בלאט 1 פון 1

מיין בארויבטע ליבשאפט

נשלח: זונטאג יוני 05, 2016 1:11 pm
דורך זבולון
ווי א בלום צווישן דערנער אויפגעוואקסן,
ווי א קליין קיעלע צווישן צען אקסן,
געטאנצט און געזינגען, א פרייליכע לעבן,
געהאלפן אינדערהיים, געגעבן און געגעבן.

אין סקול - זייער פאפולער געווען,
א ישועה צו יעדע פראבלעם וואס איז געשעהן,
א שיינע פיגור געהאט - מלא חן,
ערליך, תמימות'דיג און ריין.

האשה מתקדשת - געקומען די צייט,
אינערהאלב מיר האט זיך אנגעפאנגען א פייט,
איך ווייס נישט וואו אהין צו טראגן מיין פנים,
איך פארנעם נישט די פרעשור פון די שדכנים.

פארוואס נישט? פרעגן מיינע עלטערן,
דו ביסט נאך קליין, וועלסט נאך עלטער ווערן,
נאך די חתונה וועט דיין הארץ מיטקומען,
נישט יעדע שידוך מוז ממש שטימען.

טעלער געבראכן, חופה געשטעלט,
מצוה געטאנצט, געבויעט א געצעלט,
געפראוועט שמחות, געלאפן צום רבי'ן.
אבער איך האב נאכנישט אנגעפאנגען מיין לעבן.

נישט דאס האב איך געמיינט,
כ'האב אמאל דערויף געוויינט,
די טרערן זענען שוין אויסגעליידיגט היינט,
כ'האב מיין אייגענע לעבן פיינט.

ערגעצוואו איז עס ביי מיר באהאלטן,
וועט עס נאך אמאל ארויסשפאלטן?
ערגעצוואו ליגט ביי מיר ליבשאפט,
כ'האב נאך קיינמאל געזעהן איהר קראפט.

וועט עס אייביג אזוי בלייבן?
אדער איך קען א נייע לעבן קלייבן,
וועט נאך אמאל איינער מיין געוויין הערן?
איינער וועט טרינקען מיין טרערן?

מיין הארץ ארומגענומען מיט א מויער,
אבער די אינעוויניגסטע פייער וויל אויפברעכן די טויער,
מיין קערפער האט נאך קיינמאל קיין ווארעמקייט באגעגנט,
פון אן אמת'ע ליבשאפט האב איך זיך שוין לאנג געזעגנט.