שקרן!!!
- שטילע אינגערמאן
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1009
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
- האט שוין געלייקט: 603 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1999 מאל
שקרן!!!
אונזער וועלט איז געשלאגן מיט דער מידה פון שקר אויפ א מוראדיגע פארנעם.
לויט געוויסע סטאדיס זאגט די דארכשניטליכע מענטש איבער צען צאל א טאג ליגענט, א מענטש דרייט זיך צווישען אנדערע מענטשן קוים צען שעה א טאג, דאס מיינט יעדע שעה נאך א ליגענט.
די סיבה כעפען די אשכול איז, כ׳האב לעטצענס אנגעהויבן אריין טראכטן וויפיהל מאל מ׳זעהט מענטש זאגן ליגענט בלויז פאר די נישטיגקייט, אן קיין סיבה ממש, נישט אז זיי פארדינען דערפון עפעס, אבער ליידער כאפן זיי כאפן נישט אז סאיז דא קאנסעקווענסען.
נישט לאנג צירוק בין איך אדורך געפארן א אינגערמאן מיטן קאר א באקאנטע מיינע, כהאב עיהם געפיפן אבער ער האט נישט באמערקט, כהאב ארויס גענומען די טרייבעל אין עיהם גערופן.
העי וואס טוט זיך?
עםםם, סאו סארי כקען נישט יעצט רעדן כבין אין א מיטינג ביי א עטערני אין די אפיס.
דער אינגערמאן האט נישט געטראכט צוויי, געשאסן א סטעיטמענט אין די וועלט אריין.
לאמער זאגן ער איז געווען פארנומען אויפ א וויכטיגע קאל אדער ער האט פשוט נישט געהאט געדולד צו רעדן אויפן סעלל,
פארוואס האט דער אינגערמאן נישט געקענט זאגן ״שטילע אם סארי, כדרייוו יעצט כבין ביזי אויפן beep, כרויף די באלט צירוק״
פארוואס האט ער געזאגט ער איז אין א אפיס ביי א עטערני,
די אמתע סיבה ווייס איך אויך, פשוט ווייל טאמער זאגט ער אז ער איז ביי עטערני הערט זיך עס מער ביזי.
דער אינגערמאן ווייסט גוט אז איך לויף עיהם נישט נאך, אין כבין באופן כללי גאנץ וויניג אינטרעסירט צו רעדן צו עיהם, סאיז נישט כאילו ער האט געהאט א חשש כגיי עיהם אויפהאלטן אויפן סעלל אין כדי זיך ארויס דרייען האט ער געזאגט ער איז ביי א עטערני.
סאיז פשוט ווייל אזוי איז ער אויפ געוואקסען.
ווען ער איז געווען א קינד אין ער איז אריין חול המועד אין פארק האט עיהם די מאמע געזאגט אז ער זאל זאגן ער איז 4 יאר אלט אנשטאט 6. ווייל זי גיין פארדינען א אפגעפליקיטע 5 דולר אויפן חשבון פון די חינוך פון די קינד. ער איז געטרעינט אז ער זאגט ליגענט רעכטס אין לינקס, דארף נישט זיין א עכטע סיבה דערצי, משיסט ווערטער אין מגייט ווייטער.
סזאגט זיך א ווערטעל א חסידישע קאפעל איז געגאנגען מאכן א מערידז לייסענס, ביים אנפילען די פאורם האט די ווייבל געפרעגט די מאן וואס זאל איך שרייבען ביי date of birth? ס׳איז זי נישט אנגעפאלן מקען שרייבען די עכטע דאטום, זי איז מחנך געווארן אז מזאגט ליגענט ווי מ׳קען,
אינגערלייט כאפן נישט, סווערט א סיסטעם פון א אוטומאטיש ריפלעקס, ווען מקומט אהיים שפעט ביינאכט, די אינגערמאן האט זיך פארשמוסט אין גראסערי, די ווייב פרעגט ווי ביסטו געווען? ער טראכט נישט צוויי ״כ׳האב געשמיסט מיט מיין חברותה״, איי די וויב קערט נישט טאמע האסט געשמיסט מיט חיים אבער מיט זרח, אבער אזוי איז לייכטער.
