תולדות שלמה מיימון - א פרק אין היסטוריא אויף אידיש

עולם הספרים און די וועלט פון ליטעראטור
נייעס, איבערזיכטן, קריטיק
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

תולדות שלמה מיימון - א פרק אין היסטוריא אויף אידיש

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

עפ"י בקשת ידידינו [tag]ירא שמים[/tag], האב איך ארויף געלייגט אויף עמעזאן צו קויפען דער בוך תולדות שלמה מימון דא. איך האב עס אליינס לעצטענס אביסל געליינט און ס'איז געווען עפעס אויסנאמליך. דער שבת נאכמיטאג, ביים שנה בשבת תענוג, האב איך געליינט א פאר פרקים און ס'האט מיר געמאכט לאכען אויפ'ן קול. ער שילדערט זיין לעבען מיט אזא פשטות, מיט אזויפיל הומאר און פארשטאנד אז איך האב מחליט געווען צו פארטייטשען איין פרק אויף אידיש, אז מ'זאל קענען עפעס טועם זיין דערפון.
ס'איז געשריבען אויף גאר א לייכטע לשה"ק (געטייטשט פון די אריגינעלע אידיש - דויטש) און ס'גיבט א בליק אויף די לעבען אין יענער צייטען. איך האב נאך נישט גע'ענדיגט דער בוך, ס'דוכט זיך אז ס'שטייט דארט וויאזוי ער האט געטראפען תלמידי בעש"ט און געשמועסט מיט זיי.

