בלאט 1 פון 1

א שמועס מיט יונגע otd, קען מען עפעס אפלערנען?

נשלח: מאנטאג יוני 06, 2016 9:52 pm
דורך געוואלדיג
אויף בחדרי חרדים איז לעצטנס געווען א שמועס מיט אפאר יונגע בחורים'לעך קוקן אויס צו זיין טאפס בני טפש עשרה, נאך נישט קיין 18 יאר אבער נעבעך ארויסגעפאלענע, און די שמועס איז זייער אפן וואס האט זיי געברענגט וכדו', די מעלה איז אז עס איז נישט מיט שנאה אדער ארונטער רייסן נאר מער מיט ביטערקייט און טרויער, איך מיין אז אונז האבן וואס צו הערן פון זיי, לכה"פ אונז זאלן נישט טוהן ווי זייערע עלטערן, און אזוי אויך הלוואי ווען איינער זאל אפהאלטן דאהי אזא אינטערוויו צו הערן פון אונזערע נושרים וואס זיי טראכטן און מיינען און וואס האט זיי געברענגט.

הרי שלך לפניך

Re: א שמועס מיט יונגע otd, קען מען עפעס אפלערנען?

נשלח: מאנטאג יוני 06, 2016 10:43 pm
דורך [NAMELESS]
לינק ארבעט נישט

Sent from my GT-I9192 using Tapatalk

נשלח: מאנטאג יוני 06, 2016 10:44 pm
דורך טאמבל סאס
אויף א טעלעפאן נישט. ביי מיך אויף די קאמפיוטער ארבעט עס פיין.

Re: א שמועס מיט יונגע otd, קען מען עפעס אפלערנען?

נשלח: מאנטאג יוני 06, 2016 11:23 pm
דורך [NAMELESS]
ראסיזים

Sent from my GT-I9192 using Tapatalk

Re: א שמועס מיט יונגע otd, קען מען עפעס אפלערנען?

נשלח: מאנטאג יוני 06, 2016 11:41 pm
דורך mevakesh
ביי מיר אויפן טעלעפאן ארבעט עס פיין

נשלח: דינסטאג יוני 07, 2016 12:52 am
דורך הוגה
געוואלדיג האט געשריבן:אזוי אויך הלוואי ווען איינער זאל אפהאלטן דאהי אזא אינטערוויו צו הערן פון אונזערע נושרים וואס זיי טראכטן און מיינען און וואס האט זיי געברענגט.


איך האב געהאט א לענגערע אינטערוויו מיט שלום דין פאר ק"ש, טאקע מיט די כוונה כדי אז מיר זאלן הערן וואס ער פארציילט און זיך לערנען דערפון. איך האב פארברענגט דערויף גאר אסאך שעות. אבער למעשה איז געקומען א פוינט וואו איך בין געווארן איבערצייגט אז עס איז בעצם נישט דא דא קיין אינטערעסע דערפאר האב איך עס איבערגעלאזט האלב פארטיג. עס טוט מיר לייד אז איך האב צוגענומען פון אים אזויפיל צייט פאר גארנישט און אז איך האב פארברענגט דערויף אזויפיל צייט.

Re: א שמועס מיט יונגע otd, קען מען עפעס אפלערנען?

נשלח: דינסטאג יוני 07, 2016 12:55 am
דורך טאמבל סאס
איך ווייס נישט איבער אנדערע. איך בין זייער אינטרעסירט. ווי ווייט איך געדענק האסטו נישט געפרעגט אויב דער עולם איז דא איז אינטרעסירט, איז וואס האט דיך איבערצייגט אז מען איז נישט?

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

Re: א שמועס מיט יונגע otd, קען מען עפעס אפלערנען?

נשלח: דינסטאג יוני 07, 2016 1:36 am
דורך קל וחומר
טאמבל, בתנאי אז דו גייסט אויך געבן אן אינטערוויו.

נשלח: דינסטאג יוני 07, 2016 11:43 am
דורך געוואלדיג
הוגה, 1. כדברי טאמבל, האסט נישט געפרעגט, איך בין יא נייגעריג, 2. די חידוש פון יענע אינטערוויו איז אז זיי זענען נאך יונג און תמימות'דיג און האבן נאך נישט די שנאה וואס פארמערט זיך מיט די יארן, סא זייערע ווערטער האבן א אמת'דיגקייט אין זיך מער ווי אנדערע אט"ד.

