קידוש קודם תקיעת שופר

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2732
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 308 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל

קידוש קודם תקיעת שופר

שליחה דורך דולה ומשקה »

די דורשי רשימות זאגען אז תמוז איז ראשי תיבות זמני תשובה משמשים ובאים, ספה"ק זאגען אויף דרשת חז"ל טוב ללכת אחורי ארי מאחורי אשה, היות מזל חודש אב איז א אריה א לייב, און מזל לחודש אלול איז א בתולה, דאס מיינט בעסער תשובה טוהן נאך אין חודש אב וואס מזלו ארי, מאחורי אשה בעסער ווי חודש אלול שמזלו בתולה.

מיין נקודה דא איז, היות מ'האלט נאך אין חודש תמוז, דארף מען זיך שוין עטוואס אנהייבען גרייטען אויף די זמני התשובה הבאים ומתקרבים.

אין א אנדערע אשכול האט זיך אויסגעברייטערט א שמועס בנוגע מאכן 'קידוש' פאר 'תקיעת שופר', די שאלה בנוגע נאך קריאת התורה ביים פויזע (ברעיק) איידער תפלת מוסף, איז דא וואס טענה'ען אז דאס איז ערלויבט, ויש אומרים שזה איסור גמור.

כ'וועל מעתיק זייער ווערטער:

דורך שמעקעדיג » מיטוואך יולי 04, 2012 2:34 pm

איך וועל נישט אריינקריכן אין געבראקטס אום פסח, איך האב זייער ליב פסח ווי אזוי עס איז, אן די אלע צוגעהערן, די מצה מיט די פאטעטעס און אייער האט ביי מיר אזא געשמאקע טעם, אז איך דארף גארנישט מער. פון מיר אויס זאל פסח זיין נאך 2 חדשים, ווער דארף פיצא?

אבער סתם פאר אינטערעסאנטקייט, עטליכע חומרות מיט וועלכע מיין פאטער האט זיך געפירט אום פסח - באמת א איד פון פאריגן דור מיט אלע מפרשים, ווי כל המרבה בחומרות הרי זה משובח - האט אונז געזאגט אלס בחור, אז כאטש ביי זיך אינדערהיים הייסט ער די בחורים זיך פירן אין זיינע דרכים, אבער נאך די חתונה קענען מיר טוישן אויב מיר ווילן, כאטש ער וועט הנאה האבן אז מיר גייען אויף זיינע וועגן, וועט ער אבער פארשטיין. (כאטש ער האט מיר איינמאל אריינגעווארפן אז איך וועל נאך זיין א "תוהה על הראשונות"...)

רוב זאכן האב איך ב"ה נישט געדארפט טוישן, נאר אדרבה, כ'האב עס מקבל געווען מרצון, אבער עטליכע זאכן וואס רוב וועלט פירט זיך שוין אנדערש האב איך יא געמוזט ברעכן. למשל מאכן קידוש פאר תקיעת שופר. גיי פרעג מיין טאטן פארוואס אין דער וועלט ס'האט אים געבאדערט אז די קינדער מאכן קידוש. כ'האב געמוזט פאסטן ביז 5:00 יעדן ראש השנה. און כדי נישט צו דארפן קוקן אויפן זייגער נערוועזערהייט און ווארטן צו ענדיגן מוסף אן כוונה, האב איך באשלאסן נאך די חתונה אז ס'איז ריכטיגער יא צו מאכן קידוש און געהעריג מכוון זיין מוסף מיט א רואיגקייט.


***

דורך איחוד פעלד » מיטוואך יולי 04, 2012 3:49 pm

מען איז גערעכט אז מנהגים און מסורה זענען אנדערע מושגים וואס ווערען אויס געמישט.
עם כל זה, האבען מנהגים אן הלכה'דיגן תוקף, אויב עס האט א מקום אין הלכה. אויב נישט איז עס נישט קיין מנהג און מען מעג עס ברעכען.

דא לאזט מען זיך אבער אריין אין א שווערע לאך, ווייל מען קען אנהייבען זיך מפלפל זיין ווען עס הייסט א מקום אין הלכה.
דא האט מען דערמאנט געבראקס,
שלאפען ראש השנה
קידוש מאכען פאר תקיעת שופר.

לא ראי זה כראי זה. גאנץ אנדערע ענינים. געבראקס איז א חומרה וואס איז געבויט אויף א חשש וואס האט באמת נישט קיין מקום אין הלכה, דאס הייסט אויף א חשש אז עס איז איבער געבליבען מעל וכו', איז אין הלכה נישטא קיים מקום להחמיר. אבער איינער קען טענה'ן אז עס האט יא א מקור, ווייל אין די גמרא שטייט וכו',.

שלאפען ראש השנה, איז א כל בו בשם הירושלמי וואס איז נישטא, און עס ווערט געברענגט אין שו"ע, וואס איז דאס? ווי אזוי ווערט דאס באהאנדלעט? יא מקום נישט מקום? בכלל קען איינער זאגען מיר איז בעסער אז די מזל שלאפט............

קידוש מאכען פאר תקיעת שופר איז באמת אסור מן הדין, און די היתירים וואס איז היינט דא זענען ווייל אויב נישט וועט זיין כעס און ווער ווייסט נאך, א שאלה פין פיקוח נפש וכו'.


***

דורך טעלעפאן » מוצ"ש יולי 07, 2012 9:44 pm



איחוד פעלד האט געשריבן:
קידוש מאכן פאר תקיעת שופר איז באמת אסור מן הדין, און די היתירים וואס איז היינט דא זענען ווייל אויב נישט וועט זיין כעס און ווער ווייסט נאך, א שאלה פין פיקוח נפש וכו'.


נישט נאר דאס נאר הלכה׳דיג דארף מען בלאזן שופר לכתחילה פאר חצות. קומט אויס אז אלעס איז ממש איינגעפירט געווארן קעגן די הלכה... וויבאלד מען וויל אויסציען דאס דאווענען. און במילא - מיר זענען דאך נאר מענטשן.. מאכט מען קידוש פאר תקיעת שופר...

אבער דאס קען שוין באמת אריין גיין אין גאנץ א נייע קאטעגאריע וואס נעמט אויך אריין דאווענען שבת צופרי נאך סוף זמן תפילה וכדו׳..



יעצט וועל איך איבערנעמען דאס ווארט, מיט אפאר קלייניגקייטן:

די סיבת הדברים זאגט מען נאך פון בעלזא רב זצ"ל וויבאלד תקיעת שופר באלאנגט באמת פאר תפלת שחרית נישט ביי מוסף, און פאר תפלת שחרית עסט מען דאך נישט, לו יצוייר אז ווען מ'וואלט געבלאזן שופר ביי שחרית, וואלט מען געקענט מאכען קידוש רואיגערהייט פאר מוסף. נאר היות שחרית האט זיך נישט געענדיגט ביז נאך די מאה קולות קען מען נישט קידוש מאכן פארדעם.

אפשר קען מיר כבוד ידידינו הרב ליסקא צוהעלפן אין דעם, אבער געזעהן האב איך אראפברענגען אז רבי הערשעלע ליסקא האט געזאגט בנוגע קידוש פאר תקיעת שופר: "אז זיי מאכן דאך קידוש נאר כדי אז זיי זאלן האבן כח צו דאווענען פארן באשעפער". אגב דארט שטייט אז ביים ליסקא רב האט מען מאריך געוועהן בתפלה ובתקיעות בלויז ביז דריי אזייגער נאכמיטאג, נישט מער. אין מיט דעם אלעם האט ער געלאזט קידוש מאכן.

אין זכרנו לחיים (מנהגי באבוב) שטייט אז רבי שלמה האט אין די ערשטע יארן גענדיגט דאווענען ראש השנה בערך צווישן האלב-נאך צוויי און דריי אזייגער, שפעטער האט ער דאס אויסגעצויגן ביז סאך שפעטער, זאגענדיג: "וויל איך נישט אין אזא הייליגע טאג נאכן סעודה, היות שלאפן קען מען נישט (צוליב פארשלאפן דעם מזל), גייט מען שפאצירן מיט די פרוי אויפן גאס".
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
צוקוועטשטע איילבירטן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 40
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 04, 2024 11:32 pm
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל

Re: קידוש קודם תקיעת שופר

שליחה דורך צוקוועטשטע איילבירטן »

איך האב פאר יארן לאנג נישט קידוש געמאכט צווישן ליינען און תקיעת שופר אבער היי יאר האב איך תשובה געטוהן און דייקא יא קידוש געמאכט. סאונד פאני? בכלל נישט, יעדעס יאר ווען כ'זעה דעם עולם אזוי פארהונגערט און לויפט קידוש מאכן האב איך געשפירט עטוואס העכער היות כ'בין נישט אזוי להוט נאך אכילה ספעציעל אום אנהויב יאר ראש השנה, און עטוואס אראפגעקוקט אנדערע פארן זיך נישט קענען צוריק האלטן ממש פאר נאך עטליכע שעה, האב איך היי יאר מיישב געווען צו שניידן מיין איגאו, און דוקא יא קידוש מאכן. קיין הלכה איז עס סיי ווי נישט, נאר עפעס מנהגים ווי דולה ומשקה ברענגט דא צו האב איך אנגפרענגט א רב בנוגע מתיר נדר זיין דערויף האט ער מיר אז עכט פעהלט נישט אויס אבער וועסטו שפירן בעסער דערמיט, דאן זיי מתיר נדר
מילך טראק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 808
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 12, 2020 11:17 pm
געפינט זיך: אויפן וועג צום קאווע שטיבל
האט שוין געלייקט: 448 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 640 מאל

Re: קידוש קודם תקיעת שופר

שליחה דורך מילך טראק »

וועלעכע חסידות בלאזט מען שופר ראש חודש ניסן ?
יאנעשאלמע
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 9
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 21, 2023 1:53 pm
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6 מאל

Re: קידוש קודם תקיעת שופר

שליחה דורך יאנעשאלמע »

מילך טראק האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 10:21 pm וועלעכע חסידות בלאזט מען שופר ראש חודש ניסן ?
ווען סאיז בריאת העולם במחשבה (תשרי) בלאט מען במעשה
ווען סאיז ראש השנה במעשה (ניסן) בלאזט מען שופר במחשבה עיין בכל בתי ישראל ערב פסח ותמצא נחת אמאל בלאזט די טאטע אועף די מאמע אין אמאל אויף די קנדער...


ועוד יש לומר הרמז שרמזו תלמידי הבעש"ט (קדושת לוי) על הראשי תיבות קשר"ק קראצין שארן רייבען אין קערען
צוויי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 282
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 2:35 pm
האט שוין געלייקט: 135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 208 מאל

Re: קידוש קודם תקיעת שופר

שליחה דורך צוויי »

שופר של משיח!
הדא היא דכתיב: בניסן נגאלו ובניסן עתידים להיגאל...
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2732
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 308 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל

Re: קידוש קודם תקיעת שופר

שליחה דורך דולה ומשקה »

מילך טראק האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 10:21 pm וועלעכע חסידות בלאזט מען שופר ראש חודש ניסן ?
א. רבי נפתלי צבי הורוויץ מראפשיץ האט געזאגט: אויב ווען מען צולייגן דעם אויער צום קישן, בשעת מ'לענט זיך אן ביים דעם אפיקומן, קען מען הערן דעם קול שופר פון ראש השנה.

ב. רבי מענדל'ע פון וויזניץ דער טעם פארוואס מ'הייבט אויף דעם קערה בליל הסדר, ווייל די אותיות נאך קער"ה איז שופ"ר, (קער"ה - נאך קו"ף קומט רי"ש, נאך עי"ן קומט פ"ה, נאך רי"ש קומט שי"ן, נאך ה"א קומט וא"ו).

ג. ראש השנה טוט זאגט מען תשובה תפלה וצדקה - צום קול ממון, תשוב"ה איז בגימטריא צו"ם, מצ"ה מיטן כולל איז בגימטריא צו"ם.
סיפור יציאת מצרים איז מען נאר יוצא בקול, 'מי שלא "אמר" שלשה דברים אלו בפסח וכו'.
קימחא דפסח, מחלקין צדקה לעניים וכו', כל דכפין ייתי ויאכל וכו' איז נגד ממון.

ד. רבי מאיר'ל מפרעמישלאן האט געזאגט: ווען מ'בייגט צו דעם אויער צום הגעלה שטיין ביים כשר"ן ביפאר פסח, וועט מען הערן דעם קול שופר, (ענדליך צום ראפשיצ'ערס ווארט.

ה. רבי הירש'עלע ליסקא האט אמאל געזאגט: דער כזית מצה וואס מ'עסט ביים סדר בליל התקדש החג העלפט גאר שטארק פאר דעם מענטש דעם קומענדיגע ראש השנה ביום הדין.

