בלאט 1 פון 1

הרי"ד סאלאווייטשיק ז"ל רעדט פון עבודת יו"כ אין אידיש

נשלח: זונטאג יוני 05, 2016 9:53 am
דורך יאסל ראקאווער
https://www.youtube.com/watch?v=fuRf13rX4SQ

די ביבליאָטעק בײַם „ישיבֿה־אוניווערסיטעט‟ האַלט איצט אין אַרויסלאָזן אויף זייער „יו־טוב‟־קאַנאַל אַלטע ווידעאָס פֿון די רעדעס פֿון זייערע רבנים.
לעצטנס האָט זי פֿאַרעפֿנטלעכט אַן אינטערעסאַנטן אויסצוג פֿון אַ דרשה, וואָס עס האָט געהאַלטן הרבֿ יוסף דובֿ הלוי סאָלאָווייטשיק ז׳׳ל וועגן יום־כּיפּור, אויף זײַן געשמאַקן ליטווישן ייִדיש. אין דער דרשה דערמאָנט ער אַ טרעגער, וואָס ער האָט געקענט מיטן נאָמען יאַנקל, וואָס איז געווען אַ פֿאַרברענטער חסיד „מיט דער נשמה פֿון אַ פּרינץ‟.
הרבֿ סאָלאָווייטשיק איז געווען איינער פֿון די וויכטיקסטע רבנים בײַ די מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע ייִדן אין אַמעריקע אין דער צווייטער העלפֿט פֿונעם 20טן יאָרהונדערט און האָט געדינט ווי דער ראָש־ישיבֿה פֿון “ישיבֿה־אוניווערסיטעט”. הײַנט רופֿט מען אים פּשוט „דער רבֿ‟.
אַ געבוירענער אין פּרוזשענע, ווײַסרוסלאַנד, האָט ער באַקומען אַ טראַיציאָנעלן ייִדישן חינוך אין פֿאַרשידענע חדרים און ישיבֿות אין וואַרשע, בריסק, און אַנדערע שטעט. אַחוץ זײַן ייִדישער דערציִונג האָט ער אויך פֿאַרענדיקט אַ פּוילישע גימנאַזיע אין דובנאָ. אין וואַרשע האָט ער זיך געלערנט פּאָליטישע וויסנשאַפֿט אינעם אָרטיקן אוניווערסיטעט. אין 1926 האָט ער זיך באַזעצט אין בערלין, וווּ ער האָט זיך געלערנט מעטאַפֿיזיק אינעם „אוניווערסיטעט אויפֿן נאָמען פֿון פֿרידרײַך ווילהעם‟, און גלײַכצײַטיק אין די מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע ישיבֿות פֿון בערלין. אין 1932 האָט ער זיך באַזעצט אין אַמעריקע, וווּ ער איז געבליבן ביזן סוף פֿון זײַן לעבן.
אַ קאָמפּליצירטער אינטעליגענט, וואָס האָט פֿרײַ פֿאַרבונדן די וועלטן פֿון תּורה און וויסנשאַפֿט, איז ער געווען זייער טראַדיציאָנעל אין געוויסע ענינים, אַרײַנגערעכנט זײַן באַציִונג צו שפּראַכן. ער האָט ווײַטער געגעבן זײַנע דרשות אויף ייִדיש אין „ישיבֿה־אוניווערסיטעט‟ לאַנג נאָך דעם, וואָס אַנדערע זענען אַריבער אויף ענגליש און ער האָט געשריבן אַ סך פֿון זײַנע מאמרים און תּשובֿות אויף ייִדיש און לשון־קודש אַנשטאָט ענגליש, ווי עס האָט זיך שוין געפֿירט אין זײַנע קרײַזן.


Read more: http://blogs.yiddish.forward.com/oyneg- ... z4AiFeNNq8

נשלח: זונטאג יוני 05, 2016 10:03 am
דורך אחד העם
דער רב, האט געהאט אין זיך א נשמה פון א פייטן, ער האט זיך געהאט זיינע פאעטישע דמיות, פערזענליכקייטן פון זיין עבר, וואס כנראה האבן זיי געלאזט א רושם אויף אים. לדוגמא זיין מלמד אלס קינד וואס האט געלערנט מיט אים תניא. דער חבד"סקע בעל תוקע וואס האט געוויינט ביי די תקיעות. די חבד"סקע עובדים וואס האבן זיך געדרייט ביי קבלת שבת ארויף אראפ אין בית המדרש, ווען פון זייערע בערד טריפט נאך מקווה וואסער.
מען קען נאך גאר אסאך מאריך זיין איבער די פאעזיע אין זיינע ווערק.
די ווידיאו איז זייער אינטרעסאנט, אפיציעל איז געווען א גניבה אויף אלע אוידיאו/ווידיאו פון אים.

