בלאט 1 פון 2
ליכט לכבוד שבת וואס טראפט נישט
נשלח: פרייטאג יוני 03, 2016 2:20 am
דורך ברוך שאמר
אפשר קאן מיר איינער ארויסהעלפן מיט א עצה וואספארע ליכט מען קען ניצן אין א ווארעם שטוב אין עס זאל נישט אנטראפן די גאנצע לייכטער מיט די זילבערנע טאץ? מען האט שוין פראבירט עטליכע מינים לעכט
יישר כוח למפרע
נשלח: פרייטאג יוני 03, 2016 2:56 am
דורך [NAMELESS]
גלעזלעך נרונים.
נשלח: פרייטאג יוני 03, 2016 8:08 am
דורך שמעון וואלף
איך פלעג ניצן נרונים אבער יעדע שבת האט זיך אויסגעלאשן צוויי-דריי לעכט פון די מינדעסטע שאקל.
יעצט ניץ איך לעכט פון Simcha candle און ס'ברענט זייער שיין
נשלח: פרייטאג יוני 03, 2016 8:23 am
דורך קאמענטירער
איך נוץ געווענליך די געהעריגע לעכט אבער זומער נוץ איך טרעוויל לעכט סדא אזאנע מיט א דורכזיכטיגע האלטער סקוקט אויס זייער גוט און פלאס דעם אז סטראפט נישט
נשלח: פרייטאג יוני 03, 2016 9:22 am
דורך שמעקעדיג
שמעון וואלף האט געשריבן:יעצט ניץ איך לעכט פון Simcha candle און ס'ברענט זייער שיין
געהעריגע הויכע לעכט? אדער נרונים?
נשלח: פרייטאג יוני 03, 2016 9:30 am
דורך [NAMELESS]
שמעון וואלף האט געשריבן:איך פלעג ניצן נרונים אבער יעדע שבת האט זיך אויסגעלאשן צוויי-דריי לעכט פון די מינדעסטע שאקל.
יעצט ניץ איך לעכט פון Simcha candle און ס'ברענט זייער שיין
נר מצוה קנויטן לעשט זיך געווענדליך אויס, נאכדערצו די אויל קנויטן. כפלעג האבן יעדע וואך אויסגעלאשענע ליכט, כ׳האב שוין אנגעהויבן מיינען אז סאיז פון הימל. ביז כ׳האב געהערט די נר מצוה סקעם און געטוישט. זייט דעמאלטס איז הכול בסדר
נשלח: פרייטאג יוני 03, 2016 9:31 am
דורך שאולדיספריםפאקער
ביי ikea געשעפט פארקויפן זיי גאר שיינע הויכע ווייסע לעכט וואס איז טראפלעס, טאקע אביסל טייער, אבער וואס טוט מען נישט פאר די שבת
נשלח: פרייטאג יוני 03, 2016 9:32 am
דורך [NAMELESS]
שלום שטיסל האט געשריבן:שמעון וואלף האט געשריבן:איך פלעג ניצן נרונים אבער יעדע שבת האט זיך אויסגעלאשן צוויי-דריי לעכט פון די מינדעסטע שאקל.
יעצט ניץ איך לעכט פון Simcha candle און ס'ברענט זייער שיין
נר מצוה קנויטן לעשט זיך געווענדליך אויס, נאכדערצו די אויל קנויטן. כפלעג האבן יעדע וואך אויסגעלאשענע ליכט, כ׳האב שוין אנגעהויבן מיינען אז סאיז פון הימל. ביז כ׳האב געהערט די נר מצוה סקעם און געטוישט. זייט דעמאלטס איז הכול בסדר
די זעלבע עקספיריענס געהאט, היינט נוץ איך "שרגא".
נשלח: פרייטאג יוני 03, 2016 9:33 am
דורך שמעקעדיג
שטיסל, וועלכע קאמפאני איז בעסער?
נשלח: פרייטאג יוני 03, 2016 9:34 am
דורך [NAMELESS]
שאולדיספריםפאקער האט געשריבן:ביי ikea געשעפט פארקויפן זיי גאר שיינע הויכע ווייסע לעכט וואס איז טראפלעס, טאקע אביסל טייער, אבער וואס טוט מען נישט פאר די שבת
טאקע גאר שיין אבער געטראפט ביי מיר געפערליך.
נשלח: פרייטאג יוני 03, 2016 9:36 am
דורך קאמענטירער
שלום שטיסל האט געשריבן:שמעון וואלף האט געשריבן:איך פלעג ניצן נרונים אבער יעדע שבת האט זיך אויסגעלאשן צוויי-דריי לעכט פון די מינדעסטע שאקל.
יעצט ניץ איך לעכט פון Simcha candle און ס'ברענט זייער שיין
נר מצוה קנויטן לעשט זיך געווענדליך אויס, נאכדערצו די אויל קנויטן. כפלעג האבן יעדע וואך אויסגעלאשענע ליכט, כ׳האב שוין אנגעהויבן מיינען אז סאיז פון הימל. ביז כ׳האב געהערט די נר מצוה סקעם און געטוישט. זייט דעמאלטס איז הכול בסדר
וואס איז די ''נר מצוה סקעם'' וואס דו האסט געהערט?
נשלח: פרייטאג יוני 03, 2016 9:39 am
דורך שטאפענע קאפעליטש
מקען קויפן ליכט וואס לויפט אויפ אויל,
דאס הייסט סאיז הויך שיין ווייס, זעהט אויס פונקטליך ווי א ליכט פון פשתן, אבער פון אונטן איז דא א דעקל, מ׳גיסט אריין א ספעציעל אויל אין סברענט הערליך.
