בלאט 1 פון 2

וואס איז ערגער (בעססער)?

נשלח: זונטאג יוני 19, 2016 8:29 pm
דורך 65th
אללע גייען דאס אדורך
מע רעט א שידוך
מע פרעגט זיך נאך
עס ציהט ביין הארץ
דאס איז דאך גיט
ווי לאנג דארף מען ווארטען
מע האט שוין גמאלטן די גאנצע פאמיליע להיות עתידים
מע האט ספקות
ניין אפשר נישט
אין יעמאלט הייבט אהן דער דריק
לאמיר שוין צי ברעכען טעללאר
נאך דעם ווארט ווען אללעס איז רוהיג הייבט ציך אהן די ספקות
אפשר האט מען זיך צי שנעל גיאיילט?
אפשר האט מען נישט גיזעהן גיט?
אפשר אפשר
ניין!
מע טאר נישט טראכטן אזוי
לאמיר ג'יין ווייטר
וויא טיפער מע גייט ווערט ערגער
אפשר טויג עס נישט
אבער מע האט שוין ארויס גישיקט די חתונה בריף! וואס וועלען מענשען זאגען?
מע מאכט א באווארפן אללע פריין זיך אבער מע ווייסט נישט וואס צי טוהן
נאך די חתונה נייע פראבלעמן
איך האב גיווסט אז עס טויג נישט
שוין לאמיר ווארטען א יאהר מיט צוויי קינדער...
היינט קען אללעס גישעהן
מע לאזט אף א שידוך פאר די תנאים
מע מאכט חתונה אין די חתן / כלה באקימן קאלטע פיס
חתונה אהן שבע ברכות
מע זידעלט איינר דעם צוויטען
מיין חתן איז דער בעסטע בחור אין ישיבה גיוועהן
מיין כלה האט גיהאט די בעסטע שם
וואס פארא וועלט לעבען מיר היינט?


Sent from my iPhone using Tapatalk

Re: וואס איז ערגער (בעססער)?

נשלח: מאנטאג יוני 20, 2016 12:15 pm
דורך 65th
די פראגע איז ווען מודה זיין אז מע האט גימאכט א טעות אין ארויס גייען?
טאמער דע פראבלעמען זענען קליין דאן קען מען לעבען מיט זיי אבער טאמער דער אונטערשיט איז זעהר ווייט אין די פראבלעמען זעהר גרויס לוינט ווי פריהר צי ציטיילען


Sent from my iPhone using Tapatalk

Re: וואס איז ערגער (בעססער)?

נשלח: מאנטאג יוני 20, 2016 12:30 pm
דורך 65th
סיז נישט באטאמט צי צי ברעכען א שידוך
סיז ערגער קורץ פאר די חתונה
אדער קורץ נאך די חתונה?



Sent from my iPhone using Tapatalk

נשלח: מאנטאג יוני 20, 2016 12:57 pm
דורך בת קול
מיין פערזענליכע אפיניאן- גלייך פאר די חתונה.
they haven't even tried to make it work!

אזויווי איך האב שוין פיל מאל געשריבן- Love is a choice!

נשלח: מאנטאג יוני 20, 2016 3:28 pm
דורך שבת אחים
בת קול האט געשריבן:מיין פערזענליכע אפיניאן- גלייך פאר די חתונה.
they haven't even tried to make it work!

אזויווי איך האב שוין פיל מאל געשריבן- Love is a choice!


לאוו איז א טשויס, דעס מיינט די ״אייגענע טשויס״ נישט די עלטערינס טשויס! און אז די עלטערן ווילן טוהן שיינע רבישע שידוכים ווי עס פאסט פאר זיי איז עס פיין און וויואל אבער עס דארף נאכאלץ זיין צוגעפאסט פאר די קאפל, די קינדער דארפן נישט טוהן קיין שידוך צו באפרידיגן די עלטערן זיי דארפן אליינס פילן אז דאס איז באמת וואס זיי ווילן.

איך רעדט פון אייגענע עקספירענס ליידער...

נשלח: מאנטאג יוני 20, 2016 4:35 pm
דורך בת קול
love is a choice, אפילו ווען מען ווארפט צוזאם קעיק און קיגל.
Making it work IS THEIR CHOICE!


#פוןאנדערעעקספיריענס

נשלח: מאנטאג יוני 20, 2016 4:39 pm
דורך חברהמאן
אין אינזער סאסייעטי מיינט לאוו אז מהארגט זיך נישט ארום טאג און נאכט

נשלח: מאנטאג יוני 20, 2016 4:49 pm
דורך בת קול
פארוואס, ווייל אזוי איז ביי דיר?

