א גלאז וואסער

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
קינד_אן_קייט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 495
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 08, 2014 2:29 am
האט שוין געלייקט: 819 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1041 מאל

א גלאז וואסער

שליחה דורך קינד_אן_קייט »

צומאל מאכט זיך אן אינצידענט וואס פארשארפט דעם קאנטראסט פון ״ראו מה בין בני לבן חמי״. כאטש בעלי רחמנות געפונען זיך ביי אלע פעלקער און ביי מענטשהייט איבער די גארער וועלט, זעהט זיך אמאל אן דער נאטורליכער געפיל פון רחמנות וואס מיר אידן זענען, דאנק גאט, דערמיט באשאנקען.

[center]*[/center]

אין א קאפע הויז אין תל אביב פאר צוויי טעג צוריק, האבן זיך צווי פערשוינען פון די בני ישמעאלים ארויסגעלאזט אויף א מאסן שחיטה אטאקע קעגן אומשולדיגע קרבנות, דערמארדעט פיר, און פארוואונדעט 16, ה״י.

אין די צומישעניש וואס האט נאכגעפאלגט תיכף נאכ׳ן שיסעריי, ווען הונדערטער מענטשן זענען געלאפען אין טויזנט ריכטונגען זיך צו ראטעווען דאס לעבן, האט זיך געפונען אן אף-דוטי פאליציאנט וועלכער איז צוזאמען מיט זיין ווייב געלאפען צו זייער היים דארט אין שכינות.

נעבן זיי צווישן דעם המון, איז געלאפן א צוריסענער, דערשראקענער מאן וועלכער האט קוים געקענט א ווארט ארויסרעדן פון גרויס פחד, ער האט זיי בלויז געבעטן: ״וואסער, וואסער״. זיי האבן אים אין איילעניש אריין גענומען צו זיך אין דירה, געשאנקען א בענקל און שנעל געברענגט א גלאז וואסער.

דער מאן האט זיך אנגעטון די מונדירן און זיך צוריקגעקערט צום צענטער פונעם טעראר אטאקע ארויסצוהעלפן מיט׳ן צוריקברענגן סדר און ארדענונג. דארטן האט ער דערזעהן איינע פון די טעראריסטן וועמען א פאליציאנט האט נארוואס לייכט פארוואונדעט דורך שיסעריי, מ׳האט דעם מחבל תיכף געקייטעלט און אנגעהויבן אראנדזשירן זיין ארעסט.

באטראכטענדיג יענעם׳ס בגדים און אויסקוק, כאפט זיך אונזער בר הכי אז דער פערשוין וועמען ער האט אריינגענומען צו זיך אין שטוב ענדלט גאר שטארק אין אויסזעהן צו דעם געכאפטן טעראריסט, ווארשיינליך איז ער דער צווייטער מלאך המות וועמען יעדער זוכט!

מיט איין אטעם האט ער צוריק גאלאפירט אהיים און אין אן אויגנבליק באהערשט דעם נאך אלץ דערשראקענעם פערזאן, און יא! דער האט זיך טאקע ארויסגעשטעלט צו זיין דער צווילינג רוצח, ימח שמו וזכרו.

[center]*[/center]

ס׳איז שוין היינט א ברייט איבערצייגטער פאקט אז מ׳קען דורך נאכאנאנדיגע האס (ספעציעל אין נאמען פון רעליגיע) פארוואנדלן מענטשן אין אכזרים וואס זענען אומשטאנד אויפ׳ן ערגסטען. אבער דער שכל זאגט נאך אלץ, אז ס׳מוז זיך געפונען ביי יענעם א געוויסע טבעיות אדער תאוות רציחה, לאמיר עס רופען רוצחישע ׳אינסטינקט׳, כדי מ׳זאל קענען אויספירן גרויזאמישע אקטן.

אט דער אינסטינקט, איז באזירט אויף טיפע ווארצלן אינעם נפש. ביי ישמעאל זאגט אונז די תורה אז ער איז א ״פרא אדם״, זיין הארץ איז א נעסט פאר אכזריות, רציחה איז אלזא ווי Second Nature.

ביי א איד לעומת זה, זאגן שוין חז״ל אז מיר זענען ״רחמנים בני רחמנים״, איז דער אינסטינקט פארקערט, צו אלעם ערשט ערוועקט זיך רחמנות. און אז מ׳דערזעהט א מענטש, עמיציר וועמען מען קען נישט, אנטלויפט פון א מקום סכנה, טראכט מען נישט אינסטינקטיוולי פון חששות, נאר בלויז פון העלפן א מענטשן בשעת צרה.

אננא פראנק, א אידיש מיידל אין באהעלטעניש פון נאצישען קאשמאר, האט געשריבן אין די שווערסטע מאמענטן (אנהויב מערץ 1945): Despite everything, I believe that people are really good at heart.

דאס איז דער קאנטראסט פון בני, לבין חמי.

ואם תימצי, קען מען זאגן, אז דער גאנצע יסוד פון אידישקייט ותורתינו הקדושה ליגט אין א גלאז וואסער.

[center]*[/center]

ויה״ר שיהיו נא אמרינו לרצון, כהכנה נכונה לקראת קבלת התורה.
בייגעלייגטע פיילס
Chair.jpg
כאן, חבל טבור הארץ.

דער אשכול פארמאגט 5 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר