגעשטרענגט מיט די געוואלדיגע הוצאת פון קויפן און אהערשטעלן די דירה.
זיי וויסן אז די פארטש דארט איז 5 פיס און דאס איז די סייז וואס איז פארלאנגט, הגם סעקשן 8 פארלאנגט מער דעריבער ווען דו זעסט על פי רוב די העכערע געיטס וואס געבט די אימפרעשן אז פון רייקערס איילאנד דאס איז געווענטלעך זייער פארלאנג, די סטענדערט איז 48" און דושינסקי לייגט 60 אינטש
נשלח: דאנערשטאג יוני 02, 2016 1:33 pm
דורך berlbalaguleh
פליקער האט געשריבן:עמעזאן האט געשריבן:יעצט איז די צייט מעורר צו זיין וועגען די 4 פיסיגע פארטשעס, מיין הארץ צאפלט פון שרעק יעדע מאל ווען איך זעה ווי קינדער דרייען זיך אין פארטש.
די בילדערס מאכן גענוג אין נאך אז זיי זאלן דאס צושטעלן.
באופן וואס זיי שטעלן עס נישט צו זאל מען נישט קארגן די 2 3 טויזענט וואס דאס קאסט כאטש מאיז אנגעשטרענגט מיט די געוואלדיגע הוצאת פון קויפן און אהערשטעלן די דירה.
זיי וויסן אז די פארטש דארט איז 5 פיס און דאס איז די סייז וואס איז פארלאנגט, הגם סעקשן 8 פארלאנגט מער דעריבער ווען דו זעסט על פי רוב די העכערע געיטס וואס געבט די אימפרעשן אז פון רייקערס איילאנד דאס איז געווענטלעך זייער פארלאנג, די סטענדערט איז 48" און דושינסקי לייגט 60 אינטש
פליקער: בשכר זאת, וועט (דער דעוועלאפער פון) דושינסקי זוכה זיין צו עוה"ב... נאר ביז ער'ט צו קומען וועט מען איהם דן זיין אויף די אנדערע זאכן...!
נשלח: דאנערשטאג יוני 02, 2016 1:50 pm
דורך [NAMELESS]
וואס איז די מעשה מיט דעם דושינסקי? כ'האב געהערט היינט ווי איינער איז מרמז אז ס'געשען ווייל דושינסקי האט עס געבויט.
נשלח: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:39 pm
דורך ציבעלע-קיגל
השם ירחם, ברוך דיין האמת
נשלח: דאנערשטאג יוני 02, 2016 3:23 pm
דורך שמעון וואלף
מ'וועט האקן אזוי לאנג קעגן דושינסקיא ביז ער וועט פארלירן די אפעטיט צו בויען פאר אידעלעך (ער מאכט פונקט אזוי און אפשר מער פון די דירות וואס ער בויעט פאר גוים). ווען אנדערע וועלן אפקויפן לאטס און בויען פאר ארטיסטן וועט מען זיך ווינטשן הלוואי וואלט דושינסקיא נאך געווען אינטערעסירט צו בויען פאר אידן.
כ'בין מסכים אז ער בויעט נישט לשם מצוה און זיכט צו פארדינען וויפול ער קען אבער דאס ווייס איך אויך בברור אז בויען פאר אידן איז נישט זיין בעסטע ביזנעס אינוועסטמענט. ער פארדינט טאקע שיין אבער די געלט קען ער מאכן ערגעץ אנדערש אן ווערן באשמיצט אין די גאסן.
ס'האט מיר געזאגט איינער וואס דעוועלאפט אסאך פאר גוים אז ער וואלט קיינמאל נישט געבויעט פאר אידן ווייל ער זיכט זיך נישט הינדרעטע שונאים אזוי ווי דושינסקיא
Re: קינד אומגעקומען נאך פאלען עטליכע שטאק אין וויליאמסבורג
נשלח: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:44 pm
דורך גרויסע מענטשעלע
כהאב פאר אייך נייעס דשינסקיא האט שוין אויף געהערט מיט די אידילעך ער בויעט איבער דאפעלט פאר גוים אין לאנג איילענד.
ער האט אנדערע פראבלעמען פארוואס ער איז א שגץ ער מיינט אז ווייל ער האט געלד ..... שוין פעלט נישט אויס צו רעדן
נשלח: דאנערשטאג יוני 02, 2016 6:19 pm
דורך אברך משי
Dishinsky aher Dishinsky ahin
Everybody will forget to blame the Malech Hamuves
נשלח: דאנערשטאג יוני 02, 2016 7:07 pm
דורך שבת אחים
גרויסע מענטשעלע האט געשריבן:כהאב פאר אייך נייעס דשינסקיא האט שוין אויף געהערט מיט די אידילעך ער בויעט איבער דאפעלט פאר גוים אין לאנג איילענד.
ער האט אנדערע פראבלעמען פארוואס ער איז א שגץ ער מיינט אז ווייל ער האט געלד ..... שוין פעלט נישט אויס צו רעדן
א שייגעץ? דהיינו? איך קען אים גאר גיט פאר יאהרן לאנג, איך האב אסאך פארברענגט און גערעדט מיט אים, גאר א פיינע איד מיט א ווארים הארץ, ער איז א ערליכער ביזנעסמאן, ער האלט זיך נישט גרויס און איז זייער Down to earth און געשמאק, איך וואלט געקענט באשטיין צוהערן די קריטיק אויף אים.
נשלח: דאנערשטאג יוני 02, 2016 7:37 pm
דורך ווייל אזוי
מ'דארף דא צוטיילן די אשכול אין צוויי
Re: קינד אומגעקומען נאך פאלען עטליכע שטאק אין וויליאמסבורג
נשלח: דאנערשטאג יוני 02, 2016 10:26 pm
דורך davidganim2
זעט אויס די מלאך המוות האט זיך געדרייט אויף יענע שטאק. זי האט געהייסן רויזענבוים זי איז ר' זיידל קרעטשניבער'ס שנור איר מאן איז געווען קרעטשניבע רבי פין ווילאמסבורג זיין בית מדרש איז אויף hooper st .
Sent from my A463BG using Tapatalk