נשלח: דינסטאג יוני 07, 2016 1:44 pm
דורך הוגה
[justify]
געוואלדיג האט געשריבן:די חידוש פון יענע אינטערוויו איז אז זיי זענען נאך יונג און תמימות'דיג און האבן נאך נישט די שנאה וואס פארמערט זיך מיט די יארן, סא זייערע ווערטער האבן א אמת'דיגקייט אין זיך מער ווי אנדערע אט"ד.


דו לייגסט אראפ א הנחה אן קיין שום עווידענס אז איינער וואס איז נישט יונג מוז פארלאזן די דרך מיט שנאה. צווייטענס, עס זעהט אויס פון דיינע ווערטער אז משום איזה סיבה שהוא האבן מענטשן מער אינטערעסע צו הערן פון אפרוחים שלא נפתחו ווי איידער פון מעטשור אדורכגעטראכטע מענטשן וואס ווייסן פון וואו זיי קומען און וואס זיי ווילן. וואס האלטסטו איז די סיבה דערויף?

.[/justify]

נשלח: דינסטאג יוני 07, 2016 1:55 pm
דורך געוואלדיג
1. איך לייג נישט א הנחה, איך פארצייל די מציאות פון יענע אינטערוויו ולא על הכלל כולו יצא, נאר אז ביי זיי איז אזוי, 2. פארדעם איז עס אינטרעסאנט צו הערן נישט ווייל איך וויל נישט הערן פון א עדאלט, וכדברי אז איך בין אינטרעסירט אין דיין שלום דין'ס אינטערוויו וואס איך האף אז האסט נאך אין דרעפטס און וועסט נאך דאס ארויף לייגן.

נשלח: דינסטאג יוני 07, 2016 1:58 pm
דורך זבולון
עס איז דא א חילוק פון נושרים ביז יוצאים בשאלה.

"נושרים", זענען אזעלכע וואס זענען משום סיבות שונות ארויסגעפאלן פונעם חינוך סיסטעם און זיך געטראפן אין די גאסן. (צוליב הייפער-אקטיוויטי, צובראכענע משפחה, לערנען דיסאביליטיס, און נאך). און איך ווייס נישט ווי ווייט זיי זענען אחראים אויף זייער ביטערן מצב.

אינדערצייט וואס "יוצאים בשאלה", איז אינגאנצן אן אנדער מושג, דאס איז איינער וואס האט בכוונה תחילה מחליט געווען צו בריקען אין דעם בור ששתה ממנו, א החלטה מיטן פולן באוואוסטזיין.

עס איז צוויי אנדערע מענטשן און מהלכים אינגאנצן, איך זעה בכלל נישט דעם צושטעל.

נשלח: דינסטאג יוני 07, 2016 2:06 pm
דורך געוואלדיג
א ריכטיגע חילוק, נאר צומאל וועט פון א נושר ווערן א יוצא בשאלה, איך באציה זיך בעיקר אויף די נושרים.

Re: א שמועס מיט יונגע otd, קען מען עפעס אפלערנען?

נשלח: דינסטאג יוני 07, 2016 2:22 pm
דורך טאמבל סאס
צומאל וועט פון א אינגל ווערן א בחור. כמיין נישט צוזאגן אז ס'נעסעסערילי פאולאוד. נאר מיט דעם אז אמאל מיינט עס אז ער איז פשוט אויפעגוואקסען.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

נשלח: דינסטאג יוני 07, 2016 5:59 pm
דורך שבת אחים
אדער האבן זיי זיך פשוט געכאפט אז זיי זענען אויפגעוואקסן אין ״אמיש-טאון״ און זיי האלטן נישט ביים פארן מיט קיין פערד און וואגן אנגעטוהן מיט מאדענע היטן און רעקלעך, און סאינטערסירט זיי נישט מעהר די סוגיא פון ביצה שנולדה ביום טוב און א שור שנגח את הפרה...

Re: א שמועס מיט יונגע otd, קען מען עפעס אפלערנען?

נשלח: דינסטאג יוני 07, 2016 7:25 pm
דורך גראף
שבת אחים האט געשריבן: סאינטערסירט זיי נישט מעהר די סוגיא פון ביצה שנולדה ביום טוב און א שור שנגח את הפרה...


אדער זיי האבן נישט פארשטאנען די סוגיא...
חנוך הנער על פי דרכו דעטס איט. מער הסברה מיט געדולד און ליבשאפט.

נשלח: דינסטאג יוני 07, 2016 7:34 pm
דורך שבת אחים
גראף האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן: סאינטערסירט זיי נישט מעהר די סוגיא פון ביצה שנולדה ביום טוב און א שור שנגח את הפרה...


