בלאט 1 פון 1

סאטמאר מהר"א רעדט שארף קעגן וואט'ס עפפ

נשלח: דאנערשטאג יוני 16, 2016 7:08 pm
דורך ווייל אזוי
פארגאנגענע שבועות ביי נעילת החג האט מאר"א שטארק ארוםגערעדט איבער די פראבלעם פון וואטצעפפ, ווי ער פאנגט אן אז כלל ישראל האט זיך אלעמאל געשלאגן מיט יצר הרע אנגעפאנגען ביי טי.ווי. און שפעטער קאמפיוטער, סמארטפאון און יעצט וואט'ס עפפ.

פון די דרשה וואס איז געווארן אפגעדרוקט דורך "לטהרנו" קוקט אויס אז די רבי איז בקי אין וואט'ס עפפ וויסענדיג אז ס'איז דא הונדערט צו צוויי הונדערט חברה אויף א גראופ "ס'דארף נאר זיין איין נישט ערליכע וואס לייגט קאליע יעדעם".

אין די זעלבע געדרוקטע צעטיל שטייט אויך אין ריזיגע קידוש החמה אותיות אז מיט וואט'ס עפפ איז מען עובר אויף לא תרצח, ס'קומט ווארשיינליך נאך די פטורה פון די צוויי סאטמארע אידן ווי איינער האט געשריבן א לאנגע בריוו צו ישיבה ווארלד אז "וואט'ס עפפ האט געהארג'ט זיין טאטע" .

לויט ווי ס'קוקט אויס פון די צעטלעך וועט ביז אפאר וואכן שוין קיינער נישט האבן קיין וואט'ס עפפ אין מאנרא.

נשלח: דאנערשטאג יוני 16, 2016 7:10 pm
דורך ווייל אזוי
נאך בילדער

נשלח: דאנערשטאג יוני 16, 2016 7:12 pm
דורך ווייל אזוי
...

נשלח: דאנערשטאג יוני 16, 2016 7:37 pm
דורך שטילע אינגערמאן
כ׳האב באקומען גרויס התרגשות פון די אלע צעטליך,
סאיז דא א ברירה אז שטילע איז א פארגאנגענהייט

Re: סאטמאר מהר"א רעדט שארף קעגן וואט'ס עפפ

נשלח: דאנערשטאג יוני 16, 2016 8:01 pm
דורך טאמבל סאס
איך האלט מיך ביי די זייטן ווי די קעפלעך שרייען ע"ש סופם. ווי דער מנהג העולם איז צושרייבן ביי זאכן וואס האבן א טבע נישט צו מקוים ווערן.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

נשלח: דאנערשטאג יוני 16, 2016 8:50 pm
דורך שמעון וואלף
שוין ווייטער וויל ער צייגן זיין חכמה מיט'ן אראפלייגן פאר זיינע בחורים פונקטליך וויאזוי וואטסעפ ארבעט. ווילסט מעורר זיין אז מ'זאל נישט זיין אנגעהאוקט מיט נישט איידעלע גרופעס? פארשטיי איך. אבער צו וואס א שווארץ יאר פעלט אויס צו מסביר זיין וויאזוי גרופס ארבעטן. ממה נפשך, דער וואס האט עס ווייסט בעסער ווי אים און דער וואס האט עס נישט, פארוואס דארף ער דאס וויסן? פארוואס קען ער נישט זאגן פשוט: ווער עס פארשטייט, פארשטייט?

נשלח: דאנערשטאג יוני 16, 2016 9:04 pm
דורך געוואלדיג
איך בין זייער נייגעריג וואס איז מער דברים שהצניעות יפה להם, ווי ראיות אסורות, ניבול פה, השחתה, זנות/עריות???

נשלח: דאנערשטאג יוני 16, 2016 10:09 pm
דורך קאצקע ציקער
דער האט א כוח wow , וויפל רעביס היינט צוטאגס זאגן עפעס און מען פאלגט זיי .פארפאלן ער איז גיט

נשלח: פרייטאג יוני 17, 2016 4:42 am
דורך שבת אחים
דער גרויליגער חצוף דער מהר״א איז דאך נאר פארנומען מיט יענעמס עבירות, זאל ער קודם שלום מאכן מיט זיין אייגענע משפחה און ער זאל אויפהערן צו פיסקיווען אויף אלע רבנים און אויף יעדעם איינעם וואס שמעקט אים נישט, נאכדעם קען מען אפשר הערן אז ער זאל איינטיילן פאר יענעם וואס צי טוהן, זיינע תאוות איז דאך רביסטיווע ריעל עסטעיט גאלדענע שטעקענס יוקאונס מיט לעלאוס און צו קאנטראלירן און קאמאנדעווען און פירן יעדעם ביי די נאז, און א צווייטענס תאוות איז וואטסאפפ! האסטו געהערט א מעשה?. ער האט פארגעסן אז די ביהמ״ק איז חרוב געווארן וועגן מחלוקות און שנאת חנם נישט וועגן קיין וואטסאפפ! ער האט שוין גענעדיגט זיך ארומקריגן מיט יעדעם איינעם און שרייען אויף קינדער אז זיי זענען ממזרים ווייל ער האט נישט געמאכט די אשר יצר אינטער די חופה???
ער איז ניטאמאל א בחינה פון פני הדור כפני הכלב, די כלבים זענען שוין מעהר מענטשליך ווי אים צוזאמען מיט זיינע ווערימיגע קינדער עפ״ל...

פון אים דארף מען זיך אפלערנען? ער איז אונזער וועגווייזער? שיין זעהן מיר אויס!

נשלח: פרייטאג יוני 17, 2016 10:24 am
דורך shem-tov
דער שבת אחים האט זיך צולאזט. איך בין נישט קיין ארוני און איך אגרי מיט עטליכע פון דיינע נקודות אבער נישט קיין חילוק ווי הויעך די ביסט צו ווי נידריג די ביסט שרייבט מען נישט
אזעלעכע לשונות של גנאי אויף א צווייטען יוד וכ"ש אויף א פובליק פלאץ וכ"ש אז ער איז א מנהיג לאלפים. דערפאר בין איך מוחה

נשלח: פרייטאג יוני 17, 2016 10:29 am
דורך קאמענטירער
איך בין נייגעריג צו פארשטיין ''על מה יצא הקצף'' איך וואלט מיך קיינמאל נישט באגעגענט מיט די פאסטערס ווען מזאל עס ווען נישט פארשפרייטען דא און אויף די גרופס. פארוואס באדערט עס איינעם? און צו איז עס ערגער ווי די גלאבאלע מלחמה וואס מהאט אונטערגענומען קעגן די אינטערנעט?

נשלח: פרייטאג יוני 17, 2016 10:49 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ליינעדנדיג די ווערטער פון ר' אהרן'ן, זעי איך אז ער רעדט גאנץ פיין. ער רעדט נישט ווילד, ער באציט זיך צום פראבלעם זעלבסט, נישט צו די אלגעמיינע זאך פון די 'טמא'נעם כלים', און זיין זאכען מאכען סענס. ער הייסט נישט פארלעשען וואטסעפפ, ער זאגט מ'זאל נישט זיין אויף די גרופע'ס און ער איז מדגיש דער בין אדם לחבירו שבו מער ווי די 'געשמאקערע זאכען'. דאס איז גאנץ פיין, מער ווי מ'וואלט פון א רבי געהאפט.

באמת זענען אלע טענות פון שבת אחים גאנץ ריכטיג. אבער דער ר' אהרן איז גארנישט אזא מנהיג. ער טוט וואס ער קען זיך אויפצובויען. אונזער געזעלשפאט לאזט איהם געוויסע רעכטען, און איינער פון זיי איז שטופען תקנות אויף זיין מענטשען. טאמער ער, דער פאליטיקאנט, זעט איין אז ס'לוינט זיך איהם צו רעדען מעסיגער און רואיגער, זיך בעיקר באציען אויף דער בין אדם לחבירו שבו און נישט ווילדעהייט אסר'ן, האלט שוין דער זאך אויף א וועג. ס'איז אוודאי ווייט פון די יוטאפיע פון בערני סאנדערס, און צו גענצליך שווייגען קומט עס נישט, אבער א טריט אינ'ם ריכטיגע ריכטונג איז עס.

נשלח: פרייטאג יוני 17, 2016 10:51 am
דורך שמעקעדיג
קאמענטירער האט געשריבן:איך בין נייגעריג צו פארשטיין ''על מה יצא הקצף'' איך וואלט מיך קיינמאל נישט באגעגענט מיט די פאסטערס ווען מזאל עס ווען נישט פארשפרייטען דא און אויף די גרופס. פארוואס באדערט עס איינעם? און צו איז עס ערגער ווי די גלאבאלע מלחמה וואס מהאט אונטערגענומען קעגן די אינטערנעט?