עטץ מיינסט די ווייב כאפט נישט? די מיינסט דיין בעה״ב איז עפעס געבוירען איין נעכטן? די מיינסט דיין חברותה איז שיכור? אדער דיין טאטע איז א חיש קינד?
איין מאל געלונגט דיך עס אפשר אפי׳ צוויי מאל, למעשה גייט יענער כאפן אז ביסט א גראבע ליגענע,
אין די ווייסט וואס געשעהט ווען דיין ווייב, בעה״ב, שווער, פאלירט טראסט אין דיר? די ריזאלטס זענען נישט גוט, כמעט נישט שייך צירוק צו דרייען.
אפי זיי זאגן די נישט אז מהאט די געכאפט ביי א ליגעט אבער זיי ווייסען גוט אז ווען די זאגסט ניין מיינט עס יא אין יא מיינט ניין.
סזאגט זיך א סלענג ״די בעסטע ליגענט איז די אמת״ דער סלענג איז עפעס א דאורייתה, ס׳איז אזעלעכע שטארקע ווערטער.
דאס איז אפי ווען סאיז נישט באקוועם צו זאגן די אמת, אבער אפגערעדט ווען מ׳זאגט שקר סתם פאר די נישטיגקייט.
מדארף געדענקען נישט מחנך צו זיין קינדער אז ליגענט איז אקעי, אין ח״ו נישט זאגן ליגענט ווען זיי הערען, זיי זענען נישט געבוירען נעכטן אין כאפן גוט אויף.
ווען די זיצט אין די היים אויפן קואטש אין דיין זוהן שפילט אויפן ערד, מיטאמאל קלינגט דיין סעלל אין די זאגסט דיין חברותה ביסט אויפן וועג, דיין קליין אינגעל איז געשאנקען מיט א אוזן די אויבערשטער האט עיהם געגעבן אלץ א מתנה, האסט געזאגט א נארישע ליגענט וואס פעהלט נישט אויס, אבער דיין קליין זוהן האט געהערט גוט וואס די האסט געזאגט, אין ער לערנט זיך דערפון.
מארגן ווען ער וועט זאגן אז ער האט נישט אליין געקראסט די סטריט אדער ער האט נישט גענומען די נאש, וועסטו טאנצן ביזן לבנה פאר כעס אין וועסט נישט פארשטיין פון ווי ער נעמט צו זאגן ליגענט.
כ׳פארשטיי אמאל איז שווער צו זאגן אמת (אפי איך האלט אז דעמאלטס לוינט אויך צו זאגן אמת) אבער כרעדט וועגען די ליגענט איינער זאגט סתם אזוי.
למשל ביסט אויפן וועג אהיים, די ווייב פרעגט דיר ווי ווייט ביסט פון די היים, די ווייסט פאר א שעה איז נישטא צו רעדן אבער מיט א פשטות שיסטו ״כוועל זיין אין די היים אין א האלבע שעה״
וואס פונקטליך טוסטו אויף? אז זי גייסט די רופן נאכאמאל אין א האלבע שעה?
לעצטע וואך האב איך גערופן איינער וואס האט מיר געדארפט עפעס איבערגעבן אלץ שליחות, נאך נישט אויפהייבן אפאר מאל ריפט ער מיר צירוק, ״סארי מיין בעטערי איז געווען טויט כהאב עס נאר יעצט recharged.
ווען ער איז געקומען צו מיר אפגעבן די פעקל האט ער אראפ געלייקט די סעלל אויפן טיש אין כהאב פונקט באמערקט אז זיין סעלל שטייט ביי 82 פראצענט.
איי מין קאמאן, האסט נישט געקענט זאגן ״סארי, כוועל די ברענגן באלט, כבין ביזי״. בס״ה ביסט אריין אין מיין קאפ אלץ א שקרן וואס מקען נישט געטרויען, פארשטייט זיך כגיי נישט אפיהר האלטן א אינגערמאן מיט א ליגענט וואס ער גייט נישט האבן א וועג ארויס, אבער זיין טראסט האט ער פארלוירען ביי מיר.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שטילע אינגערמאן, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 109
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 2:06 pm
- האט שוין געלייקט: 3 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 26 מאל
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 332
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 08, 2016 9:34 pm
- האט שוין געלייקט: 212 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 376 מאל
לימנוב'ע רבי פארציילט אז א אינגערמאן פלעגט אלץ אהיים'קומען שפעט, און ווען זיין ווייב פלעגט איהם פרעגן וואס איז היינט געשעהן פלעגט ער ענטפערן אז ער האט געהאט א וואכטנאכט דערביי אראפלייגן אויפ'ן טיש 2 פעקלעך "פון די וואכט-נאכט" אזוי איז געווען יעדע טאג אמאל איז עס געווען בלאמ'ס פאטעיטא טשיפ מיט א לאלי אמאל אן די לאלי אמאל פאטעיטא סטיק און אמאל סופער סנעק,
ויהי היום זיין ווייב עפענט אויף די טראנק פון זיין קאר און זי זעהט א באקס פון קאלעקשאן מיט אלע מינע פעקעלעך,
פירט לימנוב'ע רבי אויס "ס'האט זיך נישט גוט געענדיגט"

- הודעות: 2056
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
- האט שוין געלייקט: 2815 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל
Re: שקרן!!!
בכלל איז ידוע אז מענטשן וואס זענען געוואוינט צו זאגן ליגנט האבן נישט קיין זעלבסט קאנפידענס (די סיבה דערצו פארלאנגט א באזונדערע אשכול), מענטשן כאפן נישט אז אפי' אויב ס'זעהט אויס ווי ער וועט אויפן מינוט הנאה האבן פונעם ליגנט, וועט עס אים חרוב מאכן די קוואליטעט פון זיין לעבן.
- א איד
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1320
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
- געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
- האט שוין געלייקט: 606 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל
Re: שקרן!!!
שטילע די לעצטע מעשה פון די בעטערי, פארוואס קען נישט זיין אז ער האט געטשארדזשט זיין פאון און עס האט עס נישט געמערקט ביז דעמאלטס, און עס האט זיך אנגעפילט די בעטערי?
איך האב אזאנס מערערע מאל (שוין ווייטער קענסטו זיך נישט איינהאלטן, און דו מוזט זאגן ליגנט) איך מיין עס ערנסט, איך מיין אז דו ביזט שוין אווער פראטעקטיוו, און ביזט יעדן חושד מיט זאגן ליגנט.

מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
- שטילע אינגערמאן
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1009
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
- האט שוין געלייקט: 603 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1999 מאל
א איד האט געשריבן:שטילע די לעצטע מעשה פון די בעטערי, פארוואס קען נישט זיין אז ער האט געטשארדזשט זיין פאון און עס האט עס נישט געמערקט ביז דעמאלטס, און עס האט זיך אנגעפילט די בעטערי?
איך האב אזאנס מערערע מאל (שוין ווייטער קענסטו זיך נישט איינהאלטן, און דו מוזט זאגן ליגנט) איך מיין עס ערנסט, איך מיין אז דו ביזט שוין אווער פראטעקטיוו, און ביזט יעדן חושד מיט זאגן ליגנט.
יענער אינגערמאן האט א אייפאון, ער האט נישט געקענט טוישן די בעטערי, אפאר מינוט פאר ארויפ קומען צו מיר האט ער געזאגט אז ער האט ממש יעצט recharged זיין פאון, ער איז געווען אין קאר אין נישט געהאט א טשארדעזר, אין פלוצלינג האט עס 80 פראצענט?
אדרבה זאג מיר ווי אזוי א פאון charged אין 15 מינוט אויפ 80 פראצענט, כוועל די מכיר טובה זיין.
והשנית מאך נישט פון די עיקור א טפל
- קאמענטירער
- ידיד ותיק
- הודעות: 768
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 5:06 am
- געפינט זיך: אין די ווירטואלע וועלט
- האט שוין געלייקט: 306 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 672 מאל
א איד האט געשריבן:שטילע די לעצטע מעשה פון די בעטערי, פארוואס קען נישט זיין אז ער האט געטשארדזשט זיין פאון און עס האט עס נישט געמערקט ביז דעמאלטס, און עס האט זיך אנגעפילט די בעטערי?
