בלאט 1 פון 2

דאס שווערע/געשמאקע לעבן פון אמאל...

נשלח: דינסטאג יוני 07, 2016 7:24 pm
דורך דולה ומשקה
ווארעם וואסער
דער שיין פון עלעקטרי האט נאכנישט אריינגעדרונגען אין די פארשטופטע דערפלעך און די רעדער פונעם אויטאמאביל האבן זיך נאכנישט געדרייט איבער זייערע אומאויסגעפלאסטערטער געסלעך פון די אמאליגע קליינע שטעטלעך. אזעלעכע ווילדער איינפאלן זענען אפילו אין די זיסטע חלומות נאכנישט געקומען; די פשוט'ע דארפס-אידן האבן געקענט בלויז האפן אז דאס הינדל ביים שוחט זאל ארויסקומען כשר און די שפאלטנס פון הויז זאלן נישט אריינלאזן קיין גרויזאמע ווינטן. די השגות זענען אלע געוועהן קליינע און די סטאנדארטן נידריגע; נאר אויף אזא אופן איז דאס פרידליכע לעבן אין די שטעטעלעך און דערפלעך אנגעגאנגען מיט די מינימאלסטע באקוועמליכקייטן און פארגרינגערונגס מיטלן.

פריע פארטאגס שעה האט געטראפען די אידינע שטיין ביים אויוון, אריינלייגענדיג האלץ אנצואווארעמען דאס הויז. די דיקע קלעצער האבן זיך נישט אנגעצונדן פון א קליין שוועבעלע; אויף אויפצופלאקערן דעם פייער האט מען געדארפט אויסשפרייטן אויף די העלצער קליינע, דינע שפענדלעך, זעג-אפפאל, וואס כאפן זיך גרינג אן אין פייער, און דאס האט מען אנגעצונדן. כדי די פייער זאל ווייטער גיין צו די קלעצער איידער די שפענדלעך ווערן גענצליך אויסגעברענט האט מען נאכאנאנד געבלאזען מיטן מויל, ביז דער פייער האט זיך פונדאנדערגעשפרייט און איז אנגעקומען צו אלע עקן פונעם הויפן האלץ. אויב די שפענדלעך און די קלעצער זענען געוועהן גענוג טרוקן האט געקענט געלונגען עס זאל אויפנעמען ווייניגער פון צוואנציג מינוט פונעם אנהויב טאג.

ווען דער אויוון איז שוין געוועהן אנגעהיצט האט די פרוי געשטעלט א טשייניק צום קאכן פון אויבן, העכערן פלאם. דאס ווארעם וואסער האט געדארפט זיין גרייט פאר א טיי, און אפצואוואשן די קינדער'ס פנימ'לעך ווען זיי וועלן אויפשטיין.

וואסער פון ברונעם
א פארטאגס קעלט האט נאך געהערשט אינדרויסן ווען די פרוי איז ארויס צום ברונעם, די אויפגייענדע זון באלייכטנדיג איר וועג מיט א בלאסער פרימארגן שיין. א דריי אויפן קריצנדיגן הענטל, און דער אמפער האט זיך אראפגעלאזט אינעם טיפן לאך, דער קלאנג פון מעטאל אפהילכנדיג ווייט אינעם פארשלאפענעם דארף.

דאס וואסער האט געדארפט קלעקן אויפן גאנצן טאג צום טרינקען און קאכן; אויף נעגל וואסער, נטילת ידים, וואשן דאס געשיר און וועש האט מען זיך באנוצט מיטן נאנטן טייך.

ארייכאפנדיג די פאר מינוט וואס די קינדער זענען נאך געשלאפען האט די פרוי געמאלקן די קו, לאזענדיג דאס פרישע, ווייסע מילך אריינרינען אין א בלעכענע קאנע. דער ווארעמער געטראנק איז נאכנישט גרייט געוועהן צו טרינקען; צוערשט האט מען עס געדארפט אויפקאכן, צו באפרייען פון באצילן.

ווי נאר די קינדערלעך האבן אנגעהויבן זי דערוועקן איינער נאכן אנדערן האט די מאמע זיי גענומען ביי דער האנט, און ארויסגעפירט אין הויף צום בית הכסא. דאס האלצערנע שטיבל, ענדליך צו א קאמער, האט פארמאגט נישט מער ווי א טיפער לאך אין דער ערד, און מען האט דעראיבער נישט געקענט לאזן דאס קליינווארג אריינגיין אן א באגלייטער.

מיטן פריש אנגעשעפטן וואסער האט מען אפגעוואשן די קליינע הענטעלעך און פנימ'ער, און די קינדער זענען אריין אין הויז עסן.

אויף פרישטיג האט די מאמע אפגעשניטן א פאר רעפטלעך פונעם גרויסן מלייענעם ברויט וואס מען האט דעם פארגאנגענעם פרייטאג אפגעבאקן, און באשמירט מיט לעקוואר אדער פוטער. צומאל האט די מאמע געשטעלט די רעפטלעך אויפן פייער, און מהנה געוועהן די קינדער מיט פרישע פעניץ. צום ברויט האבן די קינדער צוגעגעסן אביסל גרינצייג, אמאל אן אפגעקאכטע איי, און צו אלעם האט מען צוגעטרונקען א גלעזל פון דער אויפגעקאכטער מילך.

המשך יבא

נשלח: דינסטאג יוני 07, 2016 7:27 pm
דורך שמעקעדיג
דו רעדסט נאך איידער וואסער טרעגער זענען אויפגעקומען אויפן מארקעט?

נשלח: דינסטאג יוני 07, 2016 7:31 pm
דורך דולה ומשקה
תלמוד תורה / רעגירונגס-שולע
עס איז נאך געווען א פריע שעה ווען די קינדער זענען געגאנגען לערנען און תלמוד תורה, א געביידע מיט עטליכע קלאס-צימערן. אין א כתה האבן געלערנט א 12-15 אינגלעך, לויט די עלטער פון יעדע פאר יאר גרופירט באזונדער. די מיידלעך זענען געגאנגען אין זייער באזונדערער חדר, וואו זיי האבן געלערנט ליינען און דאווענען.

אין די חדר שעות האט מען וואס מער אריינגעשטופט אין די יונגע קעפעלעך, ווייל בלויז א קורצע צייט שפעטער, אכט אזייגער אינדערפרי, האבן די קינדער שוין געמוזט זיצן אין דער רעגירונגס-שולע. אבער טראץ דער מינימאלער אפציעלער אידישער ערציאונג האבן די קינדער איינגעזאפט א געוואלד אין די היימען, און אפילו אויף דער גאס, וואס מען האט געאטעמט מיטן אידישן לעבן.

אין שולע האבן די אידישע קינדער מיטגעהאלטן אלע לימודים- געאגראפיע, היסטאריע, אויסלייג און מאטעמאטיק – אויסער צוויי מאל א וואך, ווען די שולע האט סוף טאג צוגעשטעלט קלאסן אויף קריסטנטום, און די אידישע קינדער זענען ערלויבט געווארען אהיימצוגיין פריער.

אויף זיינע אידישע שולע-פריינט שרייבט א געוויסע דר. פערעסקו: "[זיי] זענען געווען מער טאלענטירט אין מאטעמאטיק ווי אין אנדערע לימודים... אידישע שילערס האבן אלעמאל געקענט געניצט ווערן אלס א מוסטער פון ריכטיגער, גוטער אויפפירונג און העפליכקייט. זיי זענען געקומען אין שולע מיט מער פינקטליכקייט ווי אונזערע שילערס..."

אין זייער פרייע צייט, נאך חדר און שולע שטונדן, האבן די קינדער פארברענגט אין שויס פון דער נאטור. זומער זענען די אינגלעך זארגלאז ארומגעלאפן אין די פעלדער אדער זיך געבאדן אין דעם קילן, שפרודלדיגן טייך. דער פראסטיגער ווינטער האט אויך נישט באוויזן זיי אריינצושפארען אין שטוב; דעי ארומיגע בערג זענען דאן געווארען די אינטערעסאנטסע שפיל-פלעצער. די קינדער האבן זיך פרייליך אראפגעגליטשט די פארשנייטע בערג מיט שליטנס, בשעת אנדערע קינדער די חברה-לייט אין דארף, האבן געווארפן שניי-באלן איינער אויפן צווייטן, אויף די אנדערע קינדער, און אויף די שלימזל'דיגע דורכגייערס.

דערווייל וואס די קינדער זענען נישט געווען אין שטוב איז די מאמע געבליבן באשעפטיגט מיט אירע נאכאנאדיגע אויפגאבעס. יעדן טאג האט די פרוי זיך באפאסט מיט גערטנדל – איינגעזייט, באוואסערט אדער אפגעריסן די געצייטיגטע פרוכט און גרינצייג. אויך די בהמות וואס האבן זיך געפונען אין הויף פון יעדער שטוב האבן געפאדערט זייער פלעגונג.

די פארהארעוועטע הענט האבן אויף קיין מינוט נישט אפגעשטעלט זייערע פלינקע באוועגונגען בשעת די אידענע איז געגאנגען פון איין פליכט צום צווייטן; און נשים צדקניות האבן נאך געטראפן צייט צו זאגן תהלים און טון חסד מיט אנדערע אידן.


המשך יבא

נשלח: דינסטאג יוני 07, 2016 7:49 pm
דורך דולה ומשקה
שמעקעדיג האט געשריבן:דו רעדסט נאך איידער וואסער טרעגער זענען אויפגעקומען אויפן מארקעט?


וואסער טרעגערס זענען על פי רוב געוועהן אין די גרעסערע שטעט אדער פאר דיע וואס האבן נישט געהאט א ברונעם צו נאהנט צום היים. איינער וואס האט זיך געקענט שפארן די פאר גראשן האט דאס גערן אליינס געטוהן.

נשלח: דינסטאג יוני 07, 2016 7:56 pm
דורך דולה ומשקה
צוגרייטן די עסן

Re: דאס שווערע/געשמאקע לעבן פון אמאל...

נשלח: דינסטאג יוני 07, 2016 8:01 pm
דורך טאמבל סאס
אוי

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

Re: דאס שווערע/געשמאקע לעבן פון אמאל...

נשלח: דינסטאג יוני 07, 2016 8:05 pm
דורך טאמבל סאס
יישר כוח דולה. העכסט אינטרעסאנט. און א געשמאקע שריפט און flow ווי אייביג.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

דאס שווערע/געשמאקע לעבן פון אמאל...

נשלח: מיטוואך יוני 08, 2016 12:39 am
דורך ירא שמים
דוכט זיך אז דאס גיין אין די רעגורונג שולן איז נישט געווען איבעראל און אלעמאל, און אויך די ת״ת איז געווען חדרים וואס זענען געווען אנדערש ווי ת״ת.

נשלח: מיטוואך יוני 08, 2016 1:55 am
דורך שמעקעדיג
דולה ומשקה האט געשריבן:וואסער טרעגערס זענען על פי רוב געוועהן אין די גרעסערע שטעט אדער פאר דיע וואס האבן נישט געהאט א ברונעם צו נאהנט צום היים. איינער וואס האט זיך געקענט שפארן די פאר גראשן האט דאס גערן אליינס געטוהן.

נעבעך, זיי האבן נישט געהאט צו די האנט א 'דולה ומשקה'...

נשלח: מיטוואך יוני 08, 2016 10:19 am
דורך דולה ומשקה
ירא שמים האט געשריבן:דוכט זיך אז דאס גיין אין די רעגורונג שולן איז נישט געווען איבעראל און אלעמאל, און אויך די ת״ת איז געווען חדרים וואס זענען געווען אנדערש ווי ת״ת.


גערעכט, היות יעדע מדינה איז געוועהן אנדערש און אין יעדע מדינה זעלבסט איז געוועהן אנדערש, אבער כ'האב זיך באצויגען צו שרייבען באופן כללי, און זיך נאך מער באצויגען צו די לעבנס שטייגער פון די קליינע ק"ק שטעטליך און דערפלעך.

Re: דאס שווערע/געשמאקע לעבן פון אמאל...

נשלח: מיטוואך יוני 08, 2016 10:24 am
דורך טמיר
Wow! פון וואו נעמסטו דאס? אזא גוטע זכרון האט איר?

נשלח: מיטוואך יוני 08, 2016 10:49 am
דורך דולה ומשקה
צוגרייטן עסן


פוטער
צו קויפן פוטער צו באשמירן דאס ברויט האט מען געדארפט זיין א גביר. ווער עס האט געקענט האט אליין אויפגעקלאפט די מילך און פראדוצירט היימישע פוטער. עס זענען געווען וואס האבן געהאט דערויף אין שטוב א "פוטער פעסל", א האלצערנע פעסל וואס איז געווען ברייט פון אונטן און אויבן שמאל, מיט א שטעקן אינעם זעלבן פארעם ארייגעשטעקט דערין. עס האט געקאסט אן א שיעור כוחות און פיל צייט צו אויפשאקלען די מילך מיט אן אויסערגעווענליכע שנעלקייט, ביז עס איז געווארען פארהארטעוועט און גרייט צו שמירן אויפן ברויט.

פאווידל
צוגרייטן דעם "פאווידל" שמיר, ווי מען האט גערופן לעקוואר (jam), איז אויך נישט געווען פון די לייכטע ארבעט. עטליכע שכינים זענען זיך צאמגעקומען אין הויף, און זיך אוועקגעזעצט ארום א גרויסע אייזערנע טאפ. צוזאמען האבן די אידענעס אויפגעשניטן די פלוימען, גוט באקוקט פון ווערעם, און אריינגעווארפן אין טאפ.

א גאנצע נאכט האבן די פלוימען געקאכט אויפן פייער אינרויסן, בשעת איין פרוי איז געבליבן וואך עס כסדר צו מישן; אויב מען האט אפגעלאזט דעם טאפ אויף א וויילע האט זיך עס באלד פארהארטעוועט. א רחמנות אויף דעם פרוי וואס ביי איר שיכט איז דאס געווארען פארהארטעוועט, פילע קריגעריי און דיני תורות זענען צושטאנד געקומען א דאנק דעם.

ווען דער לעקוואר איז פארטיג געווארען האבן די שכינים עס צוטיילט צווישן זיך, און דאן הייסערהייט אריינגעגאסן אין גלעזערנע סלויען. א לאנגע צייט האבן די קינדער זי באלעקט מיטן פאווידל, וואס איז געבליבן פרעזעווירט צו געניצט ווערן אויף פיל געשמאקע פרישטיגס.

הויפט מאלצייט און וועטשערע
אויף מיטאג זענען די קינדער אהיימגעקומען פון שולע, און מען האט דאן געגעסן די הויפט מאלצייט. ווער עס האט זיך געקענט ערלויבן האט געמאכט גלינגלעך – א געקעכטס פון שטיקלעך פלייש, אדער א פיינער "פאפריקאש" – פלייש מיט געדנסטע צוויבל און א פענדל, דערנאך צוגעלייגט קארטאפל.

"מאמעליגע" אדער "פוליסקע" – א מאכל געמאכט פון קארן מעל – האט געדינט אויף וועטשערע (נאכטמאל), און צומאל אויף אויף פרישטיג. דאנערשטאג פלעגן פיל אידענעס מאכן "טשיפקעלעך באנדלעך" – געקאכטע באנדלעך מיט געדינסטע צוויבל דערויף, און פאר ווער עס האט זיך עס געקענט ערלויבן איז געווען שטיקלעך פלייש אדער לעבער צוגעלייגט.

קרויט
ענדע זומער זענען סוחרים אנגעקומען אינעם שטעל אדער דארף מיט וועגענער אנגעפילט מיט קרויט. וויבאלד עס איז געווען א גאנץ ביליגער ארטיקל האבן די פרויען איינגעקויפט קרויט אין גרויסע קוואנטומען, און באלד איינגעזייערט אויפן ווינטער. מען האט צושניטן די קרויט און אריינגעלייגט אין גלעזערנע סלויען מיט קנאבל און זאלץ. פון אויבן האט מען געלייגט א רעפטל ברויט, גוט פארמאכט דעם דעקל, און געלאזט שטיין. געווענליך פלעגט מען עס שטעלן ביי א זוניגער פענסטער, צו פארשנעלערן דאס זויער ווערן. די קרויט האבן זיך אויך געהאלטן אין די סלויען א לאנגע צייט אן א אייז קאסטן.

דער קלאפער / שטייסל
א וויכטיגער געצייג אין קאך איז געווען דער שטייסל – אן אייזערנער שיסל מיט א קלאפער-שטעקל. מיט דעם האט מען צוקלאפט הארטע חלה אויף ברעזל, קנאבל, אפגעבראכן פארהארטעוועטע שטיקער זאלץ, צוקער, געווירצן אד"ג.



קומענדיגע קפיטל - "וועש".

נשלח: מיטוואך יוני 08, 2016 11:19 am
דורך דולה ומשקה
וועש

פיל גלגולים איז יעדער מלבוש אריבער פון ווען מען האט עס אריינגעווארפען אין שמוצוועש קאסטן ביז עס איז געקומען צו זיין רו-ארט אין שאפע. מען האט געלאזט ווייקן די וועש אין זייף וואסער א גאנצע נאכט, און צומארגענס האט מען די אפגעשווענקטע וועש איבערגעלייגט אין א איזיגער טאפ. דעם טאפ האט מען געשטעלט אויפן פלאם, וואו מען האט עס געלאזט אויפקאכן מיט "לויג", א היימיש-געמאכטע רייניגונגס מאטעריאל פון זייף געמישט מיט אש.

פאר די האבנדיג דאס מזל פון וואוינען נעבן א טייך, האבן די דארפס-פרויען דאן אריבערדעשפאנט צום וואסער מיט די אויפגעקאכטע וועש. מען איז אריין אינעם וואסער מיט הויכע שטיוול און זיך אראפגעשטעלט נעבן א שטיין, וואו מען האט די נאסע וועש אויסגעלייגט און דאן געהאקט מיט א לאקשן-ברעט אז עס זאל ארויסגעבן דאס שמוץ. דאן האט מען גענומען רייבן, וואשן און איבערשווענקען די וועש, ביז עס איז ארויס גענצליך ריין.

וויבאלד דאס האבן געטוהן אידישע מאמעס און אזוי אויך די גויטע פויערטעס איז אין דער זומער סיזאן דאס טייך געווארען זייער א אויסגעלאסענע פלאץ. גויעשע פויערן (און ליידער אידישע) וואס האבן אליינס געוואשן זייערע קליידער האבן זיך געקענט באפריידן מיט די אידישע מאמעס, מיידלעך, אד"ג. די עלטערן האבן דאן נישט געלאזט די אינגלעך מיטקומען און פארשטייט זיך אז בחורים אוודאי נישט, גרויסע נסיונות האבן בחורים געהאט אויב האבן זיי געוואוינט לעבן טייך. בחורים זענען געגאנגען צו הייזער פון זייערע חברים וועלעכע האבן געוואוינט נעבן טייך צו קענען ארויסקוקן פון פענסטער, און געהאפט אז דער טאטע ברודער אדער שוועסטער זאל זיי נישט כאפן ביים מעשה, (וואס ווייניגער צו שרייבען דערפון אלס בעסער, אין גמרא טרעפט מען שוין דאס, אז מ'זאל נישט גיין צום טייך ווען די פרויען וואשן די בגדים).

די ארבעט ביים טייך האט געדארפט זיין מיט א ספעציעלע וואכזאמקייט; א יונג קינד וואלט מען נישט געקענט געטרויען דערמיט. אויב מען האט זיך אויף א מינוט פארטראכט און אפגעלאזט די וועש, האט דער מלבוש געקענט אין אן אויגנבליק פארשלעפט ווערן מיטן שטראם וואסער. און ווער האט זיך געקענט ערלויבן אזא פארלוסט?

נאכן אפשווענקען האט מען ווידעראמאל געשטעלט די וועש אין א טאפ וואסער אויפן פייער. דאסמאל איז עס אבער געווען מיט "בלוי וואסער" וויבאלד מען האט אריינגעמישט דערין א ספעציעלע סארט בלויע טאבלעטן, געקויפט ביים אפטייקער, וואס האט ווייס געמאכט די וועש.

צולעצט האט מען די וועש נאכאמאל אפגעשווענקט מיט שטערק (קראכמאל, סטארטש) וואסער און אויפגעהאנגען אינדרויסן צו טריקענען. ווינטער צייט ווען די זון שטראלן זענען נישט געווען גענונג ווארעם צו טריקענען, האט מען געהאנגען די נאסע וועש אין בוידעם.

די טרוקענע וועש האט מען געביגלט מיט א ביגלאייזן אנגעהיצט אויף רוילן, און מיטן שטערק וואס די וועש האט פריער איינגעזאפט זענען די קליידער ארויסגעקומען שטייף און גלאט, גרייט צו צאמלייגן און אריינשטעלן אין קרעדענץ (שאפע).

א באזונדערע באשעפטיגונג איז געווען צו נייען און פארעכטן די מלבושים. אלטער קליידער זענען צונומען און איבערגעמאכט געווארן אויף ניי, גרויסע לעכער זענען פארלאטעט געווארן, און די ווארעמע סוועטערס ון שאלן האט די מאמע זארגפעלטיג געשטריקט מיט די הענט – יעדער פרוי לויט איר קענטעניס.

המשך יבא

Re: דאס שווערע/געשמאקע לעבן פון אמאל...

נשלח: מיטוואך יוני 08, 2016 1:01 pm
דורך טאמבל סאס
זייער אינטרעסאנט. מען האט מסתמא גוט שמוציג געמאכט א קלייד בעפאר מען האט זיך ערלויבט זיי צו וואשן. וואשט אונזערע מאשינען דען אזויפיהל בעסער ווי דער אמאליגער כיבוש וכיבוס בידיהם ורגליהם? אלנפאלס כ'שטעל מיך פאר אז די OCD האט דארט שולט געווען אויף א געפערליכען פארנעם. ר' נחמן קראכמאל(ניק)'ס באבע איז ווארשיינליך געווען א בחורטע א וועשער!

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

נשלח: מיטוואך יוני 08, 2016 7:27 pm
דורך דולה ומשקה
דער גלאז
איין גרויסע גלאז איז געווען אין הויז, וואס האט געדינט פארשידנארטיגע צוועקן. דערין האט מען געלאזט אריינגיסן די גלאז וויין וואס מען האט געקויפט אויף קידוש או הבדלה, און אויב די שמאלץ איז אויסגעגעהנגען און מען האט געמוזט רויפן שמן האט דער געוועלבער אנגעפילט די זעלבע גלאז.

