בלאט 1 פון 1

אן אפיעל פאר זכותים

נשלח: פרייטאג יוני 03, 2016 10:51 am
דורך קאמענטירער
מענטשען מיינען אז הוי דן לכף זכות גייט נאר אן ביי א יחיד, און א רבים מיינט מען אז מען קען זשאשען לכף חובה,

רבותי ביי א רבים גייט אויך אן אז מדארף פורבירען צו טראכטען ''אפשר איז עס א גוטע זאך''

און איך וויל מאכען אן אפיעל פאר זכותים פאר כלל ישראל, יעצט וועט איינער קומען זאגען סדא הצלה חברים וכדו' און דאס שוין חוץ וואס מענטשען העלפען ארויס איינע די צווייטען.. ניין דאס איז נישט אינטערסאנט, ווייל דאס זעט מען אפען בגלי ריש אז ער לויפט נאר פאר חסד טובה טאן פאר אן צווייטען און צווייטענס איך פיל מיך זייער אומבאקוועם ווען מען נוצט חסד און גוטע טאטען כקרדום לחפור בו, ווייל דאס איז א מענטשס ווירדען ווען מזעט איינער איז אין א ניד און מען זעט א נצרך און מען העלפט אים ארויס דאס איז דאך אונזער פליכט וואס איז דא זיך צו גרויסען?

ממילא וויל איך מאכען אן אפיעל פאר זאכען\מעשיות וואס קוקט דייקא אויס שלעכט און נישט שיין און ווען מלערנט אריין פשט לכף זכות קוקט אויס שיין און איך וועל אנפאנגען מיט איין דוגמא:

איך בין א סיטי מענטש איך בין אויפגעוואקסען מיט גרודער, און איך האב נישט קיין פראבלעם מיט די גערויש און גרידערדיגע לעבן אין שטאט, אבער איין זאך נערווירט מיר זייער שטארק און ספלעגט מיר אסאך אויפרעגן, די פייפעריי און אונזער היימישע געגענט, דאס אז אין אונזער היימישע געגענט האט מען נישט קיין טראפ געדולד ווען סקומט צו טרעפיק, אין די סקונדע וואס סווערט גרין ווען שוין די אונטערשטע קאר פייפען אויף די העכסטע טענער, אויב דערוואגסטו צו טראכטען א טראפ מער צו סאיז סעף צו פארען, שוין פייפט מען אונטער דיר,

ווען כהאב אנגעפאנגען דרייווען האט מיר די טיטשער געזאגט [א היימישע איד]: אויב איינער פייפט פון נעוועזקייט איז עס אדער א איד אדער א שווארצער ... בקיצור אין איין ווארט די פייפעריי קומט פון חי'שקייט, אבער מיט די צייט האבאיך מיר מתבונן געווען אז טאקע ווייל די פארקער איז קע''ה אנגעשטאפט איז לו יציור מזאל געבן פאר יעדע קאר איין סקונדע צו ווארטען וועט ווערן אזא פקק און טרעפיק, אז מוועט זיך נישט קענען רירען ממילא כדי צו פריווענטן אן אנשטויסעניש פייפט מען ווי נאר סווערט גרין אדער ווען א קאר האלט אויף אפי' אויף א סקונדע