אלס אזעלכע וואס זענען אויפגעוואקסן אין די חרדי'שע סאסייעטי, זענען מיר זייער באקאנט אין דעם מושג, מיר ציטערן פון די שרעקעדיגע סטיגמע אן "אויבער-חכם", "אויפגעקלערטער" אדער אן "אנגעלייענטער". עס פליסט אין אונזערע בלוט אז השכלה איז א מיאוס'ע ווארט. עדיוקעישן איז א גוי'אישע מושג.
דאס איז אלעס טאקע געווען א קאונטער-ריעקשן צו די תקופת ההשכלה, ווען די יונגווארג זענען געפאלן ווי פליגן פון לייענען ביכער, נישט אומזיסט ווייסן מיר אז ביכל איז נוטריקון כל באיה לא ישובון.
בעפאר ווען אידן האט זיך אפגעבריהט פון השכלה, איז דער עם הספר נישט געווען דערשראקן פון השכלה, אדרבה - עס איז געווען א שיינע טיטל, ווי דער פסוק זאגט והמשכילים יזהירו כזוהר הרקיע.
אבער - למעשה - פרעגט זיך א שאלה, איז עס טאקע מעגליך, איז שייך צו ארויסרייסן פון די יונגט די נאטורליכע נייגער, די נאטורליכע שאיפה צו וויסן און פארשטיין? קענען מיר טאקע אויסמעקן דעם ספר פונעם עם הספר? איז דען מעגליך צו אויסליידיגן די חכמה און בינה פונעם עם חכם ונבון?
דער ענטפער איז - לכאורה - פארשידנארטיג, ווענדט זיך מי ומי ההולכים.
פארהאן אזעלכע מבני הנעורים, וואס זענען בטבע קלוג און נייגעריג, זיי ציהען צו מדע און ידיעות ווי א מאגנעט. נישט קיין חילוק פון וועלכע לעוועל פרומקייט זייער בעקגראונד איז, רגליהם מוליכות אותם אל הספרייה, זיי טרעפן זיך אין לייברערי פלוצלינג, לייענען מיט דארשט יעדע איינציגסטע שטיקל פון ווערטפולע אינפארמאציע.
ווידער, זענען פארהאן טאקע אזעלכע מער אויבערפלעכליכע אידן, וואס בטבע ציטערן זיי פון חכמה, זיי פיהלן זיך אומזיכער דערמיט, עס צומישט זיי צו שטארק. ווען מ'הייבט זיי אן צו טשאלענדזשן מיט זייער דעות וואס זיי זענען אויפגעוואקסן, פיהלן זיי ווי מ'שאקלט די ערד אויף וואס זיי שטייען. ווען מ'פרעגט א קשיא אויף זייערע אמונות טפילות, איז אזוי ווי מ'שניידט אפ די צווייג אויף וואס זיי זיצן.
אידישקייט איז סאמהאו באלאנסירט צווישן די צוויי עקסטרעמען, בשעת וואס געוויסע זענען זייער אפען צו מדע און ידיעות, געוויסע נוצן עס צו בארייכערן די אידישע אוצר הספרים, פון די אנדערע זייט שטייען שומרים אז מ'זאל נישט פארקריכן צו ווייט.
דאן קומט אריין די אינטערנעט אין די פיקטשער. דער אינטערנעט ערמעגליכט יעדן שנוק צו אקסעסן אינפארמאציע וואס די גרעסטע חכמים האבן שווער געדארפט ארבעטן צו באקומען נישט לאנג צוריק. און דאס איז אריינגעדרינגען אין אונזער געטא אויך, עס איז אוממעגליך עס צו אוועקשטויסן, עס וועט נישט העלפן זיבן סיטיפיעלדס צו דעם. דער אינטערנעט איז היער טו סטעי.
וואס געשעהט? א מלחמה צווישן די צוויי מחנות, די מחנה פון די סקרנים ושוחרי מדע נוצן אויס די געלגענהייט און פילן זיך אן מיט הויפענעס פון דברי חכמה. בשעת די מחנה פון די פחדנים ציטערן אין די הויזן, און זיי מאכן א ויצעקו, אין פארעם פון א מעורר, אן איי-וועלט ניק, אדער וואס.
עס איז שוין היינט א מצב פון "הגיעו מים עד נפש", אין מים אלא תורה ודעת, די איבערפלוס פון אינפארמאציע באדראעט דעם ציפור-נפש פון יהדות החרדית המסוגרת. מ'הערט טאג טעגליך מעשיות פון פיינע יונגעלייט, וואס זיצן און הארעווען על התורה ועל העבודה, וואס ווערן אויך עקספאוזד צו דרויסנדע אינפארמאציע, און זיי באקומען נישט די ריכטיגע כלים עס צו פארדייען.
וואס איז די רעאקציע פון די רבנים און עסקנים אויף דעם פענאמענאן? ווי אזוי ספראווען זיך עסקנים מיט דעם מצב?
דער ענטפער איז, איין ווארט: טעראר!
איך האב מיט-געהאלטן עטליכע קעיסעס די לעצטע תקופה, אמת'ע געשעהנישן ווי עשקנים האבן זיך גענומען צו די ביינער פון אזעלכע יונגעלייט וואס זייער איינציגע עוולה איז נאר געווען, אז זיי האבן געלערנט מורה נבוכים, אדער געווען אויף קאווע-שטיבל. מ'האט זיי גענומען באשמיצן אין די גאסן, זיי אפגע'גט צומאל (אויב די ווייב איז געווען גענוג שוואך זיך צו לאזן, אדער די מערידז"ש בכלל איז נישט געווען דאס בעסטע), און גענומען רודף'ן עד חרמה.
די רעאקציע פון די עסקנים, קומט נישט פון גוטסקייט אדער פשוט ווייל זיי דאגה'ן פאר א רעדוקציע אין גאט'ס נח"ר, (עס איז איבעריג צו זאגן, אז געווענליך אזעלכע חברה זענען נישט קיין גרויסע מר-בר-רב-אשי'ס, און אין מערסטנס פעלער ווילן זיי זיך אליינס דעקן זייער גילטי קאנטשעס), עס קומט פון א געפיהל אז דער לייענער/חכם קוקט אויף זיי פון אויבן אראפ, ער לאכט אפ פון זייער הייליגס, ער שפילט נישט מיט מיט זייערע משוגעת'ן. דאס איז די פחד פון חכמה, זיי פיהלן זיך באדראעט פון קלוגשאפט, זיי קענען עס נישט קאנפראנטן, און אז זיי פיהלן זיך באדראעט זענען זיי עלול צו ריאקטן זייער אגרעסיוו.
דאס איז א טיפיקל רעאקציע פון נישט קענען טאלערירן א טשאלענדז"ש, ווען א יונגערמאן האט א שאלה, אדער אפילו ערגערס - ער האט שוין דעוועלאפט א דעה וואס זיי קענען נישט אראפשלינגען, ער ערלויבט זיך צו עקספרעסן אין א וועג וואס איז נישט לרוחם. אנשטאט צו פראבירן ענטפערן לגופו של ענין, אדער לכל הפחות זיך אליינס פרעגן צו עס איז דברים של טעם אדער נישט, ווערן זיי אינגאנצן ווילד און אגרעסיוו, זיי פיהרן זיך אויף ווי צוויי-פיסיגע חיות.
ושאינו יודע לשאול - די פחד פון חכמה
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
Re: ושאינו יודע לשאול - די פחד פון חכמה
די מעלה פון באזיצן וויסענשאפט און די אינטעלעקט איר צו באנוצן און אנטוויקלען מער האט א יתרון מער פון אנדערע אייגענטומס אז ס'איז עפעס וואס מען טראגט אלעמאל ארום מיט זיך. איינמאל עררייכט איז עס מער נישט א יתרון וואס איז תלוי אין א דרויסענדיגע וועריעבל. די עסקנימלעך זענען זעהר פראגמאטיק, נאר וואס פעהלט אויס אויף למעשה איז וויכטיק, און זיי ארבעטן שווער אנצוקומען ווי זיי זענען. דאס אז א אינגערמאנטשיקל האט עספיעט זיי איבערצונעמען, ווי מ'זאגט שטיין העכער פון זיי, מיט אפאר ביכעלעך, און זיי די עסקנימלעך האבן ניטאמאל א וועג זיי צו דערפרייווען דערפון - עסט זיי עד דכדוכה של נפש.
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
זייער שיין באשריבן הרב זבולון, גאר א רייכע שפראך, א דאנק.
כ'בין געזיצן אין מיין מאמע'ס שטוב פאריגע וואך און מיין נעפיו א קליין צעהן יעריג אינגעלע וואס איז זייער אינטערסירט אין סייענס האט מיך אנגעפאנגן פרעגן קשיות וועגן אטאמס און מאליקיולס און אזוי רעדענדיג האט מיין מאמע זז"ג מיר זיך גענומען זאגן מוסר, וואס טויג דיר די אלע שטודירן? זייט דו האסטוך גענומען שטודירן האסטו אלעס אוועקגעווארפן וואס מ'האט דיך אויסגעלערנט אלץ קינד...
זיי האבן מורא פון דעם אמת?

Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
Re: ושאינו יודע לשאול - די פחד פון חכמה
שטודירן איז לפי הבנתי שוין עפעס אנדערש פון וואס דער פותח האשכול רעדט. שטודירן קען שוין מיינען, צו קענען א סוגיה אויף למעשה; א סוגיה וואס 'מ'דארף' דורכלערנען לויט ווי עמיצער אנדערש האט איר אויסגעשטעלט, כדי פולערהייט וויסן דעם אביעקטיוון אמת אדער...צו באקומען דעם תואר און דער פרעים; עס ערוועקן זיך דורך שטודירן נייע שאלות וואס מ'האט פריער נישט געהאט. יעדער סוגיה האט אויך די טידיעס ערשעפנדע טיילן וואס איז שוין נישט אזוי בטעמט. מקצתו חכמה ומקצתו מלאכה. דער פותח סימד צו רעדן פשוט אפילו פון די נאטורליכע קוריאסיטי צו וויסען, פרעגן און נאשן נישט נאר א פארטיקיולאר נושא און נישט ווייל מ'דארף, אדער ווייל עמיצער אנדערש עקספעקטעד אזוי. די נייגער און וואונדער ווי אזוי עס שפראצט בקרבך פון זיך אליינס.
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום טאמבל סאס, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
Re: ושאינו יודע לשאול - די פחד פון חכמה
איך מאך חלילה נישט אוועק שטודירן. נאר צו שטודירן כדבעי א סוגיה דארף מען אויך קענען סוספענדן די אלגעמיינע נייגער וואס מ'האט צו אלעס וואס מ'שטודירט נישט, א זאך וואס איז נאטורליך נישט לייכט.
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2147
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
- האט שוין געלייקט: 5895 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל
Re: ושאינו יודע לשאול - די פחד פון חכמה
"פארן בלויזן חטא (זר זהב אייכה?) פון זיין אויף ק"ש"? מאכט עפעס נישט קיין סענס.
היינט אז די אינגעלייט זענען שוין דומד אין די סאסייעטי, פילייכט וואלטן זיי געוואלט ארויף קומען דא מיט זייערע געווענליכע ניק'ס און פארציילן די געשיכטע פון זייערע בלויזע חטאים?
היינט אז די אינגעלייט זענען שוין דומד אין די סאסייעטי, פילייכט וואלטן זיי געוואלט ארויף קומען דא מיט זייערע געווענליכע ניק'ס און פארציילן די געשיכטע פון זייערע בלויזע חטאים?
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 923
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
- געפינט זיך: מידוועסט
- האט שוין געלייקט: 483 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 667 מאל
דעת תורה האט געשריבן:"פארן בלויזן חטא (זר זהב אייכה?) פון זיין אויף ק"ש"? מאכט עפעס נישט קיין סענס.
היינט אז די אינגעלייט זענען שוין דומד אין די סאסייעטי, פילייכט וואלטן זיי געוואלט ארויף קומען דא מיט זייערע געווענליכע ניק'ס און פארציילן די געשיכטע פון זייערע בלויזע חטאים?
אוי ווי פיין וואלט געווען ווען מיר שטודירען אלע אינאיינעם בנשיאות ובהסכמת כ"ק אדמור ר' ישראל מטשארטקוב זצל וסייעתו.
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 332
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 08, 2016 9:34 pm
- האט שוין געלייקט: 212 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 376 מאל