בלאט 1 פון 1
עפעס קלינגעדיגס פון יוסעלע דורך א..?
נשלח: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:38 am
דורך דער שכן
עפעס דרייט זיך ארום ווי א פרוי מיט א שייטל וואס זינגט עפעס א שטיקל פון יוסעלע רויזענבלאט'ס "רחם נא" מיט א געוואלדיגע קלינגעדיגע שטימע. איינער האט מער פרטים?
כ'האב ערהאלטן די קליפ. זאלעך עס ארויפלייגן??
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 19, 2017 5:46 pm
דורך מיש-נייעס
עס איז נישט פון יוסעלע
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 19, 2017 8:25 pm
דורך berlbalaguleh
דער שכן: נו, קול באשה...!
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 19, 2017 9:02 pm
דורך קורקלענד
דארפסט עס נישט ארויפלייגן, קענסט מיר עס שיקן אין אישי...
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 19, 2017 9:33 pm
דורך כפתור
חזנות מיט א פרויענישע קול שטימט עפעס נישט.
און אויב זי האט א מענערישע שטימע, איז סתם אזוי נישט אינטערעסאנט.
לייג עס ארויף מיט א ווארענונג אז נאר די פרויען וואס דרייען זיך דא זאלן עס הערן, און זאגן מבינות
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 20, 2017 12:29 am
דורך דער שכן
מיש-נייעס האט געשריבן:עס איז נישט פון יוסעלע
אהה ניין? נוּ וועמעס איז די ״רחם נא״ וואס זי זינגט?...
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 20, 2017 12:30 am
דורך דער שכן
berlbalaguleh האט געשריבן:דער שכן: נו, קול באשה...!
לשון הרע איז עס נישט?..
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 20, 2017 12:35 am
דורך איסר האטלקי
זי זינגט א שטיקל והוא רחום נישט רחם נא.
אזוי זאגט מיין ווייב...
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 20, 2017 12:41 am
דורך ברוך שפינוזה
איסר האטלקי האט געשריבן:אזוי זאגט מיין ווייב...
בבחינת אשתו כגופו...
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 20, 2017 1:00 am
דורך דער שכן
איסר האטלקי האט געשריבן:זי זינגט א שטיקל והוא רחום נישט רחם נא.
אזוי זאגט מיין ווייב...
זוי קענעכמעך פארלאזן אויף מיינע.. זי האט געזאגט ״עפעס ראַכם זינגטצע״..
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 20, 2017 1:06 am
דורך איסר האטלקי
זי איז גראדע זייער טאלאנטפול. איך קאן איר פערזענליך. א שריייבערין, זינגער און חזנ'סטע.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 20, 2017 12:40 pm
דורך סמבטיון
קען איינער פליז אהערברענגען דעם שטיקל פון וואס מען רעד דא?
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 20, 2017 8:48 pm
דורך קאצקע ציקער
.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 20, 2017 9:03 pm
דורך כפתור
ביטע לייגט ארויף, מיין ווייב וויל עס הערן
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 20, 2017 9:40 pm
דורך בת קול
נא??