איך האב אזאנס מערערע מאל (שוין ווייטער קענסטו זיך נישט איינהאלטן, און דו מוזט זאגן ליגנט) איך מיין עס ערנסט, איך מיין אז דו ביזט שוין אווער פראטעקטיוו, און ביזט יעדן חושד מיט זאגן ליגנט.
איך האלט אז ממעג אננעמען -וואס איינער פארקויפט- מוז נישט זיין די אמת, (איך רעד בעיקר ווען איינער דערציילט עפעס פונעם עבר) נישט אז סאיז ליגענט אבער אפי' ווען איינער וויל זאגען די אמת מוז נישט זיין אז סאיז פונקט געווען וויאזוי ער זעהט די מעשה, פון זאכען וואס מענטשען הערן\שמועסן און סזאל זיין טאקע וואס סהאט פארסירט קען אמאל זיין א שיינע מרחק, סאיז בככל נישט קיין פראבלעים די טאקטיק פון ''כבדהו וחשדהו'' מען טאר נישט און מען קען נישט בויען אויף איינעמס סטעיטמענט מדארף אלץ טראכטען אפשר איז נישט פונקט אזוי ווי יענער לייגט עס אראפ.
...
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
שטילע, אלס איינער וואס האלט זיך פאר אן איש האמת
קען איך נישט אינגאנצן אגריען. די מעשה מיט די פרוי מיט די דאטום פון געבורט איז א גוטע וויץ, אבער שפיגלט נישט אפ דעם מצב.
דער כלל איז, אז כמעט קיינער וועט נישט זאגן קיין ליגנט אן קיין סיבה. נישט אלץ כאפט מען גלייך די ריעזאן ביהיינד איט, צומאל איז עס סובקאנשעסלי, אבער עפעס א קול זאגט אים אז "זאגן די אמת גייט ערגעץ בעקפייערן, טראכט ליבערשט אויף עפעס א באבע מעשה".
אודאי איז עס נישט אויסגעהאלטן מאראליש און תורה'דיג, ואולי י"ל אז דער היתר פון 'מותר לשנות מפני דרכי שלום' ווערט אביסעלע אביוזט, אבער נקוט כלל זה בידך - מען זאגט נישט ליגנט סתם אזוי, אחוץ א כראנישער ליגנער.
אז א יונגערמאן זאגט דיר ער איז יעצט ביי אן אטורני, האט ער אין בעק פון זיין מיינד א סיבה צו טראכטן אז דו וועסט אים מער ארויפקוקן ווען דו הערסט אזא סטעיטמענט;
אז איינער זאגט פאר זיין ווייב א האלבע שעה ארום וועט ער זיין אינדערהיים אנשטאט א גאנצע שעה, מסתמא האט ער מורא אז זי וועט שרייען אויף אים און זיך נעמען פירן ויכוחים;
און אזוי קען מען דן זיין לכף זכות יעדע משל וואס דו האסט אראפגעברענגט.
![קיל 8-)](./images/smilies/icon_cool.gif)

וירח ה' את ריח הניחוח
- שמעון וואלף
- חבר ותיק
- הודעות: 3547
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
- געפינט זיך: אין דרום
- האט שוין געלייקט: 5476 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל
ס'מעשים בכל יום ספעציעל בנוגע זמנים.
די רבי וועט אריינקומען צום טיש 9:00
קבלת פנים בשעה 7:00 חופה בשעה 8:00
שחרית 9:30 און די גבאי לייגט נאך צו מיט א האלבע שמייכל פונקטליך! כאילו ס'איז די גרעסטע זשאק
לעצטענס איז מיר אויסגעקומען צו גיין דאווענען ביי איינער וואס האט געדארפט מנין אינדערהיים און ער האט מיך געזאגט אז מ'גייט זיך שטעלן צענע. איך ווייס אז צענע מיינט 10:00 בין איך טאקע דארט געווען באצייטענס. אבער ווי וואס ווען, די וואס האבן מיך געריפען זענען נאך געווען אינמיטן זיבעטן חלום און איינער וואס איז יא דארט געווען האט זיך אנטשולדיגט אז ער האט נישט געוויסט אז ביי מיר מיינט צענע, צענע. כ'האב געפילט אז איך האב געטון עפעס ראונג מיטן קומען באצייטענס.

