בלאט 1 פון 2
אלע תקנות וועגן אינטערנעט
נשלח: מיטוואך יולי 11, 2012 12:26 pm
דורך קלאר
יעדע קהילה מאכט יעצט כינוסים
יעדע קהילה מאכט תקנות
מען דארף ווען מאכען א כינוס פין אלע כינוסים אין א ליקוט פין אלע תקנות וואס מען האט אויסגערופן ביי יעדע כינוס,
אין ביי די זעלבע צייט זאל מען אין קאווע שטובל אפמאכען אינזער 'דעת תורה' וומענס תקנות איז די מערסט ריאליסטיש אין צו די זאך
יעדער זאל נעמען א האנט
נשלח: מיטוואך יולי 11, 2012 12:32 pm
דורך קלאר
סאטמאר - ארונים
האט מען געמאכט א כינוס אנפאנג ווינטער
די תקנה איז געווען, מער טאר בכלל נישט האבען קיין קאמפיוטער אינדערהיים
אין ארבעט דארף עס א פילטער
סיון האט מען ציגעלייגט, כולל יונגלייט טארען נישט האבען קיין טעקסט
אין פארשטייט זיך אז א טעלפאון מוז האבען פילטער
אין זיי רעדן יעצט איבער די קהילה פילטער
נשלח: מיטוואך יולי 11, 2012 12:33 pm
דורך שלמה המלך
אויב די ווילסט מאכען איין גרויסן כלל פון די אלע תקנות וועט אודאי ארויסקומען דעם איינציגען פרט אז די טארסט יעצט נישט זיצען אין קאווע שטיבל
נשלח: מיטוואך יולי 11, 2012 12:37 pm
דורך קלאר
סאטמאר - זאלונים
האט מען געמאכט א גרויסע כינוס חודש תמוז ווי שוין דא באשריבן אין א באזינדערע אשכול
די תקנה איז לכתחילה געווען, קאמפיוטער נאר מיט א פילטער
אין טעלעפאון נאר מיט אימעיל - אזוי האט די רבי אויסגערופן שבועות
כולל יונגעלייט אן קיין טעקסט
למעשה הער איך אז מען האט געטוישט די טעלעפאון תקנה - עס דארף האבען א פילטער אבער מעג האבען אינטערנעט
אין מער רעדט פין קהילה פילטער
נשלח: מיטוואך יולי 11, 2012 12:50 pm
דורך קלאר
שלמה המלך האט געשריבן:אויב די ווילסט מאכען איין גרויסן כלל פון די אלע תקנות וועט אודאי ארויסקומען דעם איינציגען פרט אז די טארסט יעצט נישט זיצען אין קאווע שטיבל
איין מאל אינז האמיר אלע תקנות וועט מאכען א כינוס אין קאווע שטובל
אין אלע מעמבערס וועלן מוזן פאלגען
ווער נישט וועט זיין אחת דתו
אינז וועלמיר אפילו ארויסווארפען זיינע קינדער פין אינזערע קאווע שטובל
נשלח: מיטוואך יולי 11, 2012 1:05 pm
דורך קלאר
עס איז פארגעקומען לעצטנס
א כינוס אין שיכון סקווירא
א כינוס פאר חסידי באיאן
א כינוס פאר חסידי וויזניץ מאנסי
א כינוס פאר חסידי פאפא
אא''וו
לאמיך מאכען די פאזעל אין זעהן מי ומי ההולכים
נשלח: מיטוואך יולי 11, 2012 1:06 pm
דורך קלאר
אין סאטמאר - ר' חיים יושע
גייט פארקומען א כינוס נעקסטע וואך
איך הער אז זיי גייען נישט מאכען ווי קיין איינס פין די 2 סאטמארע קהילות
נשלח: מיטוואך יולי 11, 2012 1:09 pm
דורך קלאר
פאפא
האט מען געמאכט א גרויסע כינוס חודש סיון
די תקנה איז געווען אז קיינער טאר מער נישט האבען קיין טעקסט מעסעזש אויפן טעלעפאון
אלע קהלישע טוויטער גרופס זענען טאקע פארמאכט זייט דעמאלטס
נשלח: מיטוואך יולי 11, 2012 2:37 pm
דורך שרייבער
קלאר האט געשריבן:אינז וועלמיר אפילו ארויסווארפען זיינע קינדער פין אינזערע קאווע שטובל
איך ווארט אויף דעם...
נשלח: מיטוואך יולי 11, 2012 4:47 pm
דורך שמעקעדיג
קלאר האט געשריבן:אין סאטמאר - ר' חיים יושע
גייט פארקומען א כינוס נעקסטע וואך
איך הער אז זיי גייען נישט מאכען ווי קיין איינס פין די 2 סאטמארע קהילות
דזשאסט קוריאס - וואס גייען זיי יא מאכן? וואס קען שוין זיין אנדערש? הארבער אדער גרינגער?
נשלח: מיטוואך יולי 11, 2012 6:29 pm
דורך קלאר
שמעקעדיג האט געשריבן:קלאר האט געשריבן:אין סאטמאר - ר' חיים יושע
גייט פארקומען א כינוס נעקסטע וואך
איך הער אז זיי גייען נישט מאכען ווי קיין איינס פין די 2 סאטמארע קהילות
דזשאסט קוריאס - וואס גייען זיי יא מאכן? וואס קען שוין זיין אנדערש? הארבער אדער גרינגער?
איך פארשטיי אז גרינגער, ווייל ר' חיים יושע'ס מוסדות באשטייען פין זייער א קליינע פראצענט פין זיינע חסידים, נישט אז די איבריגע זענען אלע ארונים נאר סתם עמך יודן
א חוץ פין דעם וואס אלע פרומע חסידים שיקן אין פרומע מוסדות
נשלח: דינסטאג יולי 17, 2012 12:24 am
דורך שמעקעדיג
כ׳האב נארוואס אראפגעלייגט דעם טעלעפאן מיט מיין שוואגערל אין מאנסי. זאגט ער מיר אז עס איז געווען א געוואלדיגע אסיפה "תקנה לדורות", און הרב אפרים וואקסמאן שליט"א האט כדרכו באנומען דעם עולם עד דכדוכה של נפש. א ביהמ"ד איבערגעפילט על כל גדותיו. ממש א קידוש השם זאגט ער מיר. בפרט צום סוף, ווען דער גאנצער עולם האט מקבל געווען עול מלכות שמים צוזאמען, הארט בעפאר מעריב.
ר׳ חיים יושע האט אויך גערעדט זייער ווארעם, דברים יוצאים מן הלב חוצבים להבות אש, אבער כדרכו, גאנץ שארף.
סך הכל די תקנות זענען גענוי ווי סאטמאר מהרז״ל, קאמפיוטער אין שטוב איז א דיעבד גדול און מוז ווערן מאושר ביי די וועד; טעלעפאן איז לכל היותר אימעיל, ולצורך גדול בהסכמת הוועד א קהלה פילטער, וועלכע מוז אויך ווערן אינסטולירט אין יעדן ביזנעס.
נשלח: דינסטאג יולי 17, 2012 12:56 am
דורך שמעקעדיג
פארגעסן צוצולייגן. ער זאגט מיר אז מען האט גע'אסר'ט דאס ענין פון "שאפינג אנליין". פיריאד.
דאס איז מיר געווען א חידוש. כ'מיין דאס איז געגאנגען מיטן קאפ אין וואנט?
נשלח: דינסטאג יולי 17, 2012 1:04 am
דורך לאדיך אפ
וויזניץ מאנסי האט אויפגעשטעלט א וועד האישור און ווער סהאט נישט קיין צעטל פון וועד האישור קען נישט די קינדער צוריק קומען נעקסטע יאר.
נשלח: דינסטאג יולי 17, 2012 1:20 am
דורך שמעקעדיג
און וואס זענען זייערע תקנות? אנדערש ווי סאטמאר? פליז גיב דיטעילס. א דאנק.
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 11:20 am
דורך באשטעטיגט
מעג מען ניצען די אינטערנעט פאר אנדערע זאכען נישט לצורך פרנסה ,אויב האט מען סיי וויסיי לצורך פרנסה ?
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 12:23 pm
דורך געפילטע פיש
און ע"פ פסק הגר"ח קנייבסקי איז עס ביהרג ואל יעבור, אפילו אויב איר קענט זיך ראטווען דאס לעבן דורך די אינטערנעט, למשל שיקן א אימעיל צו רופן הילף ווען איר האט נישט קיין פאון סערוויס, מוזט איר זיך לאזן הארגענען על קידוש השם, אבער צום כלי המכונה אינטערנעט חלילה נישט צורירן.
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 2:16 pm
דורך באשטעטיגט
ישר כח פאר די תשובות ,
אויב קויפט מען עפעס לצורך פרנסה אויף די אנטערנעט מעג מען קויפן צוויי לצורך עצמו, צו זאגט מען מתוך שהותרה..?
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 2:22 pm
דורך באשטעטיגט
געפילטע פיש האט געשריבן:און ע"פ פסק הגר"ח קנייבסקי איז עס ביהרג ואל יעבור, אפילו אויב איר קענט זיך ראטווען דאס לעבן דורך די אינטערנעט, למשל שיקן א אימעיל צו רופן הילף ווען איר האט נישט קיין פאון סערוויס, מוזט איר זיך לאזן הארגענען על קידוש השם, אבער צום כלי המכונה אינטערנעט חלילה נישט צורירן.
אינטרעסאנט אז פרנסה איז וויכטיגער ווי דאס לעבן, יש אדם שחביב עליו ממונו יותר מגופו!
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 5:28 pm
דורך געפילטע פיש
באשטעטיגט האט געשריבן:ישר כח פאר די תשובות ,
אויב קויפט מען עפעס לצורך פרנסה אויף די אנטערנעט מעג מען קויפן צוויי לצורך עצמו, צו זאגט מען מתוך שהותרה..?
דאס גייט אריין אין די שאלה פון ריבוי בשיעורין, אויב די איבעריגע קליק צו סעלעקטן צוויי פון די זעלבע אייטעם איז דומה למבשל לחולה בשבת, אדער לשוחט.
באשטעטיגט האט געשריבן:אינטרעסאנט אז פרנסה איז וויכטיגער ווי דאס לעבן, יש אדם שחביב עליו ממונו יותר מגופו!
דאס איז נאר ביי אינטערנעט, מ'טאר אבער נישט מאכן קיין גזירה שוה אויף בוירט קאנטראל, דארט איז מען מתיר נאר פאר פיקוח נפש, אבער נישט לצורך פרנסה...
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 12:21 am
דורך איחוד פעלד
יאנקל האט געשריבן:באשטעטיגט האט געשריבן:מעג מען ניצען די אינטערנעט פאר אנדערע זאכען נישט לצורך פרנסה ,אויב האט מען סיי וויסיי לצורך פרנסה ?
לפי דעם פסק פון הגר"ש הלוי וואזנער שליט"א, בעל שבט הלוי, ביי דער "אסיפת כלל ישראל", איז נישט דא קיין שום היתר צו נוצן דעם אינטערנעט נאר ריין לצורך פרנסה, און אין קיין שום פאל איז עס מותר אינדערהיים - אפילו לצורך פרנסה.
און ביטע געדענק אויך אז, ווי הרב וואקסמאן האט געזאגט, ווער עס איז נישט מצרף צו אט-דעם פסק געמאכט במעמד רבבות אלפי ישראל פארלירט זיין חלק לעולם הבא.
יא אבער מען קען דאך תשובה טוהן?
אגב דאכט זיך אז די השלכות פין דער כינוס האבען זיך אויסגעלאזט ווי א זייפען בלאז.
אלעס גייט ווייטער אהן, עולם כמנהגו נוהג.
די מוסדות האבען אנהייב יאר טאקע פארדרייט א קאפ אביסעל מיט פאפירען, אבער דאס איז עס.
זייט רעגיסטראציע האט מען נאך גארנישט געהערט וועגען דער אינטערנעט.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 12:44 am
דורך שמעקעדיג
נישט ממש, מען ארבעט נאך אין גרויסן.
די נייע קהלה פילטער, סיי אויף קאמפיוטערס (וועלכע איז נאך אביסל רוי) און סיי אויף טעלעפאנען (האלט נאך ביי א'), אנטשפרעכט צו זיין א דורכברוך.
ס'וועט זיין א "ריעל-טיים" פילטער.
ער וועט וויסן וועלכע פעידזש דיר אריינצולאזן נישט דורך א פרי-דיפיינד ליסטע, נאר ריעל-טיים פילטערינג.
ד.ה. ער וועט דיר אפילו לאזן קוקן יאטאב קליפס אויב איז עס פון די ערלויבטע קאטגאריעס, און צוריקהאלטן אומערלויבטע.
און מען ארבעט דערויף שווער.
דער איד און דער בלאט זענען כסדר ביזי מיט די מערכה.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 12:57 am
דורך איחוד פעלד
שמעקעדיג האט געשריבן:נישט ממש, מען ארבעט נאך אין גרויסן.
די נייע קהלה פילטער, סיי אויף קאמפיוטערס (וועלכע איז נאך אביסל רוי) און סיי אויף טעלעפאנען (האלט נאך ביי א'), אנטשפרעכט צו זיין א דורכברוך.
ס'וועט זיין א "ריעל-טיים" פילטער.
ער וועט וויסן וועלכע פעידזש דיר אריינצולאזן נישט דורך א פרי-דיפיינד ליסטע, נאר ריעל-טיים פילטערינג.
ד.ה. ער וועט דיר אפילו לאזן קוקן יאטאב קליפס אויב איז עס פון די ערלויבטע קאטגאריעס, און צוריקהאלטן אומערלויבטע.
און מען ארבעט דערויף שווער.
דער איד און דער בלאט זענען כסדר ביזי מיט די מערכה.
ונזכה ונחיה ונראה.
דערווייל האבען עס צוויי פירמעס, און עס ארבעט ככה ככה.