נשלח: זונטאג יוני 05, 2016 10:25 am
דורך תורה ומדע
פאר די וואס זענען אינטרעסירט קען מען אראפלאןדען הונדערטער שעורים פונעם רב זצ"ל דא www.yutorah.org/rabbi-joseph-b-soloveitchik/.
בכלל, איז די וויי. יו. תורה וועבזייטל דער גרעסטער, רייכסטער, און מערסטער ארגאניזירטער תורה זייטל אויפן אינטערנעט.

Re: הרי"ד סאלאווייטשיק ז"ל רעדט פון עבודת יו"כ אין אידיש

נשלח: זונטאג יוני 05, 2016 10:50 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ער פלעגט זאגען פארשידענע שיעורים וואס זענען געווען אפען לרבים און פיהל ישיבה'לייט און חסידים פלעגען זיך באטייליגען. די זענען געווען די יארצייט שיעורים אויפ'ן יארצייט פון זיין טאטע'ן, געדרוקט אין 'שיעורים לזכר אבא מארי' און פאר פסח און יו"כ אויף די נויטיגע רמב"ם. הונדרעטער בחורים און יונגעלייט (בימים ההם!) מיט שווארצע הוטען פלעגען גייען.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

נשלח: זונטאג יוני 05, 2016 11:00 am
דורך אחד העם
די שיעורים זענען טאקע דא צו באקומען, נאר די אודיאו.
אויך די שיעורים וואס ער פלעגט זאגען פאר בעלי בתים זונטאגס וכולי.
די שיעורים אין די YU איז עפעס נישטא, צו א גניבה, אדער א געפעכט אין די משפחה.

נשלח: זונטאג יוני 05, 2016 12:14 pm
דורך קאווע טרינקער
תורה ומדע האט געשריבן:בכלל, איז די וויי. יו. תורה וועבזייטל דער גרעסטער, רייכסטער, און מערסטער ארגאניזירטער תורה זייטל אויפן אינטערנעט.

ריכטיג. ס'ארבעט א מחיה. אבער זייער app איז רח"ל.

נשלח: זונטאג יוני 05, 2016 12:20 pm
דורך תורה ומדע
די ראנגע פון טאפיקס און נושאים איז אנפארעללעלד. ווען די מער היימישער קאמיוניטי וואלט זיך אויפגעוועקט צום ריעליטי וואלטען זיי אפשר אויך געקענט אהער שטעלען אזא שיינעם וועבזייט..

נשלח: זונטאג יוני 05, 2016 12:48 pm
דורך הוגה
[justify]גם אני מצטרף להנ"ל, די אוצר פון שיעורים אויף די YU וועבזייטל איז אויסערגעווענטליך. איך האב שוין אסאך געהערט פון דארט אויף אלע מיני נושאים און זייער סירטש אפציעס זענען זייער גוט.

[tag]הירשל ציג[/tag] האט געפאוסט אן אינטערעסאנטע שמועס פון די רב, הכנה ליום כיפור, וואו ער פארגלייכט די עבודה פון זיין טאטע און רבי חיים ז"ל צו די עבודה פון יאנקל טרעגער פון די מודזשיצ'ער שטיבל.


.[/justify]

נשלח: מאנטאג יוני 06, 2016 12:01 am
דורך יהושע חיים
תורה ומדע האט געשריבן:פאר די וואס זענען אינטרעסירט קען מען אראפלאןדען הונדערטער שעורים פונעם רב זצ"ל דא www.yutorah.org/rabbi-joseph-b-soloveitchik/.
בכלל, איז די וויי. יו. תורה וועבזייטל דער גרעסטער, רייכסטער, און מערסטער ארגאניזירטער תורה זייטל אויפן אינטערנעט.

און לאמער נישט פארגעסן עס איז נאך בחינם אויך

Re: הרי"ד סאלאווייטשיק ז"ל רעדט פון עבודת יו"כ אין אידיש

נשלח: מאנטאג יוני 06, 2016 1:20 am
דורך ביליג
תורה ומדע האט געשריבן:די ראנגע פון טאפיקס און נושאים איז אנפארעללעלד. ווען די מער היימישער קאמיוניטי וואלט זיך אויפגעוועקט צום ריעליטי וואלטען זיי אפשר אויך געקענט אהער שטעלען אזא שיינעם וועבזייט..

ווען ובלכתך בדרך און קרן שמואל ישעי וואלטן געווען אן ארגענעזאציע נישט א ביזנעסס....
אפשר איז עס יא אן ארגענעזאציע זיי מאכן דאך ראפעלס

Re: הרי"ד סאלאווייטשיק ז"ל רעדט פון עבודת יו"כ אין אידיש

נשלח: מאנטאג יוני 06, 2016 1:20 am
דורך ביליג