דא האט איהר מן העולה באמתחתי

-----------------------------------------

אין צווישען האט זיך דער געלט צושטאנד פונ'ם פאטער שטארק פאר'ערגערט. איין טאג איז מיין טאטען געפארען צום גרויס שטאט נ. (נישוויז) זיך צו טרעפען ארבעט דארט אלס א מלמד, נעמענדיג מיר מיט איהם. ס'איז איהם דארט געלונגען און גאנץ שנעל האט זיך איהם אויסגע'ארבעט צו עפענען א חדר אין יענעם שטאט, מיט גאר גוטע תנאים, און איך בין געווען זיין באהעלפער.
אין שטאט נ. איז געווען א פרוי אן אלמנה, די פארוואלטער פון א שענק, וואס האט געשמ'ט אלס גאר א קלוגע און א געלונגענע, ווי אויך א רעגעדיגע וואס האט זיך געשלאגען מיט יעדער איינער ווי קסטינפה די ווייב פון סאקראטעס. זי האט געהאט א טאכטער וואס האט אין איהר שטארק איינגעראטען אין די אלע אויבענדערמאנטע מעלות, און זי האט געהאלפען אין פיהרען דער ביזנעס. ווען מיין נאנמען איז באקאנט געווארען אין די לאנד, און מיין לויב איז אנגעקומען צו די אויערען פון ריסיא (די נאמען פון די אלמנה), האט זי אפגעמאכט ביי זיך צו געבען איהר טאכטער פאר מיר אלס א פרוי, די איידעלע מיידעל שרה. אומזיסט האבען איהר משפחה מיטגעלידער פראבירט איהר אפצונויגען פון די רעיון, אומזיסט האבען זיי אויפגעוויזען און אויסגעשטעלט פאר זי מיין טאטע'ס שטאלץ און זעלבסט שעצונג וואס טרייבט איהם צו פאדערען פאר מיינעטוועגען שווערע אומדערטרעגליכע תביעות, אומזיסט האבען זיי איהר אויסגעלערנט אז מיין נאמען האט שוין געצויגען די אויגען פון די גרויסע און רייכער פון די קהלה, אומזיסט האבען זיי קלאר אויפגעוויזען אז לויט איהר מיטעלמעסיגע געלט צושטאנד מעג זי נישט שטרעבען צו הויכע פענסטער'ס און זוכען א טייערע חתן, א חתן וואס פאדערט אזא הויכע פרייז אזוי ווי מיר, אלס אומזיסט! זי האט באשטימט איהר ווילען אויף מיר אלס אן איידעם פאר די טאכטער, און פון די פלאן גייט זי זיך נישט רירען, וויפיהל ס'וועט איהר קאסטען!
די געראטענעם אלמנה איז ארויס צו איהר ארבעט, און זי האט געשיקט שדכנים און חברים צו מיין טאטע, זי איז זאגאר אליינס געקומען צו מיין טאטע איהם איבערצורעדען צו איהר ווילען, צוזאגענדיג אויסצופיהלען אלע זיין פאדערונגען, אבער מיין טאטע האט זיך אלס אויסגעדרייט פון איהר, און געבעטען צייט זיך איבערצורעכענען, פראבירענדיג אפצושטופען דער ענין פון טאג צו טאג.
והנה, דער סוף פונ'ם ערשטען זמן פון די חדר האט זיך דערנענטערט, און דער צייט צוריק צו פארען צו אונזער שטוב איז אנגעקומען. מיין טאטע איז געגאנגען מיט מיר צום שענק פונ'ם אלמנה אפצוווארטען די בעל עגלה וואס פארט צו אונזער שטאט, ווארום איהר שטוב איז געשטאנען אויפ'ן עק שטאט און איז געווען די באשטימטע פארזאמעלונג ארט פון די בעלי עגלות. די גבירה ריסיא האט זיך באנוצט מיט די געלעגענהייט אויסצופיהרען איהר ווילען, און זי האט מיט מיר געשמועסט, געהאלדזט און געקושט, און פארגעשטעלט פאר מיר איהר טאכטער די כלה און מיר געפרעגט צו זי געפעלט מיר. דערנאך האט זי געשטופט מייט טאטע'ן צו ענטפערען א קלארען תשובה. מיין טאטע האט אבער ווייטער זיך אויסגעדרייט, און זיך אנגעשטרענגט איהר צו ערקלערען ווי שווער איז די זאך פאר איהם.
בשעת'ן זיך ארומטענה'ן און האנדלען, האט זיך פלוצלונג א גרויסע ציבור אריין געפלאצט אינ'ם צימער; דער רב, דער שטאט'ס מגיד, די הויפטען פון די קהלה, און מיט זיי א גרויסע ציבור גע'ערטע קהל'ישע מיטגעלידער. נישט א נס האט זיי אריינגעפיהרט, קיין כישוף האט זיך נישט אויסגעפעלט פאר זייער זיך באווייזען פלוצלונג אין שטוב פונ'ם שענק, דער ענין איז לייכט פארשטענדליך. די גע'ערטע ציבור האבען זיך באטייליגט אין א סעודת ברית אין דער שטוב פון איינער וואס וואוינט אין יענעם גאס, און ווען ריסיא האט זיך דערוואוסט דערפון, האט זי זיך געאיילט און געשיקט איהר זון צו רופען די פארזאמעלטע נאכ'ן ברית צו א תנאים אין איהר שטוב. אזוי זענען זיי אלע אנגעקומען, אנגעלייגט פון דער סעודת ברית, אונטער'ן איינדרוק אז די ביידע זייטען האבען זיך שוין אפגעמאכט, און ס'פעלט נאר אויס אויסצושרייבען די תנאים. מ'האט זיך צוגעזעצט אזוי ווי דער מנהג, דער 'מחותן' מיין טאטע האבען זיי זיך געזעצט אין צווישען זיי, און דער רב האט באפוילען דער שמש אנצוהויבען שרייבען דער תנאים.
מיין טאטע האט זיך אבער ווייטער געשטעלט אויף זיינס, נישט לאזענדיג דער כיטרע אלמנה איהם אריינצושטופען אינ'ם לאך וואס זי האט פאר איהם געגראבען. ער האט געשריגען אז אויף דער גאנצע שידוך האט ער נאך נישט מסכים געווען, און זיכער נישט אויף די פרטי התנאים. דער מאדנע ערשטע טענה זיינער האט שטארק אויפגערעגט דער רב, טראכטענדיג אז מיין טאטע וויל איהם צו שפאט לייגען, צוזאמען מיט די אלע גע'ערטע איינגעליידענע. ער האט זיך אויסגעדרייט צו די פארזאמעלטע מיט א גאווה'דיגע לשון "ווער איז דער רבי יהושע וואס פיהרט זיך אויף מיט אזא התנשאות?". מיין טאטע האט איהם גע'ענטפערט "דער רבי איז דא איבעריג, איך בין א פשוט'ע איד. איך מעג אבער זיך זארגען פאר מיין זון און איהם אוועק שטעלען א צוקונפט אויף א ריכטיגע יסוד".
די ווערטער וואס מיין טאטע האט געזאגט "דער רבי איז דא איבעריג", האבען געהאט צוויי באדייטען און דער רב האט עס גוט פארשטאנען. צוביסלעך האט ער איינגעזען אז אין אזא נושא האט ער נישט קיין כח צו צווינגען מיין טאטע אנצונעמען זיין מיינונג. ער האט אויך פארשטאנען אז די נגידי'טע ריסיא האט זיך צוגע'איילט צו רופען די איינגעליידענע צו א תנאים סעודה איידער די צוויי צדדים זענען אויסגעקומען. ער האט אויפגעהערט צו רעדען שטרענג צו מיין פאטער און מיט א ווייכע קול האט ער אנגעהויבען צו שילדערען צו מיין טאטע די גוט'ס וואס ס'ליגט אין די שידוך, די כלה איז א גרויסע מיוחסת, אפשטאמענדיג פון רבנים און גאונים, און אייגענע יחוס האט זי אויך, זייענדיג א פארזאמלונג פון אלע מעלות. צו דעם וועט דאך די מחותנת'טע ערפיהלען אלס וואס ער פארלאנגט.
די ווערטער האבען ווייך געמאכט מיין טאטענ'ס הארץ, און וויבאלד דער עצם שידוך איז נישט געווען קעגען זיין ווילען, האט ער מסכים געווען און מ'האט געשריבען תנאים. לויט די תנאים האט די מחותנת'טע ריסיא געדארפט געבען די שענק מיט איהר געהאלט אלס א נדן פאר איהר טאכטער. זי האט געדארפט אויסהאלטען די פאר'ל אויף איהר טיש זעקס יאר נאכאנאנד, און אויך געבען זייער קליידערונג און אלס וואס זיי נויטען אין די יארען. צו דעם האט זי אויך זיך אונטערגענומען מיר צו געבען א מתנה פון א ש"ס מיט אלע מפרשים, וואס איהר פרייז איז אנגעפער צוויי הונדרעט שקלים. זי האט זיך אויך אונטערגענומען מיר צו געבען קליינע מתנות. צו דעם האט זי אויך זיך אונטערגענומען צו געבען מיין פאטער זעלבסט פופציג שקל במזומנים. אויף די לעצטע תנאי האט מיין טאטע זיך נישט באגענוגט מיט דברים שבכתב, ער האט געפאדערט די מחותנת'טע זאל איבערגעבען דאס געלד נאך איידער דער חתמנ'ן דער תנאים.
אזוי האט מען געשריבען א תנאים, און די פארזאמעלטע האבען זיך אנגעגעסען און אנגעטרונקען.
אויף מארגען איז מיין טאטע מיט מיר אהיים געפארען. דער מחותנת'טע האט צוגעזאגט צו שיקען די קליינע מתנות וואס שנעלער, און די קליידער וואס זי האט אויף זיך אונטערגענומען און האט נישט געקענט אנגרייטען ווי עס דארף צו זיין באצייטענ'ס. וואכען זענען אבער אריבער, און די מתנות און קליידער זענען נישט אנגעקומען. מיין טאטע האט שוין געהאט א שלעכטער טעם אויף דער גאנצע ענין, ווי אויך וואס ער האט שוין געקענט די נאטור פון די מחותנת'טע און איהר הארץ פול מיט שטיק, און ער האט געהאלטען אז די כיטרע פרוי זוכט שוין וועגען זיך אויסצודרייען פון האלטען איהרע פליכטען וואס זענען צו שווער פאר איהר אויסצופיהלען. ער האט מחליט געווען איהר צו לערנען לעקיש צוריק געבען א טעם פון איהרע מעדיצין.
אין צווישען האט פאסירט עפעס וואס האט איהם פארלייכטערט אויסצופיהלען דער פלאן. א רייכע ארענדע, וואס פלעגט שלאפען ביי אונז ווען ער פלעגט דורכפאהרען די שטאט מוהילנה אויפ'ן וועג צו נישוויז צו פארקויפען זיין בראנפין, האט אויפגעהויבען זיין אויגען אויף מיר און מחליט געווען מיר חתונה צו מאכען מיט זיין איין און איינציגסע טאכטער. ער האט געוואוסט אז מיין טאטע וועט נישט אזוי גרינג מסכים זיין ווען ער קומט אזוי גלייך מיט'ן הצעה, האט ער זיך געקלוגט צו גייען א קרומע וועג צו באקומען זיין ציל. ער האט זיך געמאכט פאר מיין טאטענ'ס בעל חוב, וויסענדיג אז ביום הפרעון וועט מיין טאטע שוין נישט האבען פון וואו צו באצאלען, און אזוי וועט ער איהם קענען צווינגען מיר חתונה מאכען מיט איהם בתנאי ער איז מוחל דער חוב. געטראכט און געטוהן, ער האט מציע געווען צו מיין טאטע'ן צו קויפען פון איהם בראנפין אויף קרעדיט, און ווען ר' הירש דוקר (דאס איז די נאמען פון די ארענדע) איז געקומען איינמאנען זיין חוב, האט מיין טאטע געטענה'ט 'אין לי' און זיך געבעטען ביי איהם ער זאל איהם פארלענגערען די צייט. האט דער ארענדע געזאגט "הער זיך צו ר' יהושע, איך וויל רעדען אפען און וואר, איך ווייס אז אייער מצב גייט שווערער פון טאג צו טאג, און אן א נס וועסטו נאך קיינמאל נישט קענען צוריק געבען דאס געלט. איך וויל אייך פארשטעלען אן עצה וואס איז גוט פאר אונז ביידע; דער אויבישטער האט אייך געשאנקען מיט א זון, און מיר האט ער געגעבען אן איינציגסטע טאכטער וואס וועט נאך ירשנ'ן מיין גאנצע פארמעגען. לאמיר זיך משדך זיין צווישען זיך, און אחוץ דעם וואס איך וועל דערפאר מוחל זיין די גאנצע חוב, איך וועל אויך צוגעבען כפי אייער ווילען און איך וועל באופן כללי פראבירען אייך צו פארבעסערען די מצב כפי מיין מעגליכקייטען".
ווי גרויס איז געווען מיין טאטענ'ס פרייד צו הערען די דאזיגע רייד! פארשטייט זיך האט ער נישט מסרב געווען צו די ארענדע'ס הצעה, און ס'איז גלייך געשריבען געווארען תנאים. לויט די תנאים האט דער מחותן זיך אונטערגענומען צו געבען א נדן פאר זיין טאכטער און מיר צו געבען מתנות אזוי ווי מיין טאטע וועט באשטימען, און זיין פארמעגען וועט ער מיר מנחיל זיין נאך הונדרעט יאר. דער שטר חוב פון פופציג שקלים וואס ער האט געהאט אויף מיין טאטע'ן האט ער גלייך צוריסען, און צו דערצו האט ער אויך געגעבען מיין טאטע'ן פופציג שקלים במזומנים.
ויהי אחר הדברים האלה, נאך די רייד איז מיין נייעם מחותן געפארען קיין נישוויז אויף ביזנעס, און ווי פון טייוויל'ס פלאן איז אויסגעקומען אז ער איז איינגעשטאנען ביי מיין ערשטע'ן שוויגער. מיין שוויגער, וואס איז געווען א גרויסער פלוידערער, האט נישט פארשפעטיגט צו פארציילען וועגען די געוואלדיגע שידוך וואס איהר איז געלונגען פון הימעל אריינצונעמען אין שטוב. "דער טאטע פון די חתן", זאגט די מחותנת'טע, "איז אויך א גרויסע למדן, אבער דער זון איז א באלויבטע עילוי, אן עלף יעריג ינגעל וואס האט נישט זיין גלייכען אין זיין יארגאנג".
"מיר אויך", האט דער ארענדע געזאגט, "האט דער אויבישטער געשאנקען א טייערע'ן חתן אין שטוב. געוויס האסטו געהערט פון דער ריזיגע למדן ר' יהושע פון מוהילנה און זיין זון דער באלויבטע עילוי שלמה. דער שלמה איז איצט א חתן צו מיין טאכטע!"
די ווערטער זענען ארויס פון מויל פון ארענדע, און די שענקערין האט געשפרינגען פון איהר פלאץ און געשריגען פון צארען "ליגענט רעדסטו! דער קינד שלמה איז א חתן מיט מיין טאכטער, נא דיר די כתב התנאים!". דער ארענדע האט אויך ארויסגענומען זיין כתב תנאים און געוויזען פאר'ן אלמנה און זיי זענען ביידער געשטאנען ערשטינט. צום סוף האט די אלמנה גערופען מיין טאטע צו דין תורה ער זאל פארציילען וואס איז דא פארגעקומען. מיין טאטע האט זיך נישט וויסענדיג געמאכט פון איהר און איהר רופען צו ב"ד, טראץ דעם וואס זי האט צוויי מאל גערופען צו ב"ד.
נאך אביסל צייט איז מיין מאמע אוועק און מ'האט איהר געפיהרט קיין נישוויז צום קבורה. מיין שוויגער דער שענקערין איז געגאנגען צו ב"ד און פראבירט מיט הצלחה אפצושטעלען מיין מאמע'ס קבורה ביז ס'וועט זיך אויסארבעטען צווישען זיי. מיין טאטע איז געצוואונגען געווארען צו גייען אין דין תורה און ווי פארשטענדליך האט מיין טאטע פארלוירען אין ב"ד און איך בין א צווייטע מאל, עפ"י פסק ב"ד, א חתן געווארען מיט מיין ערשטע כלה. בכדי זיך צו פארשפארען נאך אזא מעשה, נישט וועלענדיג געבען מיין טאטע א תירוץ נאכאמאל טרעפען א שידוך פאר מיר, האט מיין שוויגער גלייך ערפיהלט אלע מיין טאטע'ס פאדערונגען. זי האט מיר באקליידערט מיט נייע קליידער פון קאפ ביז פיס, און זי האט געצאלט פאר מיין טאטע מיין שפעזען פון די טאג פונ'ם תנאים ביז צו מיין חתונה. נאכ'ן אויסארבעטען אלעס צווישען די צוויי צדדים, האט מען באגראבען מיין מאמען, און איך מיט מיין טאטע זענען צוריק געפארען קיין מוהילנה.
דערנאך איז מיין צווייטע שווער געקומען און געפאדערט אז מיין טאטע זאל אויספיהרען זיין תנאים. מיין טאטע האט אבער אויפגעוויזען אז די גאנצע תנאים איז געווען גארנישט מיט נישט, ס'איז דאך אלס א גרייז ווייל מ'האט דאך נאר געשריבען די צווייטע תנאים אונטער'ן איינדרוק אז מיין שוויגער האט זיך צוריק געצויגען פון די שידוך, און יעצט וואס ס'איז נישט אזוי, איז זעלבסט פארשטענדליך אז די צווייטע שידוך איז בטל ומבוטל. דער ארענדע האט טאקע געדארפט מודה זיין אז מיין טאטע'ס רייד איז ריכטיג און ער האט געמאכט אן אנשטעל ווי איינער וואס בייגט זיין קאפ פאר'ן נויט און ער פראבירט זיך צו טרייסטען אויף זיין פארלוסט, אבער דאס איז נאר געווען אן אנשטעל, ווייל טיף אין הארצ'ן האט דער ארענדע זיך גענומען שפינען עצות און פלענער צו טוהן באיסור וואס ער האט נישט געקענט טוהן בהיתר. איין נאכט איז דער ארענדע (וואס איז איינגעשטאנען ביי אונז אין שטוב) ארויס פון בעט, און באפוילען שפאנען פערד און וואגען. ער איז מיר צוגעקומען שטילעהייט און מיר גענומען פון די טיש אויף וואס איך בין געשלאפען, אריינגעלייגט אינ'ם וואגען און געפארען מיט זיין בוטי צום טויער פון שטאט. נאר טראץ זיין פארזיכטיגקייט און שנעלקייט, זענען אונזער שטוב מענטשען זיך אויפגעוועקט פון זייער שלאף פון דער גערודער און די גניבה איז זיי שנעל באוואוסט געווארען, און זיי זענען נאכגעלאפען דער גנב און מיר געראטעוועט פון זיין הענט. ביי מיר איז די גאנצע געשיכטע געווען ווי א חלום, א נאכט וויזיע.
דער 'תנאי הטעות' איז געווען א גרויסע ישועה פאר מיין טאטע'ן, זיין חוב איז פארגעבען געווארען און מ'האט נאך צוגעגעבען פופציג שקלים פאר א מתנה. דער גניבה האט אבער געשטופט מיין שוויגער זיך צו יאגען און געציילטע טעג נאך דער מורא'דיגע געשיכטע האט זי מיר גענומען צו איהר שטוב מיר חתונה צו מאכען.
איך מוז מודה זיין אז מיין טאטע'ס מעשים קענען זיך נישט אויפשטעלען פאר די געזעצען פון עטיקע פליכטען, און נאר זיין ארימקייט איז איהם א שטיקל תירוץ.

