בלאט 1 פון 2
פעטיציע פאר שלום
נשלח: דינסטאג יוני 07, 2016 6:22 pm
דורך שמעון וואלף
ס'האט זיך געגרינדעט א פעטיציע ווי מ'פארלאנגט אז די צוויי סאטמערע לאגערן זאלן מאכן שלום איין מאל פאר אלעמען.
גענוג איז גענוג! שרייט דער בעל הפעטיציע. צופיל קרבנות האט די מחלוקה שוין אפגעקאסט, אפגערעדט די חילול השם, מסירות און הלבנת פנים.
פעטיציע
נשלח: דינסטאג יוני 07, 2016 6:37 pm
דורך קנאקעדיג
אויך לויפט א פעטישען צו סטאפן אנטי ישראל ארטיקל אין סאטמארער צייטונג
פעטישען
Re: פעטיציע פאר שלום
נשלח: דינסטאג יוני 07, 2016 6:39 pm
דורך טמיר
סעט גארנישט העלפן. מחלוקת לש"ש סופה להתקיים
נשלח: דינסטאג יוני 07, 2016 6:49 pm
דורך שבת אחים
אויב בעטן זיי זיך איבער איז די גאנצע זאך נישט אינטערסאנט מעהר, זיי פארקויפן דאך גארנישט אויסער די מחלוקות.
נשלח: דינסטאג יוני 07, 2016 6:51 pm
דורך ליפא
שבת אחים האט געשריבן:אויב בעטן זיי זיך איבער איז די גאנצע זאך נישט אינטערסאנט מעהר, זיי פארקויפן דאך גארנישט אויסער די מחלוקות.
פארוואס זאגסטו אזוי? האסט שוין פרובירט די האלאפצעס פון סאטמאר טעקאוט? ס'גוט
נשלח: דינסטאג יוני 07, 2016 6:52 pm
דורך איך אויך
משה G איז משה גבאי? און ער ארבייט גאר צוזאמען מיט שמעון וואלף אה ימות המשיח.
נשלח: דינסטאג יוני 07, 2016 9:29 pm
דורך שמיטשיק
עס האלט שוין ביי 140 שטיצער...
נשלח: דינסטאג יוני 07, 2016 9:33 pm
דורך שבת אחים
ליפא האט געשריבן:שבת אחים האט געשריבן:אויב בעטן זיי זיך איבער איז די גאנצע זאך נישט אינטערסאנט מעהר, זיי פארקויפן דאך גארנישט אויסער די מחלוקות.
פארוואס זאגסטו אזוי? האסט שוין פרובירט די האלאפצעס פון סאטמאר טעקאוט? ס'גוט
קען זיין, איך עס נישט קיין פלייש מעהר, ספעציעל נישט פון די סאטמארע רשעים.
נשלח: דינסטאג יוני 07, 2016 9:45 pm
דורך רויטע וואנצעס
נישט אויסגעהאלטן צו מאכן שלום. אויב מ'מאכט שלום וועט מען עובר זיין אויף דחיקת הקץ.
Re: פעטיציע פאר שלום
נשלח: דינסטאג יוני 07, 2016 10:34 pm
דורך קל וחומר
/
נשלח: דינסטאג יוני 07, 2016 10:38 pm
דורך איך אויך
.
Re: פעטיציע פאר שלום
נשלח: מיטוואך יוני 08, 2016 12:48 pm
דורך 65th
וויא לאנג מע קריגט זיך קויף איך פלייש פין ביידא סאטמאר וויל יעדער קאנטראלירט דעם אנדערן
טאמער חלילה ווערט שלום מיז מען גיט טראכטן ביי וועם ציא קויפן
Sent from my iPhone using Tapatalk
נשלח: מיטוואך יוני 08, 2016 1:17 pm
דורך גאנצל
מיין מיינונג איז אז ס'איז שוין שלום
אפשר קענסטו מיר ווייזן ווי מ'קריגט זיך נאך
ס'האט יעצט ווען געדארפט פארקומען מעיאר וואלן אין קר"י און ס'איז נישט געווען סאו וואס נאך ? אנעקסעישן איז א סימפל סכסוך פון ביזנעס וואס נאך ?