ווען א גלעזל פונעם בראנפן סעט האט זיך צובראכען (רח"ל) איז מען נישט אזוי שנעל ארויס קויפן א נייע; אט די גלאז האט געדינט אלס א פיינער שטעלפארטרעטער פאר א לחיים.

און ווען די קינדערלעך זענען שוין געווען פארזונקען אין א טיפער נאכט שלאף, און די מאמע האט צום שיין פון א ליכט גענומען די לעכעריגע זאקן צו פארנייען, האט די גלאז באקומען א נייער פאסטן – אויף דעם האט מען אויסגעצויגן די לעכערדיגע זאקן, עס זאל גרינגער זיין צו שטעכן דעם נאדל אי די ריכטיגער ערטער.

סיכום
א דורכשניטליכע הייזקע האט פארמאגט וויפיל עס האט זיך געפאדערט צום לעבן און נישט מער. אויף א האלבער טוץ צימערן האט מען ניטאמאל געהאפט, און פון פרישע מלבושים יעדן טאג האט קיינער געוואוסט צו זאגן. דאס זענען נישט געווען קיין פראבלעמען מיט וועלעכע מען האט זיך געספראוועט, נאר אומפארענדערליכע פאקטען פון לעבן. פריצייטיגע עלטער איז געוועהן א זעלטנהייט אין די קליינע ישובים, ווייל אין דארפישע לעבען האבן דאגות נישט פארנומען קיין ארט.

קומענדיגע קאפיטל: "שבת קודש און אירע צוגרייטונג"

Re: דאס שווערע/געשמאקע לעבן פון אמאל...

נשלח: מיטוואך יוני 08, 2016 10:36 pm
דורך ירא שמים
טמיר האט געשריבן:Wow! פון וואו נעמסטו דאס? אזא גוטע זכרון האט איר?
מסתמא פון די זכור ימות עולם פון די מעלות…

נשלח: מיטוואך יוני 08, 2016 10:38 pm
דורך סמבטיון
אדער פון די יודישע שטראל

נשלח: מיטוואך יוני 08, 2016 11:00 pm
דורך berlbalaguleh
דולה ומאשקע: יעצט פארשטיי איך פון וואו דיין ניק נעמט זיך. ווען דו ביסט געווען א קליין יונגל האט דיין מאמע אליינס געשעפט דאס וואסער פון די ברונעם. ווען דו ביסט אויפגעוואקסן האסטו איינגעפיהרט א מאדערנע זאך. אז מ'זאלל דינגען וואסער שעפערס. נאך א מזל אז דער הייליגער מהר"א הגה"ק שליט"א איז נאך דאמאלץ געווען א קלין יונגל 'דערהיים אין שאראש פאטאק. ווייל אויב נישט וואלט ער געמאכט אן אסיפה און גע'אסר'ט די נייע טעכנעלאגיע פון מענען וואסער שעפערס.
ס'איז מיר נאר שווער איין קשיא. כ'האב ערגעץ געזעהן אין א ספר. (דער מחבר האטציך נאך געווייקט ביים רבי'ן זי"ע אין דערהיים אין ארשיווא) אז ס'שטייט שוין דערמאנט אין חומש אז ס'געווען האלץ האקערס און וואסער שעפערס...!

נשלח: דאנערשטאג יוני 09, 2016 10:39 am
דורך דולה ומשקה
טמיר האט געשריבן:Wow! פון וואו נעמסטו דאס? אזא גוטע זכרון האט איר?


איך פלעג אסאך ליינען איבער "דערהיים", אבער ווען עס איז געקומען איבער "ווי אזוי" מ'האט געלעבט דאס טאג טעגליכע לעבען איז אלעס געוועהן באופן כללי אריין געשטופט אין איין פאראגראף אדער צוויי, דער סארט לייף סטייל ווי אזוי אונזערע זיידעס און באבעס האבן געלעבט פאר הונדרעט יארן וועט פארגעסן ווערן, און דאס טאר נישט געשען! על כן א ייש"כ פאר קאווע שטיבל פאר מיר געבן דער פלאץ דאס צו פאראייביגן.

נשלח: דאנערשטאג יוני 09, 2016 11:40 am
דורך דולה ומשקה
שבת קודש און אירע צוגרייטונג


אנגרייטען די שבת'דיגע עסן
מיט די באגרעניצטע באקוועמליכקייטן האט א שבת געפאדערט פיל מער הכנות פון פריער, אבער עס איז ווערד געווען יעדעס ביסל מי. שבת אין דעם ווארעמען, היימליכן אטמאספער אין שטעטל איז געוועהן א דערפרישנדע הפסקה פון דעם פארנומענעם סדר היום, דער ליכט ביי דער ענדע פונעם טונעל פאר דעם פארקאפוועטן ארבעטס-איד.