----------------------------------------

פאר נאך פרקים, קויפט'ס דער בוך דא.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

Re: תולדות שלמה מיימון - א פרק אין היסטוריא אויף אידיש

שליחה דורך טאמבל סאס »

אומגלויבליך! ממש ווי א יונגע פעקל צוקער. מ'האט א ווערטפולע חפצא און מ'ווארפט זיך ארום מיט אים פאר ביזנעס צוועקן. דאס טוט מען נאך היינט.

מ'קען מיינען שלמה'ס מעשים קענען זיך יא אויפשטעלן פאר עטיקע פליכטן?

Sent from my SM-G903F using Tapatalk
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: תולדות שלמה מיימון - א פרק אין היסטוריא אויף אידיש

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

הרבה יותר ממה שקריתי לפניכם כתוב. אינ'ם פריעדיקען פרק זעט מען אז ער איז שוין געווען א חתן פאר דעם, עי"ש. אינ'ם נעקסטען פרק זעט מען וויאזוי ער האט צוגעפיקסט זיין שוויגער ועוד ועוד

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך זעי יעצט אז איינער האט עס טאקע געקויפט זיין נעכטען. מיין רעקלאמע איז געלונגען!
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: תולדות שלמה מיימון - א פרק אין היסטוריא אויף אידיש

שליחה דורך קל וחומר »

איראניש אז ס'איז איבערגעטייטשט צו אידיש פון לשה"ק וואס איז איבערגעטייטשט פון אידיש..
יאסל ראקאווער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 635
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
האט שוין געלייקט: 320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1444 מאל

שליחה דורך יאסל ראקאווער »

ליטוואק, די בוך איז איבערגעטייטש געווארן 1927 צו אידיש.

ס'איז איראניש אז די מערקסט נישט אן די היסטארישע ווערד פון די ליטוואק שלמה מיימון'ס ביאגראפיע. ער באשרייבט זיין וויזעט ביים מעזריטשע מגיד און זיין וויילן דארט מיט די חסידים פאר א וויילע ביז ער איז מיד געווארן פון זיי.

דא האסטו די ערשטע בלאט פון די פרק וואס די האסט איבערגעטייטש.
הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!

פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

Re: תולדות שלמה מיימון - א פרק אין היסטוריא אויף אידיש

שליחה דורך דעת תורה »

פארהאנען א ביכל אויף אידיש וואס א היימישער שרייבער האט ארויסגעגעבן, און לויט ווי עס זעהט מיר אויס פון די אויסצוגן איז דאס מער ווייניגער קראנט (כ'האב געמיינט יענער האט דאס אויסגעטראכט). כ'געדענק נישט דעם נאמען פונעם ביכל.

איך געדענק נישט ער זאל ברענגען דארט וועגן א באזוך ביים מעזריטשער מגיד, וואס ליגט מיר אין קאפ איז וויאזוי ער האט צוגעפיקסט זיין שוויגער איינמאל, מיט א גאנצע חלום וואס ער האט מאנופעקטשערד פאר איר, ער האט עפעס גענומען א טאפ און אריין געשריגן דערין אינמיטן איר שלאף און זי האט געמיינט זי חלום'ט.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
יאסל ראקאווער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 635
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
האט שוין געלייקט: 320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1444 מאל

שליחה דורך יאסל ראקאווער »

ער האט לענגערע זייערע אינטערעסאנטע פיליזאפישע בייהאנדלונגן אויף אידישקייט און חסידים בפרט. דא איז א קאפי פון די בלאט ווי ער שרייבט וועגן זיין וויזיט.

ס'איז מיר געווען א חידוש זיין מסיח לפי תומו אויספיר פארוואס חסידישקייט און איר נאכפאלגער זענען מער נישט ווי אמאל און די דרך ציפאלט זיך. די ביך איז געדריקט געווארן אין דייטש אין יאר 1793 !
הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!

פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: תולדות שלמה מיימון - א פרק אין היסטוריא אויף אידיש

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

דעת תורה, דאס איז די בוך. אין די נעקסטע פרק דערמאנט ער די חלום וואס ער האט געמאכט פאר זיין שוויגער.
דער באזוך מיט'ן רבי ר' בער איז אינ'ם צווייטען טייל, אבער ס'גיבט גאר א שוואכען בילד. ער מאכט איהם פאר א שארלאטאן און קיין האנדלעריי האבען זיי נישט געהאט. אז איהר האט א לינק צום אידישער ווערזיע, און ס'איז דא אינטערעסע, קען איך יענס ארויף לייגען אויף עמעזאן. מיר פערזענליך איז לייכטער אויף לשה"ק, אבער פאר'ן עולם......

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

זיין באזוך ביים מגיד איז זייער אינטערסאנט, ס'איז צום באמערקען אז ער ברענגט אפילו דברי תורה פונעם מגיד וואס ווערט געברענגט אין אנדערע מקורות בשם דעם מגיד.
ס'קומט בדווקא נישט ארויס א שוואכן בילד, ער רעדט פונעם מגיד אלס א געלונגענער מענטש וואס האט געהאט א חוש צו דערשמעקן אויף מענטשן ווי זיי שטייען, נאר זיין פרשנות איז אז ער האט געהאט שפיאנען און אויך ער האט פון חכמת היד והפרצוף דאס אלס געזען, אויב גלויבט איר אין חכמת היד והפרצוף אלס אן אקוראטע חכמה דאן קענט איר גלויבן זיין פרשנות וואס מאלט אים אפ אלס א מייסטער בלאפער, מיר קוקט אויס אז ער איז געווען געלונגען.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

Re: תולדות שלמה מיימון - א פרק אין היסטוריא אויף אידיש

שליחה דורך טאמבל סאס »

"On another occasion I went to take a walk with some of my friends. It chanced that a goat lay in the way. I gave the goat some blows with my stick, and my friends blamed me for my cruelty. "What is the cruelty?" I replied. "Do you believe that the goat feels a pain, when I beat it? You are greatly mistaken; the goat is a mere machine." This was the doctrine of Sturm as a disciple of Descartes.

My friends laughed heartily at this, and said, "But don't you hear that the goat cries, when you beat it?" "Yes," I replied, "of course it cries; but if you beat a drum, it cries too." They were amazed at my answer,[Pg 109]and in a short time it went abroad over the whole town, that I had become mad, as I held that a goat is a drum."