ווען רז"ל'ס מענטשן זאלן ווען נישט אריינרעדן אין סאקמערע בית החיים וואס צו טאן וואלט געווען איין מחלוקה מיט א שיין ביסל לה"ר ווייניגער
סאו מיין איך אז יעדער זאל זיך אנהייבן צו קוקן ביי זיך און נישט קוקן ביי יענעם והכל על מקומו יבא בשלום
איי די משפחה פאר זיך איז צופליקט און מ'רופט נישט געהעריג צו קיין שמחות דאס איז דאך א משפחה מחלוקה מ'דארף עפעס זיין ביזי מיט יעדענ'ס משפחה קריגערייען
נשלח: מיטוואך יוני 08, 2016 1:30 pm
דורך שמעקעדיג
גאנצל האט געשריבן:אפשר קענסטו מיר ווייזן ווי מ'קריגט זיך נאך
גערעכט, אין טעאריע איז שוין טאקע שלום, מען דארף נאר אויסארבטן אפאר שאלות להלכה, צי צומת הגידין פלייש אדער שחיטה מונחת איזה מהם עדיף, וכן אריזאנע אדער לאנג איילענד ווייץ, און בעיקר גדר פילטער אדער משומר, וועלכע איז מער באוויליגט פארן אייבערשטן, וועלכע איז מער עקסטרעם?
נאך די פאר קלייניגקייטן איז מסודר, איז די איבריגע שוין גארנישט, כ'קען שוין זעהן @שעפטל טאנצן הקפות אין ראדני און @גאלד קומען חנוכה הערן חשוף ביי רז"ל, און @גאנצל וועט גיין מיט א קוויטל צו רז"ל און אים א קוש טאן אין האנט מיט עהרעפורכט און דערנאך לויפן קויפן "דער איד", בעת @מר. קלונימוס וועט קויפן דער בלאט און עסן אריזאנע מצות אין הופער.
נשלח: מיטוואך יוני 08, 2016 1:36 pm
דורך גאנצל
איך גיי נישט צו רז"ל מיט א קוויטל פונקט ווי איך גיי נישט צו קיין איין אנדערע רבי חוץ צו מיינעם
איך גיי נישט צו רז"ל צו הקפות פונקט ווי איך גיי נישט צו קיין צווייטן
דעס הייסט נישט קיין מחלוקה
(ווילסט דוקא וויסן וואס עס מיינט א מחלוקה אז מ'גייט מאכן א זאל אין יענעם טעריטארי ווען יענער איז נישט מסכים אבער איך פון מיין זייט בין צו דעם אויך מסכים)
יעצט בנוגע די אנדערע זאכן ווי צומת הגידין דאס איז דאך הלכה זאכן איינער איז מקיל און איינער איז מחמיר דעס האט גארנישט צו טון מיט מחלוקת איך זאג פון מיין בליק קען זיין אנדערע האלטן זיך צוריק צו עסן פלייש וועגן פאליטישע חשבונות אבער איך מיין אז ס'איז שוין דא ווייניג היינט פון דעם
נשלח: מיטוואך יוני 08, 2016 4:54 pm
דורך גאלד
ווען מ'זאל ארויסשטויסן אלע אלטגעזעסענע פירערס פון ביידע קהילות
און מ'זאל כאפן 10 רענדאם סאטמארע אידן פון די גאס, זיי אריינזעצן אין די ווירטשאפט,
וואלט שוין 15 יאר צוריק אין איין טאג געווארן עמטליכע פולקאם שלום,
איך האב קיין ברעקל ספק אין דעם.
Re: פעטיציע פאר שלום
נשלח: מיטוואך יוני 08, 2016 5:00 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך בין גרייט אויף שלום, פארשטייט זיך נאר טאמער יענער בויט נישט קיין זאל אין מיין טעריטארי.....
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
נשלח: מיטוואך יוני 08, 2016 5:16 pm
דורך [NAMELESS]
גאנצל האט געשריבן:מיין מיינונג איז אז ס'איז שוין שלום
אפשר קענסטו מיר ווייזן ווי מ'קריגט זיך נאך
ס'האט יעצט ווען געדארפט פארקומען מעיאר וואלן אין קר"י און ס'איז נישט געווען סאו וואס נאך ? אנעקסעישן איז א סימפל סכסוך פון ביזנעס וואס נאך ?
ווען רז"ל'ס מענטשן זאלן ווען נישט אריינרעדן אין סאקמערע בית החיים וואס צו טאן וואלט געווען איין מחלוקה מיט א שיין ביסל לה"ר ווייניגער
סאו מיין איך אז יעדער זאל זיך אנהייבן צו קוקן ביי זיך און נישט קוקן ביי יענעם והכל על מקומו יבא בשלום
איי די משפחה פאר זיך איז צופליקט און מ'רופט נישט געהעריג צו קיין שמחות דאס איז דאך א משפחה מחלוקה מ'דארף עפעס זיין ביזי מיט יעדענ'ס משפחה קריגערייען
אז דו ביסט נישט באקאנט א וודאי איז שלום...
דו ווייסט אז מענטשען ( ליין ראה"ק ז"ל... ) פון צד מהר"א האט פארלייגט כוחות צו פארמאכן די מצה בעקעריי אויף בראדוויי פאר פסח, סתם אפצוטון די שונא אן קיין פארדונסט פאר זייער זייט.
נשלח: מיטוואך יוני 08, 2016 6:18 pm
דורך בעל מדות
גאלד האט געשריבן:ווען מ'זאל ארויסשטויסן אלע אלטגעזעסענע פירערס פון ביידע קהילות
און מ'זאל כאפן 10 רענדאם סאטמארע אידן פון די גאס, זיי אריינזעצן אין די ווירטשאפט,
וואלט שוין 15 יאר צוריק אין איין טאג געווארן עמטליכע פולקאם שלום,
איך האב קיין ברעקל ספק אין דעם.
[justify]מען האט געווידמעט א צימער נעבן די מיסט קאסטן ווי דארט זענען וועלקאם אלע סארט צימעסערייען, בייסערייען, חסידות'ערייען, און קריגערייען, פארן כבוד פונעם פלאץ, ביטע גייט אראפ פון פרעמדע פראפערטי.[/justify]
נשלח: מיטוואך יוני 08, 2016 10:27 pm
דורך גאנצל
עמעזאן האט געשריבן:גאנצל האט געשריבן:מיין מיינונג איז אז ס'איז שוין שלום
אפשר קענסטו מיר ווייזן ווי מ'קריגט זיך נאך
ס'האט יעצט ווען געדארפט פארקומען מעיאר וואלן אין קר"י און ס'איז נישט געווען סאו וואס נאך ? אנעקסעישן איז א סימפל סכסוך פון ביזנעס וואס נאך ?
ווען רז"ל'ס מענטשן זאלן ווען נישט אריינרעדן אין סאקמערע בית החיים וואס צו טאן וואלט געווען איין מחלוקה מיט א שיין ביסל לה"ר ווייניגער
סאו מיין איך אז יעדער זאל זיך אנהייבן צו קוקן ביי זיך און נישט קוקן ביי יענעם והכל על מקומו יבא בשלום
איי די משפחה פאר זיך איז צופליקט און מ'רופט נישט געהעריג צו קיין שמחות דאס איז דאך א משפחה מחלוקה מ'דארף עפעס זיין ביזי מיט יעדענ'ס משפחה קריגערייען
אז דו ביסט נישט באקאנט א וודאי איז שלום...
דו ווייסט אז מענטשען ( ליין ראה"ק ז"ל... ) פון צד מהר"א האט פארלייגט כוחות צו פארמאכן די מצה בעקעריי אויף בראדוויי פאר פסח, סתם אפצוטון די שונא אן קיין פארדונסט פאר זייער זייט.
יענע יארן איז טאקע געווען מחלוקת אבער היינט איז שלום מ'לויפט נאך צו ניוז 12 וועגן יענעםס ביה"ח אבער דעס איז נאר א זייטיגע קלייניקייט אבער חוץ מזה איז שלום
נשלח: מיטוואך יוני 08, 2016 11:00 pm
דורך שמעון וואלף
ווי האט יענער געזאגט: יא, מ'שלאגט טאקע אבער כבר היה לעולמים, מ'פארברענט א קאר אבער ס'איז ווייטער שטיל.
מיט אזא שלום, ווער דארף מחלוקת
נשלח: דאנערשטאג יוני 09, 2016 11:48 am
דורך גאנצל
אטע דאס איז א סעמפל פון שלום וואס דו זוכסט ארויפברענגען אלטע חטאים און זאגן זעהסט ס'איז נישט קיין שלום
דו ווילסטוך נישט אז ר' אהרן זאל זאגן אז מ'קען זיך באגיין אנע בודק זיין צומת הגידין און די זעלבע ווילסטו נישט פארלאנגען פון רז"ל אז ער זאל זאגן אז מ'מעג נאר עסן מונחת -דאס האט סיי ווי מיט הלכה- דו ווילסט נישט ר' אהרן זאל זאגן שבת הגדול דרשות אין ראדני און די זעלבע איז ביי רז"ל אין ק"י דו ווילסט נישט ר' אהרן זאל אריינרעדן אין דיין ביה"ח און ר"א וויל נישט רז"ל זאל אריינרעדן אין זיינס און פארטיג והכל על מקומו יבא
נאר וואסע דען יעדער זאל זיך האלטן צו זיינס און אפלאזן יענעם
און איך מיין מער ווייניגער האלט מען ביי די מדריגה ס'איז נישט אזוי ?
נשלח: דאנערשטאג יוני 09, 2016 12:03 pm
דורך שמעקעדיג
און דאס רופסטו אן שלום? אדער ענדערש א פאסיווע מחלוקת עט בעסט?