קודם כל, ווי זעהסטו דא קצף, סתם נייעס ווי אנדערע נייעסלעך,
אבער באמת איז טאקע יא דא א קצף מוסתרת, הלמאי מען פארלייגט זיך אויף זייטיגע זאכן. אינטערנעט האט באמת אידישקייט פראבלעמען, איך קען נאך פארשטיין די מלחמה דערקעגן, הגם נישט געפירט ריכטיג; משא"כ וואטסעפפ איז א דזשאוק אקעגן דעם אינטערנעט פראבלעם, כאטש מען קען זעהן זאכן וואס פעלט נישט אויס, ווי אויך אסאך לשה"ר ורכילות גייט ארום, אבער נישט דאס איז דער פראבלעם פונעם דור. חוץ מזה וואס בעצם דער מושג פון א איסור אויף לשה"ר און שנאת חנם איז בכלל נישט קיין אישו אין די היינטיגע חסידות'ער ווי עס איז איש את רעהו חיים בלעו, ממילא ביסטו א היפאקריט, איז אפילו לו יהא עס איז טאקע א פראבלעם, פארלייגסטו זיך אויף זייטיגע זאכן און דו טראסט נישט דעם מענטש אז ער איז בעה"ב אויף זיך אליינס. כ'בין מודה אז וואטסעפפ קען זיין פראבלעמאטיש און אדיקטיוו, און מען מעג מעורר זיין דערוועגן, אבער אז די רבי שליט"א לאזט פאלן א ווארט דערגעגן, און די בלאט רופט עס שוין מיטן "פאני" נאמען וואטסעפעטייטעס, און עס ווערט פלוצלינג די "גע'אסר'טע וואטסעפפ", איז איבערגעטריבן ווי משוגע. אלעס האט א שיעור. יעדע חודש אסר'ט מען נאך עפעס, ווי זיי אליינס שרייבן אין די פלאקאטן.

נשלח: פרייטאג יוני 17, 2016 10:52 am
דורך שמעקעדיג
ליטוואק, אפשר ר' אהרנ'ס ווערטער איז נישט געפערליך, אבער די פלאקאטן זענען שוין מער ווי איבערגעטריבן

נשלח: פרייטאג יוני 17, 2016 11:04 am
דורך קאמענטירער
שמעקעדיג האט געשריבן:
קאמענטירער האט געשריבן:איך בין נייגעריג צו פארשטיין ''על מה יצא הקצף'' איך וואלט מיך קיינמאל נישט באגעגענט מיט די פאסטערס ווען מזאל עס ווען נישט פארשפרייטען דא און אויף די גרופס. פארוואס באדערט עס איינעם? און צו איז עס ערגער ווי די גלאבאלע מלחמה וואס מהאט אונטערגענומען קעגן די אינטערנעט?

כ'בין מודה אז וואטסעפפ קען זיין פראבלעמאטיש און אדיקטיוו, און מען מעג מעורר זיין דערוועגן, אבער אז די רבי שליט"א לאזט פאלן א ווארט דערגעגן, און די בלאט רופט עס שוין מיטן "פאני" נאמען וואטסעפעטייטעס, און עס ווערט פלוצלינג די "גע'אסר'טע וואטסעפפ", איז איבערגעטריבן ווי משוגע. אלעס האט א שיעור. יעדע חודש אסר'ט מען נאך עפעס, ווי זיי אליינס שרייבן אין די פלאקאטן.

בקיצור א סך הכל
ער איז בעצם נישט ארויס אזוי ווילד זיך שיין מסביר געווען
ער האט עס נישט גאסערט בתכלית האיסור נאר די גרופס
מקען הערן אז מזאל מעורר זיין דערוועגן
נאר די בלאט און די פאוסטערס זיי נעמן די גאנצע מערכה צו א פרישע לעוועל און נעמען עס ארויס פון קאנטעסט
איך האלט שוין לאנג אז לא די וואס מנעמט אוועק די בחירה ביי אונזערע קרייזען זיך צו אויסוועלן די לבוש (איך רעד נישט פון מעזישר שטאפען ווס. ביבער לאנגע רעקל ווס. קורצע\דריי פערטיל, אאא''וו) אדער חסידות (ווייטער נישט קיין גרויסע טוישען באבוב אדער סאטמאר) מוז נעבעך די ארוני פארטיידיגען יעדע בלעטיל אין דער בלאט, וואס איין יחיד דיסייד וואס ווען און וואו און א נאך דעם קען מען גיין און סעקירען א גאנצע קהילה

נשלח: פרייטאג יוני 17, 2016 11:55 am
דורך תורה ומדע
ווער קען דען אפשלאגען דעם ארגומענט אז וואטסאפפ איז א דיסטראקציע פון אלעם וואס איז וויכטיג, און גאר א גרויסער שטער פאר יראת שמים. מיר געפעלט נאר די "ציונות" אינעם ע"ז חלק. אבער כל הכבוד פארן סטמער'ער רבין.