Sent from my SM-G903F using Tapatalk
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

Re: תולדות שלמה מיימון - א פרק אין היסטוריא אויף אידיש

שליחה דורך טאמבל סאס »

"It is remarkable, that at the time when I still observed the rabbinical regulations with the utmost strictness, I yet would not observe certain ceremonies which have something comical about them. Of this kind, for example, was the Malketh (Beating) before the Great Day of Atonement, in which every Jew lays himself on his face in the synagogue, while another with a narrow strip of leather gives him thirty-nine lashes. Of the same sort is Haphorath Nedarim, or the act of setting free from vows on New Year's Eve.....This phenomenon can be explained only by the fact, that in all my actions I had regard first to the nature of the action in itself (whether it was right or wrong, proper or improper), then to its nature in relation to some end, and that I justified it as a means, only when it was not in itself incapable of being justified."

Sent from my SM-G903F using Tapatalk
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

Re: תולדות שלמה מיימון - א פרק אין היסטוריא אויף אידיש

שליחה דורך טאמבל סאס »

נהורא נפישא האט געשריבן:
...און אויך ער האט פון חכמת היד והפרצוף דאס אלס געזען, אויב גלויבט איר אין חכמת היד והפרצוף אלס אן אקוראטע חכמה דאן קענט איר גלויבן זיין פרשנות וואס מאלט אים אפ אלס א מייסטער בלאפער, מיר קוקט אויס אז ער איז געווען געלונגען.

חכמת היד והפרצוף, לאו דוקא.
אין די ענגלישע טראנסלעישאן :
By means of correspondence and spies and a certain knowledge of men, by physiognomy and skilful questions, the superiors were able to elicit indirectly the secrets of the heart,

physiognomy ווי פארטייטשט אין דיקשאנערי האט נאך באדייטן.

- a person's facial features or expression, especially when regarded as indicative of character or ethnic origin;
- the general form or appearance of something.

אויך אין וויקיפידיע:

The term can also refer to the general appearance of a person, object, or terrain, without reference to its implied characteristics

אפשר אין די ארגינעלע ווערסיע שטייט קלאר חכמת היד והפרצוף? ווייס איך נישט. אויב נישט האסטו נאך ערגעץ א ראיה אז ער האט געגלייבט אין דעם חכמה עז סאטש?

Sent from my SM-G903F using Tapatalk
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

ביזט גערעכט אז די עצם ווארט מיינט נישט דוקא די חכמה פון פארשטיין די געזיכטליכע אויסדרוקן און שטריכן, ס'קען פשוט מיינען די עצם געזיכטיליכע פארשידענארטיגקייטן אן פארבינדונג מיט וואס מ'קען איבער זיי אנאליזירן.
אבער ווען ער זאגט אז די רבי ר' בער האט זיך באנוצט מיט פיזיאגנעמי צו דערגיין אלע פארבארגענקייטן, רעדט ער דאך קלאר פון זיך באנוצן מיט די פארשידענארטיגייטן צו דערגיין עפעס איבער יענעמ'ס כאראקטער, דער פארבינדונג איז דאס וואס די פסוועדא וויסענשאפט באקאנט אלס חכמת הפרצוף קלעימט צו מאכן.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

Re: תולדות שלמה מיימון - א פרק אין היסטוריא אויף אידיש

שליחה דורך טאמבל סאס »

דאס אידאך שוין נישט חכמת היד והפרצוף.(אינקלודט אויך די שעיפ, און די האר וכו' ארבעט חכמת היד והפרצוף אויך אזוי?) פיזיאגנאמי איז אן אלטער איינרעדעניש פון די גריכן נאך, וואס איז יענע יארן ווידעראויפגעלעבט געווארן דורך אזעלכע איינגערעדטע פסוועדא סייענטיסטס און טעאלאג יאהאן קאספער לאוואטער (באקאנט פאר די קאנטראווערסיע וואס ער האט אנגעמאכט ווען ער האט געטשאלענדזשד מענדעלסון בגלוי זיך צו שמדן און ער האט מיט א פרעכהייט געדרוקט א שמועס וואס ער האט געהאט אין פרייוועט מיט מנדלסון). פיזיאגנאמי איז אייביג מוטל בספק געווען און אפילו אפגעלאכט געווארן פון ערנסטע פיליזאפען און סייענטיסטן. כ'שטעל מיך פאר ס'איז געווען אזא דיפעק טשאפרא ווינט ואס האט עקסטאזירט די מאסן, געברענגט א באנטש מיט געלט פאר אפאר פיפיגע ביזנעסלייט און שפעטער אנגעמאכט א היבש ביסל ראסיזם און אנטיסעמיטיזם. און אפי' ער האט עס יא אנגענומען איז עס נישט געווען מכח מיסטישקייט. ער האט געמיינט דאס איז אן עמפירישע סייענס וואס ער האט נאכנישט געלערנט. איך דאובט אבער אז ער האט געהאלטן אז ר' בער האט עס יא געלערנט. אמער, איינער פון די טענות דארט געגן די צווייטע גרופע - די חסידים זאגט ער דאך דאס - אז זיי זענען גארנישט מוסיף קיין נאלידזש מחוץ. זיי לערנען נישט די סייענסעס.

אבער דזשאדזשן פון א מענטשנס אויסזעה (און אלעס אינקלודעד, ווצבש עטניסעטי, פרישקייט, פאקסן, וכו') הילוך, דיבור קליידונג איז דאך עפעס וואס עקספערטן נוצן נאך היינט - אויספארשער, פסיכאלאגן, טריקסטערס, מידיאומס און סתם געריבענע ביזנעסלייט. פארוואס קען נישט זיין ער האט דאס פשוט געמיינט?

