קאנספיראציע איבערן ק"ש פארמאכונג סומאטאכע.

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2055
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 3115 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2824 מאל

קאנספיראציע איבערן ק"ש פארמאכונג סומאטאכע.

שליחה דורך קל וחומר »

הגם וואס איך בין נישט דער טייפ וואס גלייבט קאנספיראציעס אזוי שנעל, ווער רעדט נאך פון אויפקומען מיט איינס, עכ"ז האט מיר דא אנגעכאפט עפעס א תאוה יא צו מאכן איינס, אפשר ווייל ס'איז אמת? אדער ווייל זאכן באדערן מיר.

די גאנצע נושא איז שוין כמעט ווי פארגעסן געווארן, אבער געוויסע זאכן האבן קיינמאל נישט באקומען א צופרידנשטעלענדע תשובה, כאטש וואס אן התנצלות איז יא געווען.

דא זענען אפאר פונקטן, יעדער זאל זיי איבערטראכטן פאר זיך.

פארוואס איז גלייך געקומען א מעלדונג -וואס לויט ווי עס איז אנגעגעבן געווארן איז אריינגעלייגט געווארן דערין חדשים פון מחשבה - איבערן פארמאכונג פונעם שטיבל בעפארן בכלל איבערשמועסן מיטן עולם צו ס'זענען פארהאן אנדערע אפציעס? סוף סוף רעדט זיך עס פון אן אפען מיינדעד שטיבל ווי קיינער באלבאטעוועט נישט אויף קיינעם.

פארוואס איז מאחורי הפרגוד באלד פארשלאסן געווארן?

פארוואס האב איך באמערקט אז אין אסאך אשכולות אין מאחורי פעהלט אסאך תגובות אין ס'ליינט זיך נישט מיט קיין רצף?

מיין טעאריע איז אז ס'איז פשוט געווען א קאוועראופ אויף געוויסע גרויסע רעדאגירונגן וואס איז אדורכגעפירט געווארן אינערהאלב מאחורי.

דער אשכול פארמאגט 14 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר