א מוהל מיט Parkinson's

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9698
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3445 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9136 מאל

א מוהל מיט Parkinson's

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

אין לעיקוואוד איז פארהאנען א מוהל וואס הייסט שוין יארען לאנג א מומחה נפלא. מאנכע האבען איהם פראבירט צו בארעדען ווייל ער מאכט נישט קיין פריעה, ער שניידט אפ דער עור הפריעה, מ"מ זיין קעגענער האבען געמוזט מודה זיין אז ער איז א גרויסע מומחה.
ווערענדיג אביסל עלטער, האט ער אריינגעשטעלט א זון זיינער אין די ביזנעס, אבער רוב לעיקוואוד וויל איהם נוצען. די בריסקער חסידים רעדען שטארק בשם זייער רבי זכיתויגנעלייני אז דער עיקר איז דער מומחיות און דער ערפארונג פונ'ם מוהל און געבליבען איז אז ער איז דער ראש המוהלים.
לעצטענס האט ער אנגעהויבען ציטערען אויף די הענט, ווארשיינדליך מחמת פארקינסאנ'ס. איינער האט געפרעגט אחד מגדולי המו"צים בלעיקוואוד וואס האט איהם גע'ענטפערט 'הגם ער ציטערט, מ"מ איך האב איהם באקוקט ביי א ברית און ער קען זיך איינהאלטען'. דברי חכמה ופקחות, אנשטאט'ס זאגען דער אמת "איך קען גארנישט אין די נושא, פרעג איינער וואס קען", האט ער געמוזט עפעס ענטפערען, אן די מידנעסטע מאז פאראנטווארטליכקייט פאר א אידיש קינד.
והנה את אשר יגרנו בא! שבת פרשת במדבר איז געווען א ברית אין לעיקוואוד און יענער מוהל האט געטוהן זיין ארבעט. דער שיצער האט געגליטשט, זיין הענט האבען געציטערט און א כרות שפכה איז באשאפען געווארען. מסתמא גייט מען קלערען צו מ'האט עכ"פ מקיים געווען דער מצות מילה. ונ"מ צו דער מוהל דארף צולייגען א ברכה פאר מאה ברכות ווייל ער קען זיך נישט פארלאזען אויפ'ן על המילה ווייל ס'איז א מצוה הבאה בעבירה פון ובארצכם לא תעשו, או דילמא איז דער מילה עכ"פ א מצוה ווייל געשניטען איז עס.
וכבר כתבתי במקו"א, מיר האבען נישט קיין סיסטעם פון אפ'פטר'ן א מוהל, און מיר ווייסען נישט פון א מוהל וואס האט זיך אמאל אפגעזאגט פון זיין אמט. ואלו פירותיהן

רחמנא לצלן
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא

דער אשכול פארמאגט 22 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר