בלאט 1 פון 1

איך זוך א רעזאלוציע אויף שליקעצן

נשלח: דאנערשטאג יוני 02, 2016 10:01 pm
דורך סמבטיון
חברה, איך דארף הילף עמערדזשענסי, איך שליקעץ שוין פאר א שעה און א האלב און אדערווייל זעט זיך נישט אן א סוף צו מיין אויסברוך, איינער האט דא אפשר סגולת אדער עצות? איך האב שוין צוגעזאגט א מאה פאר תהילים און חצות כולל אבער די ישועה האלט זיך נאך אויף פאר סאם ריזען. העלף!

נשלח: דאנערשטאג יוני 02, 2016 10:04 pm
דורך געוואלדיג
זאג בעמידה על רגל אחת מיט דיין רעכטע אויג צוגעמאכט

קו קוקו קוקורי קוקוריקו ב' פעמים

נשלח: דאנערשטאג יוני 02, 2016 10:06 pm
דורך סמבטיון
שוין אויך פראבירט..

נשלח: דאנערשטאג יוני 02, 2016 10:09 pm
דורך קאמענטירער
דא האסטו עטליכע עצות קענסט אויספורבירען אלע ...
אנהאלטען די אטעם
טרינקען וואסער
זיך דעשרעקן [טראכט אז מען איז געוואר געווארען ווער סמבטיון איז...]

נשלח: דאנערשטאג יוני 02, 2016 10:13 pm
דורך קאמענטירער
גראדע האב איך איינמאל אויסגעהערט קולמע האט ער נאכגעבאבאלט עפעס א ריסורטש אז די ברייט באקאנטע עצה אז ווען מען דעשרעקט אקינד הערט ער אויף צו שלוקצען איז נישט ריכטיג... דאס איז זיכער אז מיין קליינער האט פארדינט דערפון וווייל זייט דעמאלט הער איך אים אויף צו דעשרעקן ווען ער שלוקעצט
סתם פאר נייגעריקייט ווען האט אייך די אטאקע אנגעכאפט? פלוצים? אדער אינמיטען א געוויסע פעולה?
און וואס זענען געווען אייערע געפילען דעמאלטס ווען...?....

נשלח: דאנערשטאג יוני 02, 2016 10:15 pm
דורך סמבטיון
ב"ה דער קריזיס איז אריבער! דער עולם איז געלאדענט צום לעקעך אין בראנפן תיכף נאך מעריב.

נשלח: דאנערשטאג יוני 02, 2016 10:19 pm
דורך קאמענטירער
שוין קוים פוטר געווארען פונעם אטאקע שוין לאדענסטו איין דעם אטעקירער נאכעמאל.
דו ווייסט נישט אז בראנפען איז די בעסטע סגולה פאר שלוקעצן?

נשלח: דאנערשטאג יוני 02, 2016 10:20 pm
דורך סמבטיון
סעהאט זיך אנגעהויבן אזויווי צען מעניט נאך סאפער, און זייט סעהאט זיך אנגעהויבן האב איך קוים געקענט רעדן, יעדע צווייטע ווארט האב איך ציגענדיגט מיט אזא קוויטש אז מענטשן ארום מיר האבן געמיינט אז דער רוח האט מיר געכאפט, איך האב שוין אסאך מאל געהאט קלענערע אטאקעס, אבער אזאנע קאנטרעקשענס? גאט באהיט, ב"ה מעהאלט דערנאך

נשלח: דאנערשטאג יוני 02, 2016 10:37 pm
דורך קאמענטירער
אה דאס איז געווען די גערודער וואס כהאב געהערט אונטער מיר?
כהאב געמיינט אז סאיז א קאר אונטער מיר וואס זעצט אריין אין אנדערע קארס כהאב אפגעיאגט שוין סנאר געווען אשלוקעץ אטאקע? ב''ה

Re: איך זוך א רעזאלוציע אויף שליקעצן

נשלח: דאנערשטאג יוני 02, 2016 11:00 pm
דורך פליקער
וי''ר שלא ישמע שוד ושליקץ בשטיבלינו

Sent from my VS987 using Tapatalk

נשלח: פרייטאג יוני 03, 2016 1:06 am
דורך [NAMELESS]
סמבטיון האט געשריבן:סעהאט זיך אנגעהויבן אזויווי צען מעניט נאך סאפער, און זייט סעהאט זיך אנגעהויבן האב איך קוים געקענט רעדן, יעדע צווייטע ווארט האב איך ציגענדיגט מיט אזא קוויטש אז מענטשן ארום מיר האבן געמיינט אז דער רוח האט מיר געכאפט, איך האב שוין אסאך מאל געהאט קלענערע אטאקעס, אבער אזאנע קאנטרעקשענס? גאט באהיט, ב"ה מעהאלט דערנאך

נעקסט טיים רעד קלארער, בכי האי גוונא ברויך מען נעמען טאמס אדער אן אנדערע אנטי עסיד.