אדער זיי האבן נישט פארשטאנען די סוגיא...
חנוך הנער על פי דרכו דעטס איט. מער הסברה מיט געדולד און ליבשאפט.


זעהט אויס אז איך האב עס נישט פארשטאנען, ווילסט מיר מסביר זיין וואס איך האב נישט געכאפט?

Re: א שמועס מיט יונגע otd, קען מען עפעס אפלערנען?

נשלח: דינסטאג יוני 07, 2016 8:14 pm
דורך גראף
@שבת אחים האסט געשריבען אז זיי אינטערסירט נישט די סוגיא האביך געזאגט לאו דווקא.

נשלח: דינסטאג יוני 07, 2016 9:22 pm
דורך שמיטשיק
שבת אחים האט געשריבן:אדער האבן זיי זיך פשוט געכאפט אז זיי זענען אויפגעוואקסן אין ״אמיש-טאון״ און זיי האלטן נישט ביים פארן מיט קיין פערד און וואגן אנגעטוהן מיט מאדענע היטן און רעקלעך, און סאינטערסירט זיי נישט מעהר די סוגיא פון ביצה שנולדה ביום טוב און א שור שנגח את הפרה...

און... פירט אויס... צוליב דעם האבן זיי באשלאסן צו אויפהערן לייגן תפילין, מחלל שבת זיין, און נאכגעבן אלע תאוות זייערע אנע גילט...

אויב די אמיש טאון מיט די פערד און וואגן שטערט זיי, אזער אנדערע "פאנאטיזם" קענען זיי פארן מיט שיינע אויטאמאבילן און זיך אויפפירן הייליג אידיש ווייטער אוואו די תורה פארלאנגט

נשלח: דינסטאג יוני 07, 2016 9:35 pm
דורך שבת אחים
דריי נישט קיין שימטשיק... כ׳פארשטיי נישט קיין דבר אחת וואס דו רעדסט...

נשלח: מיטוואך יוני 08, 2016 10:39 am
דורך בעל מדות
לא חכמה לשבת עם ילד בן 5 ולשיר איתו טוב לי תורת פיך וכו', גם לא חכמה לחבק ילד בן 3 ולהגיד לו איזה חמוד אתה, החכמה לשבת ולחבק ילד בן 12, ששואל שאלות ורוצה להבין, ולא להתחמק מתשובות, ואם לא יודעים מה לענות, לא בושה להתייעץ. הילדים שלי שמחים מהשבת, הם לרגע לא חושבים שזה עול, ומחכים לזה כל השבוע.


א #מכל_מלמדי_פאראגראף.

נשלח: דאנערשטאג יוני 16, 2016 4:50 pm
דורך קנאק-יענקל
גראף האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן: סאינטערסירט זיי נישט מעהר די סוגיא פון ביצה שנולדה ביום טוב און א שור שנגח את הפרה...


אדער זיי האבן נישט פארשטאנען די סוגיא...
חנוך הנער על פי דרכו דעטס איט. מער הסברה מיט געדולד און ליבשאפט.


ווען אלע עלטערן זאלן וויסן אז חנוך לנער "על פי דרכו" איז אויך א "סוגיא", און א שווערע סוגיא וואס דארף אסאך עיון
וואלטן נישט אזויפיל קטינים, ריכטיגע "ביצה שלא נולדו'ס" געווארן קיין "שור שנגח'ס", און בועט געווען אין די עלטערן.

דער אינטערוויוער איז פיין גערעכט:
"הצורה שבה הועברה להם החובה של קיום המצוות. היא הועברה בצורה של "מצוות אנשים מלומדה". אין שום הסבר ותוכן, הם לא מבינים לדוגמא למה צריך להתפלל שעה שחרית כל בוקר, הם לא מבינים את הרוחניות שעומדת מאחורי שמירת שבת, כי הצורה שבה חונכו, הייתה 'כי ככה אבא אמר', אפשר לספר את זה לילד בן 6, לא לילד בן 12"...

נשלח: דאנערשטאג יוני 16, 2016 5:47 pm
דורך שבת אחים
אנטושלדיגט,כ׳פארשטיי נישט וואס דו רעדסט און ווי דו צילסט. באמת, פשוט פשט אין גמרא האב איך קיינמאל נישט פארשטאנען, און ס׳האט מיך אייביג געבאדערט אז איך קען פארשטיי אלעס און פונקט גמרא מאכט נישט קיין סענס פאר מיר.