- הערסטע
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 45
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 13, 2016 7:10 pm
- האט שוין געלייקט: 190 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 26 מאל
Re: שקרן!!!
אויכט אן ענין! אבער איך מיין אז דו מישט אויס צוויי זאכן. שטילע האט ארויסגעברענגט אז ס'איז דא א פראבלעם מיט ליגענט און דו ברענגט ארויס א פראבלעם פון זיין פארשלעפט
- דולה ומשקה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2732
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
- האט שוין געלייקט: 308 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל
דער צאנז'ער חסיד טוט זיך פאר זיינס א בר-פלוגתא א רוזין'ער חסיד, זאגענדיג: ווען מיין רבי האט חתונה געמאכט האט מען געדארפט א גאנצע באן (12 וואאגאנען בימים) בלויז פאר זאלץ, נישט פאר'ן עסן, נאר בלויז פאר איינטינקען די המוציא.
זאגט דער רוזין'ער חסיד פאר דעם צאנז'ער: דו מיינס דאס איז עפעס, ווען מיין רבי האט חתונה געמאכט האט מען געברויכט עטליכע טאנקיר וואגאנען בלויז פאר מים אחרונים.
זאגט דער צאנז'ער חסיד צוריק: עה דאס איז שוין סתם א ליגענט, וויפיל וואסער דארף מען שוין דען פאר מים אחרונים?
רעאגירט דער רוזין'ער חסיד אויף צוריק: הער מיר אויס, אז דו וועסט מיר גלייבען מיין ליגענט, וועל איך גלייבען דיין ליגענט...

"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)

- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
Re: שקרן!!!
א ליגנער ברויך א גוטע זכרון.
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1034
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
- געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
- האט שוין געלייקט: 714 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 512 מאל
Re: שקרן!!!
קען איך א אינגערמאן וואס מאכט זיכער מנחה/מעריב זאל נעמען זייער לאנג. בקיצור איינמאל רופט איהם זיין ווייב ווי ביסטו אזוי לאנג ענטפערט ער אזוי כלאחר יד אין א גרינע מיטוואך איך האב פארגעסען יעלה ויבא און געדארפט צוריק גיין איבער דאווענען.. נו וואס טוט מען נישט פאר שלום בית.
- שלום על ישראל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1042
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:45 pm
- האט שוין געלייקט: 1504 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל
שמעקעדיג האט געשריבן:שטילע, אלס איינער וואס האלט זיך פאר אן איש האמתקען איך נישט אינגאנצן אגריען. די מעשה מיט די פרוי מיט די דאטום פון געבורט איז אין בעסטן פאל א גוטע וויץ, און אפשר גאר גענצליך אויסגעדראשן פון פינגער.
דער כלל איז, אז כמעט קיינער וועט נישט זאגן קיין ליגנט אן קיין סיבה. נישט אלץ כאפט מען גלייך די ריעזאן ביהיינד איט, צומאל איז עס סובקאנשעסלי, אבער עפעס א קול זאגט אים אז "זאגן די אמת גייט ערגעץ בעקפייערן, טראכט ליבערשט אויף עפעס א באבע מעשה".
אודאי איז עס נישט אויסגעהאלטן מאראליש און תורה'דיג, ואולי י"ל אז דער היתר פון 'מותר לשנות מפני דרכי שלום' ווערט אביסעלע אביוזט, אבער נקוט כלל זה בידך - מען זאגט נישט ליגנט סתם אזוי, אחוץ א כראנישער ליגנער.
אז א יונגערמאן זאגט דיר ער איז יעצט ביי אן אטורני, האט ער אין בעק פון זיין מיינד א סיבה צו טראכטן אז דו וועסט אים מער ארויפקוקן ווען דו הערסט אזא סטעיטמענט;
אז איינער זאגט פאר זיין ווייב א האלבע שעה ארום וועט ער זיין אינדערהיים אנשטאט א גאנצע שעה, מסתמא האט ער מורא אז זי וועט שרייען אויף אים און זיך נעמען פירן ויכוחים;
און אזוי קען מען דן זיין לכף זכות יעדע משל וואס דו האסט אראפגעברענגט.