נשלח: מאנטאג יוני 20, 2016 4:55 pm
דורך חברהמאן
בת קול האט געשריבן:פארוואס, ווייל אזוי איז ביי דיר?


ב"ה ניין

נשלח: מאנטאג יוני 20, 2016 4:58 pm
דורך שבת אחים
בת קול האט געשריבן:love is a choice, אפילו ווען מען ווארפט צוזאם קעיק און קיגל.
Making it work IS THEIR CHOICE!
פון דיין עקספעריענס קען איך זעהן אז דו האסט עס נישט געמאכט ארבייטן...
Too bad on you.

#פוןאנדערעעקספיריענס


אנטושלדיגט דו מאכסט נישט קיין טראפ סענס, נישט יעדע קאפל קען עס מאכן ארבעטן, נישט יעדע קאפל איז די זעלבע ווי ביי דיר, יעדע פאלל איז אנדערש!, ס׳געפעלט מיר ווי דו רעדסט פאר יענעם, פון ווי ווייסטו אז איך האב נישט פראבירט? האסט רוח הקודש? איך האב פראבירט מיין בעסט, און אויסגעגעגבן שווערע צענדליגער טויזענטער דאללארן פאר פארשידנע טערעפיסטן און ס׳האט נישט געארבעט! רעדט פאר דיר אליינס ביטע! און רעדט נישט פאר יענעם! איך קען אסאך מענשטען וואס האבן פראבירט אלעס און מיט דעם אלעמען האבן זיי זיך ג׳גט און היינט איז זיי אסאך בעסער אין לעבען!
חוצפה פון דיר יענעם צי Judgen אן די מינדעסטע אינפארמאציע אויף די זאך און אן בכלל וויסן פון וועמען מ׳רעדט! א גרויסע וויליאמסבורגע חוצפה!
#אלתדיןאת חברךעדשתגיעלמקומו

נשלח: מאנטאג יוני 20, 2016 5:01 pm
דורך בת קול
.

נשלח: מאנטאג יוני 20, 2016 5:03 pm
דורך חברהמאן
בת קול האט געשריבן:יא, עס זענען אלעמאל דא מענטשן וואס קומען זיך נישט אויס מיט קיינעם.

די האסט געמאכט מיין פוינט לאוו מיינט נישט זיך אויסקימען

נשלח: מאנטאג יוני 20, 2016 5:07 pm
דורך שבת אחים
בת קול האט געשריבן:יא, עס זענען אלעמאל דא מענטשן וואס קומען זיך נישט אויס מיט קיינעם.


ממש אזוי??? פון ווי נעמסטו דעס? איך קען מענשטען ואני בתוכם וואס קומען זיך זייער גיט אויס מיט יעדעם איינעם און מיט דעם אלעמען האט זיך זייער שידוך בשום אין פנים ואופן נישט אויסגעארבעט, דו האסט מזל אז ביי דיר האט זיך אויסגארבעט, מיין נאנטע קרובה האט געהאט א מאן וואס האט איר עביויזט און געשלאגן (אפילו ווען זי איז געוועהן א קימפעטארין-א וואך נאכן האבן די בעיבי!) און זי האט פראבירט צו לעבן מיט אים פאר אפאר יאהר און זיי זענען געגאנגען צו טעראפי און צום סוף האט איר יעדער גע׳עצהט זיך צו גט׳ן.

איך גיי מיך נישט טעהנ׳ן מיט איינעם ווי דו וואס איז בכלל נישט ראצינאל און רעדט נאר פון אייגענע עקספירענס.

נשלח: מאנטאג יוני 20, 2016 5:26 pm
דורך שבת אחים
בת קול, דו בעסיקלי זאגסט אז יעדע צוויי מענטשען און יעדע מערידטש נישט קיין חילוק ווי אפגערוקט די צוויי מענטשען זענען און נישט קיין חילוק אויב איינער איז מענטעלי קראנק קען זיך עס אויסארבעטן??? און דיין גרעסטע ראי׳ איז אז ביי דיר האט זיך עס געארבעט? און ווילסט נישט הערן אז ביי טויזענטער אנדערע פעללער אפילו מ׳האט אלעס פראבירט האט עס דאך נישט געארבעט! דעס איז זייער פאנאטיש און זייער סובזשעקטיוו, איך קען גענוג און נאך מענטשען וואס האבן זיך ג׳גט און נאכאמל חתונה געהאט מיט א צווייטן און זיי זענען זייער צופרידן! אנטושלדיגט דו רעדסט ווי א קליין קינד!