Sent from my SM-G903F using Tapatalk
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

וואס מיינסטו דען אז חכמת הפרצוף איז במקורו א אידישע מיסטישע חכמה ? אוודאי איז עס במקורו א חכמה וואס גריכן האבן ערפינדן, און עס איז אריין צעווישן די אידישע חכמות, די גאונים רעדן דערפין, די רמב"ן און אנדערע ברענגן דאס. און ספרי קבלה ווערט גערעדט דערפין אין פרטים, אבער אוודאי איז עס מתחלה פארשטאנען געווארן אלס א וויסענשאפטליכע אין נאטור.
שטריכן אויפן געזיכט האט נישט קיין שום משמעות, אבער די לעבעדיקע אויסדרוקן האט אוודאי א שטארקע משמעות, די אויגן, די פנימליכע אויסדרוקן און רעאקציע. די באוועגונג שפראך איז בוודאי קלוגער ביי קלוגע מענטשן ווי ביי דוממע מענטשן. אבער דא קומט אריין פארשידענע קאמפליקאציעס און בייעס, ווען א מענטש נעמט זיין גאנצע דעטע וואס ער האט אנגעזאמעלט פון ערפארונג פון כלערליי צורות משונות פון פנימער, און ווען ס'שטעלט זיך ארויס אז יענער איז קלוג און שארף איז דאס משפיע אז די צורות קריגן א געוויסע חן, אזוי אז ס'שאפט זיך א פערזענליכע בילד פון ערפארונג וויאזוי קלוגע מענטשן דארפן אויסזען ובצירוף מיט די געזיכטליכע אויסדרוקן און רעאקציעס וואס ווי אויבנדערמאנט ליגט טאקע אסאך דערין, אבער עס איז דא אסאך פאלשע נטיות דערביי וואס זענען בכלל נישט באגרונדעט.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

טאמבל סאס האט געשריבן:דיפעק טשאפרא ווינט ואס האט עקסטאזירט די מאסן, געברענגט א באנטש מיט געלט פאר אפאר פיפיגע ביזנעסלייט

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

כ'האב געזעהן ממליץ זיין אויף איהם די טייערע ווערטער פון דזשעי זי:

I'm not a businessman, I'm a business, man...
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

Re: תולדות שלמה מיימון - א פרק אין היסטוריא אויף אידיש

שליחה דורך טאמבל סאס »

לענייננו, צו ער האט יא געגלייבט אין דעם צו נישט האט ער זיכער געהאלטן, און דער מעסעדזש געזוכט צו קאמיוניקירן צום לייענער, אז רבי רעב בער איז געווען א שארלאטאן. כ'מיין די מעשה וואס ער ברענגט אז ער האט געזען דער מגיד הייסן ברבים זיינע חסידים אנרייסן א איד פאר די חטא פון געבוירן א מיידל, זאגט ער, האט אים גוט צערידערט. וועלכע רעבע וועט אזאנס טוהן היינט חוץ אפשר די לב טהור? אויב וועט דער לעצטער געדענקט ווערן ביי אזא ציבור אידן ווי דער מגיד היינט זענען מיר אויף גרויסע צרות. דאס איז נישט א געלונגענער עז סאטש, דאס איז א פסיכאפאט.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

א שארלאטאן איז נישט קיין סתירה מיט געלונגענקייט, אדרבה.
איך וואלט נישט גערופן רבי ר' בער א שארלאטאן ווייל סוכ"ס האט ער נישט אויסגענוצט זיין פאזיציע נאר פאר זיין פערזענליכע באדערפעניש, ער האט דאך זיי למעשה געפירט אין עבודת השם, וא"כ לא שבקת חיי לכל בריה.
דוכט זיך אז די בעל התניא, די הפלאה, ר"ר שמעלקא ועוד זענען נאך געווען גענוג געריבן, און זיי זענען זיינע תלמידים געווען.
די נערישע מנהג פון בא'מקל'ן דעם אבי הבת, איז נישט עפעס וואס די ר"ר בער האט איינגעפירט, איך ווייס אפילו נישט צו ער רעדט דערפון אז ער ( ר"ר בער) האט דאס אליין צוגעזען אדער געמוטיגט. מ'דארף אויך באמערקן אז מ'האט נישט געשלאגן בדרך ציעור, דוכט זיך אז ער ברענגט אז זיי האבן דאס געטאן מיט א שמחה והוללות, וואס לייגט זיך אויפן שכל אז חסידים האבן דאן געטאן די אלע פרייליכע טראדיציעס, דאס אן אלטע פאלקישע טראדיציע, ס'איז דא וואס זאגן בדרך צחות וירא כי אין איש ויך. עכ"פ לויט ווי איך געדענק איז דער מנהג געווען בימים ההם שטארק פארשפרייט ביי די ספרדים. ואם זכרוני אינו מכזיב פארדאמט די פלא יועץ די תופעה.מ'דארף עס קענען גרינג טרעפן.
בקיצור נישט קיין גרעסערע שארלאטאן פון בנימין אייזנבערגער, און somehow האט ער אריינגעכאפט גרעסערע פישלעך ווי דאס וואס בנימן אייזענבערגער האט, וואס דאס מאכט מיר טראכטן אז ער האט עפעס געמוזט האבן צו זיך. איך זאג נישט אז דאס איז די איינציגסטע וועק צו קוקן, אבער ס'איז מיר עכ"פ אזוי מסתבר.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

Re: תולדות שלמה מיימון - א פרק אין היסטוריא אויף אידיש

שליחה דורך דעת תורה »

מסתמא.

נהורא נפישא, יא אין פלא יועץ רייסט ער אראפ דעם מנהג
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

Re: תולדות שלמה מיימון - א פרק אין היסטוריא אויף אידיש

שליחה דורך טאמבל סאס »

http://www.iep.utm.edu/maimon/
ווער וויל מאכן א חברותא?