דיין טענה אז מיטן לויער שטיק וועט ער אים מער ארויפקוקן, איז אזוי: אוודאי פארשטייט יעדער אז מ'שיסט נישט ממש רענדאם ליגנט פשוט ווייל כ'קען. אבער דאס זאגן אזעליכע ווילדע גזמאות ווי כ'בין ביים לויער ווער ער שטייט אויף די גאס (דאס איז ווילד סיי ווייל עס איז גאר-ווייט פונעם מציאות און סיי ווייל ס'שטארק מעגליך צו רופן זיין בלאף זייענדיג גלוי לכל), פאר אזא לייכטזיניגע סיבה ווי 'וועלן מאכן א רושם', מוז זיין איינס פאר די פאלגענדע:
- ער האפט צו מאכן א דיעל מיט דעם מענטש און אלעס קען העלפן (ביזנעס, מוסד, וכדומה).
דאס איז נישט אויסגעהאלטן, אבער מ'קען פארשטיין דעם ייצר. - ער האט א צובראכענע סעלף-קאנפידענס
נאכאמאל, נישט יושר, אבער אל תדון את חברך עד שתגיע למקומו - ער שפירט פיין מיט זיך, אבער האט ליעב וואס מער שעץ און רעספעקט
קודם איז ווערט צו באמערקן אז געווענליך אזא איינעם האט יא א צובראכענע סעלף-קאנפידענס, אבער געווענליך איז שוין אזא איינעם אנגעפיקעוועט מיט סוב-קאנטשעס שקר, אזאש ער טראכט נישט קיין סקונדע. פון דעם רעדט מען לכאורה דא.
דער לעצטער האט א מידה וואס וועט ארגער וואס א טאג, און ווי נענטער איר דארפט האנדלן מיט אזא איינעם, אלס ארגער שטינקט עס. נישט נאר וועט קיינער אים נישט גלויבן, נאר די פרעכע אראגאנס וואס ס'פארלאנגט זיך פאר אזא שטאפל שקר.
(אויב האט איר נישט קיין הנאה און עס האט אייך נישט געקאסט קיין שמייכל, לייק נישט, וחילופיהם בחכם.)
- א איד
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1320
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
- געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
- האט שוין געלייקט: 606 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:נישט לאנג צירוק בין איך אדורך געפארן א אינגערמאן מיטן קאר א באקאנטע מיינע, כהאב עיהם געפיפן אבער ער האט נישט באמערקט, כהאב ארויס גענומען די טרייבעל אין עיהם גערופן.
העי וואס טוט זיך?
עםםם, סאו סארי כקען נישט יעצט רעדן כבין אין א מיטינג ביי א עטערני אין די אפיס.
דער אינגערמאן האט נישט געטראכט צוויי, געשאסן א סטעיטמענט אין די וועלט אריין.
לאמער זאגן ער איז געווען פארנומען אויפ א וויכטיגע קאל אדער ער האט פשוט נישט געהאט געדולד צו רעדן אויפן סעלל,
פארוואס האט דער אינגערמאן נישט געקענט זאגן ״שטילע אם סארי, כדרייוו יעצט כבין ביזי אויפן beep, כרויף די באלט צירוק״
פארוואס האט ער געזאגט ער איז אין א אפיס ביי א עטערני,
די אמתע סיבה ווייס איך אויך, פשוט ווייל טאמער זאגט ער אז ער איז ביי עטערני הערט זיך עס מער ביזי.
איז דא אין יענע געגנט ווי ער איז אריבערגעפארן א לויערס אפיס?
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
- שמעון וואלף
- חבר ותיק
- הודעות: 3547
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
- געפינט זיך: אין דרום
- האט שוין געלייקט: 5476 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל
הערסטע האט געשריבן:אויכט אן ענין! אבער איך מיין אז דו מישט אויס צוויי זאכן. שטילע האט ארויסגעברענגט אז ס'איז דא א פראבלעם מיט ליגענט און דו ברענגט ארויס א פראבלעם פון זיין פארשלעפט
ווען מ'זאגט אז א מאורע וועט זיך אנפאנגן א באשטימטע צייט און יעדער ווייסט אז ס'איז נישט אמת, איז עס ליגענט פונקט ווי אלע ליגענטס. ס'איז לכתחילה אזוי אז טאמער וויל מען אנפאנגן א געוויסע צייט רופט מען דעם עולם א שעה פריער. גיא צו עני שמחה /מסיבה ביים זמן וואס שטייט אויפ'ן אינוועטעישאן און מ'האלט נאך אינמיטן אנגרייטן.
