בלאט 1 פון 1

א נדן פאר א חתן א טובה אדער אן עוולה?

נשלח: זונטאג יוני 19, 2016 2:26 pm
דורך תורה ומדע
אונזער טראדיציע וואס מיר האבען גע'ירש'נט פונעם פאר-די-מלחמה אידישקייט און קולטור איז אז א גוטע בחור וואס קען לערנען ווערט א חתן ביי א גביר וואס גיט איהם א נדן אדער טוט איהם אויסהאלטען אז ער זאל קענען וויטער לערנען און זיך נישט זארגען אויף פרנסה.
מיר דוכטסאך אז עס זענען דא אין דעם צדדים לכאן ולכאן, וזה החלי..
די מעלות זענען ווי פארשטייט זיך אז דער פרישער אינגערמאן מוז נישט גלייך קומען אין קאנטאקט מיט די ריעליטי פון פארדינען א ליווינג וכל הנמשך מזה. ער קען וויטער עוסק זיין בתורה וביראה. דער אינגערמאן איז סך הכל א טינעידשער אדער אין די נידריגער צוואנציגער יאהרען. אויסער די גמרא מיט ראשונים ווייסט ער נישט קיין סאך און האט זייער ווייניג לעבען עקספיריענס. איז וואס קען דען זיין בעסער פאר עם ווי ווייטער ממשיך צו זיין אין עבודת הקודש בין כותלי ביהמ"ד. די אינגע ווייבעל האט געווענטליך א דזשאב און העלפט ארויס אביסעל מיט דעם עול. דאס לעבען איז זייער פרעדיקטעבל
נאך א מעלה, פאר דער שווער, דער גביר, ער קען זיך אויפטוען מיט זיין איידעם און אפילו אריין ווארפען א דעה אדער צוויי בענין הכולל והלימודים וכדו' . ער קען נעמען א שטעלונג אין וועלכער מוסד צו שיקען די אייניקלעך, ווי צו וואיונען, וכו'
ועל כולם, דער אינגערמאן האט די אפפארטוניטי צו וואקסען א גדול בתורה אויב ער האלט דערביי.
ווען דאס וואלט געקענט ממשיך זיין לעולם ועד וואלט געווען ממש א מחי'.
דער פראבלעם אז בשעת ער זיצט אין כולל פארלירט ער גאר אסאך אין פארשידענע הינזיכטען.
ערשטענס, ער ענטוויקעלט נישט א סענס פון ריספאנסיביליטי כלפי זיין משפחה. אלעס באקומט ער גרייט אזוי ווי אין ישיבה. נאך מער, ער דעוועלאפט א סענס פון ענטייטעלמענט, אלעס קומפט איהם, אנשטאט ווערען א נותן און א משפיע בלייבט ער א מקבל אויף א גרויסער פארנעם. פון דעם איז שפעטער זייער שווער ארויס צוקריכען.
ועוד, דער כולל אדער לערנען מוסד פאדערט נישט פון איהם קיין ספייצעלער פערפארמענס חוץ פון שמירת הזמנים און זיך פארהערען אויב ער וויל, ממילא דעוועלאפט ער נישט קיין סקיללס ווי למשל שרייבען, רעדען אין פאבליק, טראכטען קריטיש, רעדען מיט מענשען וואס טראכטען אנדערש פון איהם, וכדו'.
ווער רעדט נאך פון עניני דעלמא, ער האט זייער א שוואכע השגה אין עקאנאמיקס, פינאנץ, ביזנעס, האנדעל, בענקינג, בעיסיק סייענס און ביאלאגיע פונעם קערפער וכדו'