די ליכט ווערט קיינמאל נישט קליין, טראכט נידט אן די לייכטער אדער טאץ, אין סאיז אסאך ביליגער ווי ליכט יעדער וואך,
א וואן טיים עקספענס אבער לוינט זיך
נשלח: פרייטאג יוני 03, 2016 9:50 am
דורך שמעקעדיג
קום אריין קלארער, ביטע.
ווי אזוי הייסט די ליכט? וואו קען מען עס קויפן?
נשלח: פרייטאג יוני 03, 2016 10:00 am
דורך [NAMELESS]
שמעקעדיג האט געשריבן:שטיסל, וועלכע קאמפאני איז בעסער?
פאר די אויל ליכט איז יעדער קאמפעני בעסער פון נר מצוה. אסאך פון זייערע קנויטן לעשן זיך באמת אויס יעדער וואך נאך צעהן מינוט. איך ווייס נישט וועלכע מ׳נוצט ביי מיר אינדערהיים אבער דאס אמאל זיכער אז נישט נר מצוה.
נשלח: פרייטאג יוני 03, 2016 10:07 am
דורך קאווע טרינקער
איך האב קיינמאל נישט געהאט שלעכטע עקספיריענס מיט פשוטע לעכט. ס'קען זיין אז די פענסטער איז ממש ביי די לעכט און וועגן דעם טראפט עס.
די נירונים גלעזלעך וואלטן חכמינו ז"ל גע'אסרט, לדעתי, צווישען די אנדערע פתילות ושמנים שאין מדליקים בהם. די לעכטעל צאפעלט אוועק, פארלעש נאר די לעקטער, זאג מיר צו מ'קען הנאה האבן מאורה?
נשלח: פרייטאג יוני 03, 2016 10:14 am
דורך ליפא
נר מצוה קנויטן פון וואס מ'רעדט דא איז די רויטע קנויטן וואס מלייגט אריין אין א דינע אייזן?
נשלח: פרייטאג יוני 03, 2016 10:17 am
דורך קאווע טרינקער
די קינץ פון די רויטע קנויטען אין די אייזן איז אז די קנויטען זאלן "נישט" זיין צו הויעך. ווי ווייניגער די קנויט קומט ארויס פונעם אייזן, איז די לעכטעל שענער. פראביר עס אויס.
נשלח: פרייטאג יוני 03, 2016 10:28 am
דורך א איד
קאווע טרינקער האט געשריבן:איך האב קיינמאל נישט געהאט שלעכטע עקספיריענס מיט פשוטע לעכט. ס'קען זיין אז די פענסטער איז ממש ביי די לעכט און וועגן דעם טראפט עס.
די נירונים גלעזלעך וואלטן חכמינו ז"ל גע'אסרט, לדעתי, צווישען די אנדערע פתילות ושמנים שאין מדליקים בהם. די לעכטעל צאפעלט אוועק, פארלעש נאר די לעקטער, זאג מיר צו מ'קען הנאה האבן מאורה?
זומער ווען די עיר קאנדישאן בלאזט טראפן אלע לעכט
איך טראכט זיך אריינצוטוהן אין די געדאנק
שטאפענע קאפעליטש האט געשריבן:מקען קויפן ליכט וואס לויפט אויפ אויל,
דאס הייסט סאיז הויך שיין ווייס, זעהט אויס פונקטליך ווי א ליכט פון פשתן, אבער פון אונטן איז דא א דעקל, מ׳גיסט אריין א ספעציעל אויל אין סברענט הערליך.
די ליכט ווערט קיינמאל נישט קליין, טראכט נידט אן די לייכטער אדער טאץ, אין סאיז אסאך ביליגער ווי ליכט יעדער וואך,
א וואן טיים עקספענס אבער לוינט זיך
[tag]שטאפענע קאפעליטש[/tag] קום אריין מיט מער דיטעילס ביטע, ווי קויפט מען דאס? ווי אזוי הייסט עס?
נשלח: פרייטאג יוני 03, 2016 10:33 am
דורך ליפא
קאווע טרינקער האט געשריבן:די קינץ פון די רויטע קנויטען אין די אייזן איז אז די קנויטען זאלן "נישט" זיין צו הויעך. ווי ווייניגער די קנויט קומט ארויס פונעם אייזן, איז די לעכטעל שענער. פראביר עס אויס.
אסאך מאל פאלט עס אריין און לעשט זיך אויס. עצה?
נשלח: פרייטאג יוני 03, 2016 10:56 am
דורך שמעון וואלף
שמעקעדיג האט געשריבן:שמעון וואלף האט געשריבן:יעצט ניץ איך לעכט פון Simcha candle און ס'ברענט זייער שיין
געהעריגע הויכע לעכט? אדער נרונים?
געהעריגע לעכט
Re: ליכט לכבוד שבת וואס טראפט נישט
נשלח: פרייטאג יוני 03, 2016 1:05 pm
דורך קאווע טרינקער
ליפא האט געשריבן:קאווע טרינקער האט געשריבן:די קינץ פון די רויטע קנויטען אין די אייזן איז אז די קנויטען זאלן "נישט" זיין צו הויעך. ווי ווייניגער די קנויט קומט ארויס פונעם אייזן, איז די לעכטעל שענער. פראביר עס אויס.
אסאך מאל פאלט עס אריין און לעשט זיך אויס. עצה?
וויאזוי קען עס אריינפאלן? שטעק עס אריין ביז אונטען די גלעזעל
נשלח: זונטאג יוני 05, 2016 12:27 am
דורך ברוך שאמר
איך מיין אז די בעסטע אין שענסטע עצה איז דורך זיכטיגע טרעוויל ליכט. ואין חכם כבר ניסיון
נשלח: זונטאג יאנואר 22, 2017 6:07 pm
דורך ציבעלע-קיגל
שמן זית, עס טראפט קיינמאהל