דער אנהויב פון די הכנות פאר דער שבת'דיגער סעודה איז געווען דאנערשטאג אינדערפרי – גענונג פרי צו ווערן פארטיג באצייטנס, און גלייכצייטיג גענונג שפעט אז דאס עסן זאל בלייבן פריש. דער טאג האט זיך אנגעהויבן מיט א באזוך אין מארק, וואו מען האט אנגעפילט די הענט פון כל טוב ווטוב – פיש, פרוכט, גרינצייג און א שיין הינדל.

פון דארט איז די קומענדיגע סטאנציע געווען ביים שוחט. ווען דאס הינדל איז גע'שחט'ן געווארען האט מען באצאלט די גאבעלע – א צעטל וואס מען האט באקומען פון קהל, אויף וועלכן עס איז געווען אויפגעשריבן צו עס איז א הינדל, קאטשקע, אדער בהמה. די גאבעלעך האט דער שוחט שפעטער געגעבן פאר די קהילה צו באקומען דערפאר דעם באשטימטן באצאלט; די איינוואוינערס האבן געצאלט דירעקט פאר קהל, וואס האט אראפגענומען א פראצענט פאר זיך, און דאס איבריגע געגעבן פארן שוחט לויט וויפיל אים איז געקומען.

ווי נאר דער מאמע איז אריין אין שטוב מיט דער גע'שחט'ענער הינדל איז קינד און קייט איינגעשפאנט געווארן צו דער עבודה – פליקן פעדערן, צוטיילן דאס הינדל, אויסזאלצן גוט יעדעס שטיקל פלייש. דאן האט מען אוועקגעשטעלט די פלייש אויף א שיסל, און גלאזט שטיין איבער א שעה אז דאס בלוט זאל ארויסרינען. נאכן גוט אפשווענקען א פאר מאל האט די מאמע זיך געשטעלט אפקאכן דאס הינדעלע לכבוד שבת.

חלות באקן האט זיך אנגעהויבן ביים איינקויפן ווייץ – נישט אין יעדע שטעטעלע האט מען געקענט קויפן מעל. די קערנדלעך האט מען אפגעטראגן צום מילנער ביים וואסערמיל אויפן טייך ביים עק שטאט, איבערלאזנדיג פאר אים אפצומאלן. דאס וואס מען האט שפעטער צוריקבאקומען האט מען קוים געקענט גערופן ווערן 'מעל'. די געמאלענע קערנער האבן נאך געדארפט געזיפט ווערן עטליכע מאל, ביז עס איז ארויסגעקומען ריינע, שניי-ווייסע מעל, גרייט צום באקן.

איינקויפן די הייוון איז געוועהן א פרשה פאר זיך. אין געוויסע שטעט און דערפער וואו די קהילה האט געהאט די מאנאפאל דערויף, און זיי פלעגן באשטימען די פרייזן. די פארדינסטן זענען געווען א שטארקע איינקנופט פאר דער קהילה.

פרייטאג גאנץ פרי שטעלט מען זיך אוועק מיט די באשטאנדטיילן, איינקנעטן מיט די הענט א טייג פון צען אדער צוואנציג קילא מעל אין דעם 'מילטער' – א ריזיגע האלצערנע שיסל. די טייג איז ארויס גענונג פאר עטליכע שיינע, גרויסע בארעכעס (חלות) און בילקעלעך.

אין די קליינע שטעטלעך האבן די הייזער נישט פארמאגט פריוואטע אויוונס צום באקן, אויב האט שוין יא אייינער פארמאגט אזוינס איז דאס געוועהן גאר א קליינע, אלגעמיינע הייזער האבן געהאט בלויז א פלאץ איבערן פייער צום קאכן. אויף דעם צוועק טראגט מען יעדן פרייטאג די טייג צום בעקער.

דערווייל וואס די חלה טייג יערט קנעט מען איין א צווייטע טייג, דאס מאל פון מליינע מעל (קארן-מעל, א פיל ביליגערע סארט), אויף ברויט צו רעפטלעך און עסן דורכאויס דער גאנצע וואך. צוויי פרישע טייגלעך פאלגן באלד נאך – איינע פאר לאקשן, און די אנדערע פאר פערפל. א געשיקטע בעל הבית'טע יאגט נאך אן צוצולייגן עטליכע טארטן, פלעצלעך, פלאדין (טייג געפילט מיט קעז און גרינע ציבעלעך), און פארשידענע סארטן קיכעלעך.

