בלאט 1 פון 1

34 בחורים פון לאנדאן געראטעוועט פון וואסער

נשלח: דינסטאג יוני 07, 2016 6:52 am
דורך נעגעל וואסער
מאנטאג נאכט זענען 34 לאנדאנער בחורים געראטעוועט געווארען די לעצטע מינוט פון אריינקומענדיגע טייד וואסער ביי די דאווער קליף ענגלאנד. די לייף גארדס געבען איבער אז נאך א שעה צייט וואלט אלעס געווען דערנאך רח"ל! די לייף גארדס האבן געארבעט מיט העליקאפטערס און שופען זיי צו ראטעווען און גייען לכאורה פארלאנגען די מוסדות צו באצאלען. די מוסד איז אין פעקעל. אבער ווי זיי געבען איבער איז די נסיעה נישט געווען מטעם המוסדות, נאר די חברים האבען זיך אליין צוזאמענגענומען.

פאר מער אימפארמאציע זעה דא www.mirror.co.uk/news/uk-news/stranded-34-children-trapped-rising-8129198
און דא www.dailymail.co.uk/news/article-3628555/Trapped-school-pupils-use-mobile-phone-lights-beach-coastguard-rescue.html



וואס גייט מיר נישט אריין און קאפ איז אז מענטשען לערנען זיך גארנישט פון היסטאריע! וויפיל טראגעדיעס דארפן נאך געשעהן אז אידען וועלען שוין אויספאלגען די אנווייזונגען אויף א מקום סכנה אפילו ס'איז געשריבן אויף ענגליש? ס'איז געווען קלארע סיינס אז מ'זאל נישט אהין גיין ווייל די וואסער קומט אריין שנעל, און גארנישט, ממיינט נישט אונז. די איינציגסטע לימוד זכות איז אז זיי האבן נישט געלערנט ענגליש אין חדר, דארט שטעקט די פראבלעם..

שטעל דיך פאר ס'דא 34 לוויות! רח"ל. וואלט דאס געווען גענוג.?? עד מתי?

נשלח: דינסטאג יוני 07, 2016 6:56 am
דורך קאווע טרינקער
ס'קוקט דיר אויס אז די בחורים זענען בכלל נאס? און דער מיט הוט זעהט דיר אויס ווי ער קומט פון די וואסער?

נשלח: דינסטאג יוני 07, 2016 8:32 am
דורך נעגעל וואסער
ווער זאגט נאס? זיי זענען נישט געווען אין די וואסער נאר אויף די יבשה, זייענדיג ארום גענומען מיט די בארג, און מיט די טייד וואסער וואס איז געקומען נענטער און נענטער.
די קאוסט גארדס זאגען אז מ'האט זיי געפונען א דאנק די שיין פון זייערע סעלפאונס.
עיין http://www.telegraph.co.uk/news/2016/06 ... obile-pho/
ווי מ'קען זעהן א קליפ געכאפט פון די העליקאפטער, ווי מזעהט די בחורים רופען מיט זייערע הענט פאר הילף


בילד

נשלח: דינסטאג יוני 07, 2016 8:44 am
דורך קאמענטירער
נעגעל וואסער האט געשריבן:וואס גייט מיר נישט אריין און קאפ איז אז מענטשען לערנען זיך גארנישט פון היסטאריע! וויפיל טראגעדיעס דארפן נאך געשעהן אז אידען וועלען שוין אויספאלגען די אנווייזונגען אויף א מקום סכנה אפילו ס'איז געשריבן אויף ענגליש? ס'איז געווען קלארע סיינס אז מ'זאל נישט אהין גיין ווייל די וואסער קומט אריין שנעל, און גארנישט, ממיינט נישט אונז. די איינציגסטע לימוד זכות איז אז זיי האבן נישט געלערנט ענגליש אין חדר, דארט שטעקט די פראבלעם..

שטעל דיך פאר ס'דא 34 לוויות! רח"ל. וואלט דאס געווען גענוג.?? עד מתי?

מיר גייט נישט אריין אין קאפ פארוואס דו מאכסט אזאנע געוואלדעס
ערשטענס פארוואס פארפירסטו נישט אז ''ווען וועט די וועלט איינזעהן אז זיך אווערדאוזען מיט העריאן הרג'עט מענטשען?'' ''ווען וועט די וועלט איינזעהן אז חתנוה האבען רעכטס און לינקס איז מסוכנדיג?'' ''ווען וועט די וועלט איינזעהן אז איין זעץ פאר איינעם אויף די (אומ)ריכטיגע פלאץ קען יענעם אוועקלייגען אויף אייביג?'' ?

דו ווייסט וויפיל מענטשען קומען אום אין א יאר פון סתם טון מסוכדיגע זאכען? ממילא די תירץ איז אז ניין מענטשען לערנען זיך נישט פון היסטאריע, יא מקען מעורר זיין און ברענגען מענטשען צו איערנעס אזוי ווי מפירט אן אויפקלערנגס קאמפיין איבער עידס, און אז דו ווילסט קענסטו לאנטשען א סעיפטי שווימען קאמפיין\איערנעס, פונקט ווי הרב דוד גינפעלד פירט אן יעדעס יאר אן העלמעט איווענט פאר קינדער

צווייטענס ווער זאגט אז זיי האבען געטון עפעס ראנג\סכנה'דיג ברענגסט דאך נישט קיין פרטים דאס וואס די קאוסט גארד האט געזאגט אז ''נאך א שעה וואלט נישט געווען וואס צו טון'' קוקט מיר נישט אויס אז זיי האבען געטון עפעס מורא'דיג סכנה'דיג

Re: 34 בחורים פון לאנדאן געראטעוועט פון וואסער

נשלח: דינסטאג יוני 07, 2016 9:25 am
דורך נעגעל וואסער
מיר גייט נישט אהן וואס די וועלט טוהט, מיר גייט אהן אז די עם חכם ונבון טראכטן נישט פאראויס, אז זאכן קען פאסירן אויב זיי פאלגען נישט די אנווייזונגען.
ובעיקר נאך אזא טראגעדיע און מיאמי פאריגע חודש, און מ'האט דן געווען אויב זיי האבן ג'מעגט שווימען דארט צו נישט, איז געווען די געשפרעך פון המון עם אז מהיום והלאה לערנט מען זיך א לעססען און מ'גיימער אייביג זיין וואויל און פאלגען די סיינס. גייט נישט דורך אפאר וואכן און עודך די זעלבע פרשה. אבער ב"ה אז ס'האט זיך געענדיקט גוט.
איך האב מברר געווען איש מפי איש אז זיי האבן איגנארירט עטליכע ווארענינג סיינס. כ'בין נישט הונדערט פערסענט זיכער, אבער אזוי זאגן די בחורים וואס זענען דארט געווען.

פון די ווערטער פון די לייפ באוטס הויפט הערט זיך אויך אהן אז זיי האבן נישט אלעס געפאלגט:
Dover lifeboat station spokesman James Salmon, said: "This incident highlights how easy it can be to get cut off by the tide whilst out walking.

"The group also faced the dangers of cliff falls along this iconic stretch of coastline.

"Surprisingly, the biggest risk when enjoying our coastline can be activities such as coastal walking and running. It's easy to get caught out by unexpected tides and waves.

"We encourage people to keep themselves safe and treat water with respect by staying away from cliff edges and areas prone to cliff falls, sticking to marked paths and checking local hazards and safety information, such as tide times, before setting out."

Re: 34 בחורים פון לאנדאן געראטעוועט פון וואסער

נשלח: דינסטאג יוני 07, 2016 9:47 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ערגעץ אין די באשרייבונג איז געשטאנען אז מ'האט געדארפט זיך נישט וויסענדיג מאכען פון ניין ווארענונג'ס שילדען!

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

נשלח: דינסטאג יוני 07, 2016 9:53 am
דורך נעגעל וואסער
The group, led by two adults, appear to have ignored several signs saying:
'The public are warned not to proceed beyond the beach because of the possibility of cliff falls and of being cut off by the rising tide.'

נשלח: דינסטאג יוני 07, 2016 9:55 am
דורך כלבאשבוע
נעגעל וואסער האט געשריבן:די קאוסט גארדס זאגען אז מ'האט זיי געפונען א דאנק די שיין פון זייערע סעלפאונס.


בארעכעשעם פאר סעלפאונס, עס ראטעוועט לעבנס.

Re: 34 בחורים פון לאנדאן געראטעוועט פון וואסער

נשלח: דינסטאג יוני 07, 2016 10:23 am
דורך א איד
סעלפאונס יא סמארטפאונס נישט.
יחי_ההבדל_הגדול