ויהי היום און די משפחה וואקסט. מען דארף באצאהלען שכר לימוד, מארדגעדזש/רענט, בילס וכדו'. דער שווער, דער גביר, האט שוין נישט דער יכולת, דער נדן איז אויסגעגאנגען, און דער יונגערמאן טרעפט זיך אז ער לעבט אינעם אכצעטען יאהרהונדערט. ער קען נישט שרייבען, לייענען, אנאליזירען, אדער טראכטען ריכטיג אינעם שפת המדינה. קיין סקילס און הבנה אין עניני דעלמא האט ער נישט. ער האט נישט קיין אהנונג וויאזוי ממשיך צו זיין מיט דעם לייף סטייל וואס האט איהם געטראגען ביז אהער. די אידענע וואס איז אויפגעוואקסען מיט כל טוב ביים גביר קוועטשט אויפען קאפ. "מ'דארף זיין בעהב"'יש.." און ער קען נישט דעליבערען. שכ"ל קען ער נישט באצאהלען, פרנסה האט ער נישט. איהר קענט זיך שוין אליין פארשטעלען וויאזוי ער זעהט אויס ביי די דרייסיג. אדער איז ער דיפרעססט און בייז אויף דער סיסטעם. אדער לאזט ער זיך נאך און הייבט אן צו קאפפען אין יעדע דבר שבקדושה. אמאהל א יובל געלונגט עס און ער קען זיך אוועקשטעלען אויף די פיס. אבער דאס איז זייער זעלטען.
סוף דבר, די ידיעות אין תורה וואס דער אינגערמאן האט קונה געווען אין כולל העלפען איהם נישט אין די וועלט אויסער אויב ער ווערט א מלמד וואס פארדינט נישט מער פון ח"י ק"ק. אבער דער דעמעדזש איז א מעוות שאינו יכול לתקון.
אדערוויילע, איז דא אן אנדערע אינגערמאן וואס איז נישט געווען דער בעסטער אינגעל/בחור אין ישיבה און ער קען נישט אזוי פיהל לערנען, ער האט נישט באקומען קיין נדן און נישט גספענדעט קיין צייט אין כולל. אנשטאט דעם איז ער געגאנגען אין קאללעדש און איז געווארען, למשל, א CPA.
נאך א פאהר יאהר פארדינט ער שיין, ער איז קובע עיתים לתורה, ער קען אויסהאלטען זיין משפחה, באצאהלען שכ"ל, נושא ונותן זיין באמונה, געבען צדקה, ער קען אויך מחנך זיין זיינע קינדער רוהיגערהייט, זיין ווייב איז צופרידען וכו'.
קומט אויס פון דעם אז אין אונזער געזעלשאפט האט דער בינוני אינגעל/בחור מער א טשענס אנ צוגעקומען צו א שטאבילען לעבען ביי די דרייסיג ווי דער בעל כשרון און דער מתמיד.
הנשמע כזאת?

נשלח: זונטאג יוני 19, 2016 2:50 pm
דורך שמעון וואלף
אין כל חדש תחת ק"ש. די טעמע איז שוין מערערע מאל דורכגעאקערט געווארן דורך די חשובע חברים דא אבער פון די אנדערע זייט איז אין אשכול בלי חידוש און די ברענגסט זייער גוט ארויס דאס ענין.
גיבן נדן פאר א חתן קען זיין זייער גוט אויב פלאנירט מען עס פאר די לאנג ראון. איינער וואס איז א בן תורה און האט אפאר טאלער צו דער זייט קען אפשר זיך גוט אויסארבעטן דאס אויסהאלטן דעם איידעם וואס זאל זיך פאולי אריינווארפן אין תורה און אויסשטייגן. דאס קען ארבעטן ווייל די טאכטער/ווייבל איז געוואינט צו אזא לייף סטייל.
משא"כ א בעל בתישע איד וואס וויל אויסהאלטן אן איידעם אין כולל דארף זיין א רואה את הנולד אז זיין טאכטער וויל מסתמה אויך לעבן אזוי ווי זי איז אויפגעוואקסן און טאמער איר מאן וועט אפזיצן אין כולל א 5-10 יאר וועט זיין פראבלעמאטיש ווי @תורה ומדע האט אזוי שיין ארויסגעברענגט. די גלייכסטע וואלט געווען צו אויסהאלטן דעם יונגערמאן א יאר-צוויי אין כולל אין נאכדעם עסעסען די מצב און קאנסידערן צו שיקן דעם יונגערמאן זיך לערנען א פאך. די פאקט אז די שווער וועט אינטער שטיפן הילף וועט ביישטייערן צום הרחבת הדעת אין די יונגערמאן וועט ווייטער קענען זיין א האלבע טאג אין ביהמ"ד בשעת'ן זיך צוגרייטן א פרנסה קלה ונקי' און נאך אפאר יאר וועט ער זיך קענען שטעלן אליין אויף די פיס.

נשלח: זונטאג יוני 19, 2016 4:20 pm
דורך תורה ומדע
דער בראך איז אבער אז די בעלי כשרון וואס לערנען שטארק און מיט התמדה ווערען געפיהרט אין די פאלשע ריכטונג פון "לערען גוט ווייל עס וועט זיך דיר לוינען"ץ אדערוויילע וויזט זיך אויס דאס פארקערטע. דער וואס לערענט פארווע קומט אן ווייטער אין לעבען.
להבדיל אין די סעקולערערע וועלט איז פשוט אז דער בעל כשרון און דער וואס ארבעט שווער אין סקול און האט בעסערע מארקס אויף טעסטס קומט אהן ווייטער, ער ווערט אקצעפטירט אין קאללעדזשעס, באקומט סקאלערשיפס, וכדו'. ער וועט אנקומען צו א אפפער מידדל קלעסס לעבענסשטייגער מיט אללע זיינע יגיעות.
משא"כ ביי אונז ווייזט אויס דאס פארקערטע. שטעלט זיך די שאלה פארוואס זאל א פןפצען יעהריגער בחור א בעל כשרון וועלען ליגען אין לערנען ווען פאר דעם שוואכערער בחור ווארט א בעסערען צוקונפט. וואס באקומט ער דערפאר עולם הבא?