ו. נאך האט דער ליסקא רב געזאגט, אז דער דער חילוק צווישן דאס ווארט מצה אין דאס ווארט חמץ, חמץ איז מיט א ח', און מצה מיט א ה', ווייל מצה איז פונקט ווי א שופר, א שופר האט אויף איין זייט א שמאלע עפענונג און אויף דער צווייטע זייט א ברייטע עפענונג. אזוי אויך מצה, דער אות ה' האט צוויי עפענונגן א שמאלע מיט א ברייטע.

ז. דער קאלאשיצ'ער רב זייענדיג א קינד פון דריי יאר, האט ער געזעהן ווי זיין זיידע טוט זיך אן דעם קיטל פאר שופר בלאזן, האט ער זיך אנגערופן: "דער זיידע גייט עסן דעם כרפס". ווען דער שינאווא רב האט דאס געהערט, האט ער זיך אנגערופן "חנה'לע האט גוט געזאגט, ווייל היינו טעמא דשופר היינו טעמא דכרפס".
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: קידוש קודם תקיעת שופר

שליחה דורך berlbalaguleh »

און דער בעל עגלה פונ'ם מעזריטשער מגיד האט אמאל געזאגט אז ער האט געהערט זיין רבי דער מגיד זאגן בליל התקדש החג...לאמיר גיין עסן די וועטשערע. האבן זיך חסידים געווינדערט...אין אזא הייליגע נאכט זאגט מען אז מ'גייט עסן א וועטשערע. א נאכטמאל. ביז די ווערטער זענען אנגעקומען צו די אויערן פונ'ם מגיד. האט ער געזאגט פאר די חסידים...איכ'ל ענק מסביר זיין. א יעדע נאכט דארף מען שפירן ווי מ'רעכט אפ א סדר. און אויב א יעדע נאכט איז אזוי דערהויבן ווי א סדר נאכט. דאמאלס קען די סדר נאכט זיין א וויעטשערע.
Chasidishmashpia
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 263
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 16, 2013 2:49 am
האט שוין געלייקט: 97 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 188 מאל

Re: קידוש קודם תקיעת שופר

שליחה דורך Chasidishmashpia »

דולה ומשקה האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 11:47 pm
מילך טראק האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 10:21 pm וועלעכע חסידות בלאזט מען שופר ראש חודש ניסן ?
ה. רבי הירש'עלע ליסקא האט אמאל געזאגט: דער כזית מצה וואס מ'עסט ביים סדר בליל התקדש החג העלפט גאר שטארק פאר דעם מענטש דעם קומענדיגע ראש השנה ביום הדין.
שמעתי הנ"ל בשם הזוהר הק'. אבער נישט געזעהן אינעווייניג.
אשרי העם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 63
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 09, 2024 8:27 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 23 מאל

Re: קידוש קודם תקיעת שופר

שליחה דורך אשרי העם »

berlbalaguleh האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 11:46 am און דער בעל עגלה פונ'ם מעזריטשער מגיד האט אמאל געזאגט אז ער האט געהערט זיין רבי דער מגיד זאגן בליל התקדש החג...לאמיר גיין עסן די וועטשערע. האבן זיך חסידים געווינדערט...אין אזא הייליגע נאכט זאגט מען אז מ'גייט עסן א וועטשערע. א נאכטמאל. ביז די ווערטער זענען אנגעקומען צו די אויערן פונ'ם מגיד. האט ער געזאגט פאר די חסידים...איכ'ל ענק מסביר זיין. א יעדע נאכט דארף מען שפירן ווי מ'רעכט אפ א סדר. און אויב א יעדע נאכט איז אזוי דערהויבן ווי א סדר נאכט. דאמאלס קען די סדר נאכט זיין א וויעטשערע.
כבוד הרה״צ רבי בערל שליט״א
געבאקן היימיש?
אויב נישט ביטע אויב שייך א מקור צו ברענגן.
יש״כ
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: קידוש קודם תקיעת שופר

שליחה דורך berlbalaguleh »

פריש געבאקן פאר פסח. מיט דעם דאטום פון נאך פסח תשפ"ד. נאר דאס איז אן אמת'ע מעשה בשם אחד הצדיקים.
[NAMELESS]

Re: קידוש קודם תקיעת שופר

שליחה דורך [NAMELESS] »

הגאב"ד יארמע שליט"א האט אויך געזאגט פארוואס זאל מען פארקויפען סתם שקרים? מען קען דאך אויסטראכטען אמת'ע מעשיות.....
פארשפארט