ווען די חלות זענען שוין געפלאכטן און באשפרענקלט מיט מאן טראגט מען אפ דעם גאנצן טראנספארט טייג צום בעקער, וועלעכע באקט עס אפ פאר א באשיידענעם אפצאל. די חלות און מזונות וועלן צוריקקומען שפעטער, אפגעברוינט, [tag]שמעקעדיק[/tag], און פיין ווארעם.

דערווייל בלייבט נאך פיל ארבעט צו ענדיגן אין קאך. די פיש דארף מען צוהאקן, און א טייל דערפון אפמאלן אין דעם האנט-מילעכל – דער כלי וואס האט פארנומען דעם אויבן-אן אין יעדער קאך, ספעציעל ערב שבת, מיט זיינע פילע פארשינדארטיגע אויסגאבעס.

דאס פיש-געמיש שטעלט מען דאן אריין אינמיטן די רעפטלעך פיש, צו קאכן אינאיינעם (פון דא שטאמט אונזער "[tag]געפילטע פיש[/tag]", ווי מ'רופט היינט פשוט געמאלענע פיש). ווען עס מאכט זיך צומאל, איבערהויפט ווינטער, אז עס איז נישטא צו באקומען קיין פלייש, מאלט מען אפ פלייש אין מילעכל און מען קאכט "פאלשע פיש", וואס מען עסט ביי דער סעודה אנשטאט פיש.

ווען די פיש, זופ, עטליכע קוגלען און קאמפאט שטייען אפגעקאכט אדער אויפן פלאם, נעמנט מען אויסרייניגן די הייזקעלע. יעדע ווינקל ווערט אויסגעשטויבט, די שפין געוועבן פארטריבן, (און אויף דער ערד שפרייט מען אויס פרישע זאמד לכבוד שבת - ווי א שטוב).

המשך יבא

נשלח: דאנערשטאג יוני 09, 2016 11:45 am
דורך געוואלדיג
דולה ומשקה האט געשריבן:
דאס פיש-געמיש שטעלט מען דאן אריין אינמיטן די רעפטלעך פיש, צו קאכן אינאיינעם (פון דא שטאמט אונזער "[tag]געפילטע פיש[/tag]", ווי מ'רופט היינט פשוט געמאלענע פיש). ווען עס מאכט זיך צומאל, איבערהויפט ווינטער, אז עס איז נישטא צו באקומען קיין פלייש, מאלט מען אפ פלייש אין מילעכל און מען קאכט "פאלשע פיש", וואס מען עסט ביי דער סעודה אנשטאט פיש.

המשך יבא


להערה, געפילטע פיש האט באקומען די נאמען, נישט צוליב דיין טעם, נאר ווייל מען האט געפילט די הויט פון די פיש מיט די געמאלענע פיש און דאס אזוי געקאכט, פאר די זעלבע סיבה וואס מעל קוגל הייסט קישקע ווייל מען פלעגט דאס אריינפילן אין א קישקע און אזוי קאכן.

נשלח: דאנערשטאג יוני 09, 2016 12:46 pm
דורך שמעקעדיג
דולה ומשקה האט געשריבן:ווען די חלות זענען שוין געפלאכטן און באשפרענקלט מיט מאן טראגט מען אפ דעם גאנצן טראנספארט טייג צום בעקער, וועלעכע באקט עס אפ פאר א באשיידענעם אפצאל. די חלות און מזונות וועלן צוריקקומען שפעטער, אפגעברוינט, [tag]שמעקעדיק[/tag], און פיין ווארעם.

:like
דא האסטו א ווארימע אפגעברוינטע פון @שמעקעדיק

נשלח: דאנערשטאג יוני 09, 2016 1:00 pm
דורך berlbalaguleh
דולה ומאשקע: איך שלינג מיט דורשט דיינע זיכרונות פון 'דערהיים. נאר איין קליינע באמערקונג האביך. וואס דו ביסט נישט געניג /גענוג מדגיש.
אין דעם 6'סטן פאראגראף וואו דו פארציילסט איבער איינקויפן די הייוון צו באקן די חלות און די קאקאוש קעיק, האט מען זיך געוואנדן צו די לאקאלע רביצן שתליט"א. ווייל קהל וועלכע האבן אויך געהאט א מאנאפאל אויף דעם האבן דאס געגעבן פאר די שטאטישע רביצן אלס א זייטיגע הכנסה. (גענימען פון חיים גראדע'ס בוך, אין די מעשה .."לייבע לייזער'ס הויף"..)