Sent from my SM-G903F using Tapatalk
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

Re: תולדות שלמה מיימון - א פרק אין היסטוריא אויף אידיש

שליחה דורך טאמבל סאס »

וואו האט עמיצער דערמאנט דא די געשיכטע וואס ער שרייבט מיטן דעלאפידעיטעד draw בריקל וואס די סטוערדס האבן געשלעפט צו פארריכטן פאר יארן און זיין זיידע האט להכעיס זיך געעקשנט נישט אויסצוגעבן די געלט הימסעלף, די געהארגעטע מכות וואס זיי האבן געכאפט אויב זענען זיי נישט באצייטנס אנטלאפן אויב און נאכוואס א נאבלמאן האט אריינגעפלאטשקעט אין די זומפ מיט זיין סוויטע. כ'טראכט, די קורת רוח וואס זיין זיידע האט געמוזט האבן צוריקומענדיג פון וואלד , ווען ער איז לאקי געווען נישט געכאפט צו ווערן, הערנדיג נאכדעם די זאפטיגע דיטעילס פון סוס ורכבו רמה בפלאטשקע, האט געמוזט איבערוועגן די צער פון די מכות אין די מאלן וואס זיי זענען נישט אזוי מזלדיג געווען. מסתמא האט ער דאס געזען ווי א פערזענליכע נקמה אין די לענדלארד וואס זיצט זיך אין ווארשע און פארריכט נישט זיינע נכסים ווי אין קאנטראקט. נאבלמאן נאבלמאן גז"ש, און יוסטיץ דערגרייכט.

מיך איז אינטרעסאנט געווען דער פאקט אז טראצדעם וואס שלמה האט צוגעזען דער 'פערסעקיושען' וואס זיין זיידע און זיין טאטע שפעטער (איבער די לייפציגער סחורה וואס ראזדיווילי'ס ארטיגער סטוערד/רעפרעזענטעטיוו האט נישט באפרייט און זיין טאטע האט אים געווינען אין קאורט (כבין נייגעריג אויב צוליבן נישט האבן געצאלט מכס); זיין פעטער וואס האט באהאלטן זיינע ווירקשאפט ביי זיי אין חצר וועגן א קרעדיטאר א איד מיטן נאמען Schwersen; און צום לעצט דער שווערצען אוועקרויבענדיג זייער גיט דורכן אויסקויפענדיג די רעכטן אפפערענדיג די סטוערד א העכבר פרייז) האבן זיך אנגעליטען פון די נישט אידישע באאמטע אין די לאקאלע גאווערנמענט, האט דאס אים נאכאלץ נישט אפגעהאלטן פון ציען לינקס. אפשר טאקע דערפאר. ער איז אפערענטלי וויליג געווען איינצוזעהן אויך אין אייגענע חסרונות.

דא רעדט ער וועגן אידישע לענדלארדס:
"Disregarding the clamour of their brethren, they increased the rents, and enforced payment by the sub-lessees with the utmost stringency. They themselves exercised a direct oversight of the farms; and wherever they found a farmer who, instead of looking after his own interests and those of his landlord in the improvement of his farm by industry and economy, spent the whole day in idleness, or lay drunk about the stove, they soon brought him to his senses, and roused him out of his indolence by a flogging. This procedure of course acquired for the farmers-general, among their own people, the name of tyrants."

"There is perhaps no country besides Poland, where religious freedom and religious enmity are to be met with in equal degree. The Jews enjoy there a perfectly free exercise of their religion and all other civil liberties; they have even a jurisdiction of their own. On the other hand, however, religious hatred goes so far, that the name of Jew has become an abomination; and this abhorrence, which had taken root in barbarous times, continued to show its effects till about thirteen years ago. But this apparent contradiction may be very easily removed, if it is considered that the religious and civil liberty, conceded to the Jews in Poland, has not its source in any respect[Pg 5] for the universal rights of mankind, while, on the other hand, the religious hatred and persecution are by no means the result of a wise policy which seeks to remove out of the way whatever is injurious to morality and the welfare of the State. Both phenomena are results of the political ignorance and torpor prevalent in the country."

ער פארפאסט אבער נישט זיך אנצונעמען בזכותם ווען ער האלט סקומט זיך זיי:
"With all their defects the Jews are almost the only useful inhabitants of the country, and therefore the Polish people found themselves obliged, for the satisfaction of their own wants, to grant all possible liberties to the Jews; but, on the other hand, their moral ignorance and stupor could not fail to produce religious hatred and persecution."

"As far as rabbinical morals in other respects are concerned, I know in truth nothing that can be urged against them, except perhaps their excessive strictness in many cases. They form in fact genuine Stoicism, but without excluding other serviceable principles, such as perfection, universal benevolence, and the like. Holiness with them extends even to the thoughts. This principle is, in the usual fashion, referred to the following passage in the Psalms, "Thou shalt have no strange God in thee";[40] for in the human heart, it is argued, no strange God can dwell, except evil desires. It is not allowed to deceive even a heathen either by deeds or by words—not even in cases where he could lose nothing by the deceit. For example, the common form of courtesy, "I am glad to see you well," is not to be used, if it does not express the real sentiments of the heart.

The[Pg 130] examples of Jews who cheat Christians and heathens, which are commonly adduced against this statement, prove nothing, inasmuch as these Jews do not act in accordance with the principles of their own morals."


Sent from my SM-G903F using Tapatalk
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום טאמבל סאס, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

דא אין די תגובה אויף אן אשכול פון איינער וואס מאכט כסדר א [tag]טאמבל סאס[/tag] און ער האט געוואלט ארומשמועסן שלמה מימון
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
פארשפארט