בלי ספק אז ווען מ'וואקסט אויף מיט אזא געפיראכץ מאכט עס א רושם און א דיסריגארד פאר'ן אמת
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
לעבן זאל דער שקרן!!
שטילע'ס דברים היוצאים מן הלב האבן געמאכט אויף מיר א טיפע רושם. כ'האב זיך מתבונן געווען און געקומען צו די החלטה אז דאס מאל מיינט מען מיך, טאקע מיך. ליידער בין איך שטארק נכשל אין דעם, איך זאג גרינגער ליגענט ווי אמת, שקר איז ביי מיר פליסיג, און ס'איז שוין העכסט צייט זיך צו מתקן זיין ווי לאנג די לעכטעל ברענט נאך.
היינט ביי שחרית האב איך ספעציעל געהאט כוונה ביים צווייטע/קליינע יהי רצון, שתצילנו מלשון הרע, מעדות שקר משנאת הבריות. און ביי שמו"ע, נצור לשוני מרע ושפתי מדבר מרמה. כ'בין יעצט גרייט אויף אלעמען, גארנישט גייט מיר גורם זיין חלילה צו זאגן ליגענט. נאר אמת, אמת, און נאכאמאל אמת.
אזוי גייט דורך אפאר מינוט... און א שלוחי-דרחמנא פאר א כולל ערב על טהרת הקודש אין ירושלים ווייזט מיך זיין זרוע נטויה, פיל מיט דאללערן, כלומר, קאווע'לע, זיי דיך ביטע משתתף... פאר א האלבע רגע האב איך געטראכט צוריק צוענטפערן מיט די הענט שפראך, כלומר "כ'האב נישט", אבער ניין! איך זאג נאר דער אמת! ווי קען איך ווייזען אז כ'האב נישט ווען אין אמת'ן האב איך יא? חלילה!
זאג איך דעם איד, תשמע חביבי, א) איך האלט אז א כולל ערב קען זיך אויסהאלטן פון די לאקאלע קהילה מעמבערס, און דארף נישט צוקומען צו נדבות פון אידן מעבר לים, ב) סתם אזוי בין איך נישט אין פעיווער פון באצאלן מענטשען פארן לערנען תורה (פונקט ווי קיינער צאלט מיר נישט פארן דאווענען דריי מאל א טאג), ג) איך שטיץ נישט קיין מוסדות וואס נעמען נישט קיין געלט פון די לאקאלע רעגירונג, ד) ס'געפעלט מיר בכלל נישט דיין פלעקאיגע רעקל און שמוציגע הוט און צושטרויבעלטע פיאות.
דער ירושלמי'ער אינגערמאן ווערט פארגליווערט, און מיין חברותא, הערשי, גיט מיר א ציפ "קאווע'לע ביסט אינגאנצען? – וואס טשעפעסטע? ער שטייט דיר אין וועג?", שריי איך צוריק: "פאר קיין געלט וועל איך נישט זאגן קיין ליגנעט! האמת נר לרגלי!". אזוי?! שרייט מיין חברותא "דו ווילסט איך זאל דיר זאגן אויף דיר נאר אמת?" – און נאך איידער איך האב א געלעגענהייט צו ענטפערען, נעמט ער זיך שרייען: ביסט א משוגענער! א בהמה! דיין טאטע צאלט מיך איך זאל לערנען מיט דיר! מיינסט טאקע איך בין אינטערסירט צו הערן דיינע שטותים? דו מיינסט טאקע אז ווייל איך שמייכל און שאקל מיין קאפ צו דיר, בין איך מסכים צו די נארישע לאקשען וואס דו פארקויפסט מיר? דו מיינסט איך גלייב א ווארט וואס דו זאגסט?... – הערשי שטעלט זיך אויף, "טרעף דיר א צווייטע חברותא.." און שפאצירט ארויס.
פאר 10 מינוט בין איך פארגליווערט געווארן. גאנצעטע געביידעס זענען צוזאמגעפאלן. רבש"ע, וואס גייט דא פאר? געמיינט האב איך אז הערשי איז מיר א ברודער-חבר. מיין טאטע צאלט אים צו לערנען מיט מיר? ס'גייט שוין אן אזוי 3 יאר און כ'האב גארנישט געוואוסט? ווער ווייסט וואס דער הערשי זאגט אלץ איבער פאר מיין טאטע וואס כ'רעדט אלץ צו אים?
איך פיל ווי ס'טראפט אויף מיין רוקן, טיפה טיפה ...
ס'וויל זיך גלייבן אז ס'אלץ א חלום.
אפשר טאקע?
גייט אריבער א האלבע שעה, איך שטעל זיך אויף פון פלאץ צו כאפן א גלעזל קאלט וואסער, טרעף איך מיין שווער! "קאווע'לע, זעהסט אויס אויסגעמוטשעט, שפעט געגאנגען שלאפן נעכטן?", גראדע יא, ענטפער איך מיט די ריינע אמת. בלומי האט געהאט א שפעטע אפוינטמענט ביים טעראפיסט, ביז זי איז אהיימגעקומען איז שוין געווען זייגער 12, און ביז אונז האבן געענדיגט איבערגיין די שמועס, איז שוין געווארן 3 אזייגער.
"טעראפיסט"? שרייט מיין שווער שטילערהייט מיט די אויגן ברעמען רונדעכיג ווי א באנענע, "וואס???" יא, זאג איך, שוין א יאר וואס אונז גייען פאר הילף. זאכן בעסערן זיך, אבער מ'האט נאך א לאנגע וועג צו גיין. מיין שווער געט זיך א ווילדע דריי אויס, כאפט זיין טלית בייטל און יאגט אהיים.
עטליכע מינוט שפעטער קום איך אהיים, און מיין ווייב איז שוין אויפן טעלעפאן מיט איר מאמע, בלאס, טרערן פליסן, זי קוקט נישט אויף מיר – איך שפיר אז ס'צרות און איך יאג אפ.
איך זעץ מיך אריין אין קאר, דינג דאנג, א טעקס מעסעדזש פונעם אשת-כנגדו:
Idiot y u tell my dad . now mom wants me back home
ווי ס'שטעלט זיך ארויס, איז מיין שוויגער, די עילת העילות וסיבת כל הצרות, אין כעס גדול, היתכן מ'נעמט איר טאכטער צו טעראפי אן איר רשות?? די איידעם דארף הילף, נישט איר טאכטער חס וחלילה!
אזא פראסק, נאך א יאר טעראפי איז די גאנצע הארעוואניע לאיבוד??
פון גרויס טומעל האב איך שיעור-נישט געמאכט אן עקסידענט, אז כ'וועל נישט אנצינדען די מוזיק אויף הויך וועט דא זיין צרות. צינד איך אן א לעבעדיגע סי-די, און פונקט שטייט די מנהל פון די תלמוד תורה ווי כ'האב פונקט נעכטען אריינגעשיקט א אפליקעשען פאר מיין בעבי-אינגעלע, ער דארף א היטש פון וויליאמסבורג קיין בארא פארק. זאל איך אים ווייזן מיט די האנט אז איך פאהר לינקס, און נישט קיין ב"פ? חלילה!!! איך גיי נאר פארן אמת!!! – מאך איך אויף די פענסטער און איך זאג אים: קענסט קומען, אבער זיי וויסן אז איך הער מוזיק אפילו ס'איז ספירה..
ער קוקט מיך אן ווי א משוגענער. גייט נישט דורך א האלבע שעה, און די פעקס מאשין אין אפיס שפייט ארויס א שיינע גרויסע "לא נתקבל".
שטילע, געב מיר צוריק מיין חברותא, מיין ווייב, און שאף מיר א חדר פאר מיין אינגעל.

Under influence
- ירח בן יומו
- ידיד ותיק
- הודעות: 792
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 11:15 pm
- האט שוין געלייקט: 834 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 700 מאל