נשלח: מאנטאג יוני 20, 2016 5:52 pm
דורך שבת אחים
אן עי סייד נאוט
מ׳פארציילט אז א איד איז אמאל אריין צום קלויזענבורגער רב זצ״ל און אים געזאגט אז ער איז זייער צובראכן, ער איז שוין חתונה געהאט פאר צוואנציג יאהר און ער קומט זיך נאכאלץ נישט אויס מיט זיין ווייב, האט די קלויזענבורגער רב זיך אנגערופן ״ווער קומט זיך דען אויס מיט די ווייב נאכן זיין צוואנציג יאהר חתונה געהאט״???

נשלח: מאנטאג יוני 20, 2016 6:00 pm
דורך וואלווי
שבת אחים האט געשריבן:אן עי סייד נאוט
מ׳פארציילט אז א איד איז אמאל אריין צום קלויזענבורגער רב זצ״ל און אים געזאגט אז ער איז זייער צובראכן, ער איז שוין חתונה געהאט פאר צוואנציג יאהר און ער קומט זיך נאכאלץ נישט אויס מיט זיין ווייב, האט די קלויזענבורגער רב זיך אנגערופן ״ווער קומט זיך דען אויס מיט די ווייב נאכן זיין צוואנציג יאהר חתונה געהאט״???


במחילת כבודו....

דאס דארף צו זיין א נארמאלער תירוץ פאר א צובראכענער יוד?

און את"ל אז יא, איז עס בכלל אמת? חוץ און זעלטענע פאלן וואס עס איז א מצוה זיך צי גט'ן איז געווענליך פונקט פארקערט און מ'קומט זיך בעסער אויס מיט די יארן.

נשלח: מאנטאג יוני 20, 2016 6:04 pm
דורך בת קול
שבת אחים האט געשריבן:
בת קול האט געשריבן:מיין פערזענליכע אפיניאן- גלייך פאר די חתונה.
they haven't even tried to make it work!

אזויווי איך האב שוין פיל מאל געשריבן- Love is a choice!


לאוו איז א טשויס, דעס מיינט די ״אייגענע טשויס״ נישט די עלטערינס טשויס! און אז די עלטערן ווילן טוהן שיינע רבישע שידוכים ווי עס פאסט פאר זיי איז עס פיין און וויואל אבער עס דארף נאכאלץ זיין צוגעפאסט פאר די קאפל, די קינדער דארפן נישט טוהן קיין שידוך צו באפרידיגן די עלטערן זיי דארפן אליינס פילן אז דאס איז באמת וואס זיי ווילן.

איך רעדט פון אייגענע עקספירענס ליידער...


אוודאי דארף מען פרובירן עס זאל זיין ווי מער פאסיג. אבער איינס- אפילו עס איז נישט אזוי, נעמט עס נישט אוועק פון די פעקט אז לאוו איז בחירה.
די צווייטע זאך איז, אז זיי קענען עס דאך מאכן ארבייטן.
די דריטע זאך- ווען איך רעד פון מאכן ארבייטן קיגל מעט קעיק, האב איך נישט גערעדט פון דיספאנקשאנעל מענטשן.
פיר- עס קען זיין לאוו אין א מערידש וואס ארבייט נישט. גראדע זענען אויך דא מערידשעס וואס ארבייטן אן לאוו, וואס עס וואלט נישט געשאט זיי זאלן דאס טוישן. דאס מיינט נאך נישט, אז אויב מען קריגט זיך נישט רופט מען עס ביי אונז לאוו.
5- א מענטש וואס קומט זיך נישט אויס מיט קיינעם, פארשטייט נישט אזא זאך ווי מאכן ארבייטן, אדער ליב האבן איינעם, וואס וועט זיך נישט צושטעלן צו זיינע חלומות.
עניוועי, דו האסט מיר נישט געזאגט פארוואס לאוו איז נישט א טשויס.

Re: וואס איז ערגער (בעססער)?

נשלח: מאנטאג יוני 20, 2016 6:04 pm
דורך קל וחומר
אמת איז עס נישט, אבער א גוטע תירוץ פאר א צובראכן יוד (וואס גייט זיך מסתמא ממילא נישט גט'ן) איז עס.
צרת רבים חצי נחמה איז א פסיכאלוגישע זאך, ס'ברויך נישט זיין אמת.

נשלח: מאנטאג יוני 20, 2016 6:30 pm
דורך שבת אחים
בת קול, פון ווי נעמסטו אז לאוו איז א בחירה? בכלל נישט!

דו זאגסט אז איך זאג פארקערט פון יעדעם איינעם, כ׳מיין אז דאס מאל זאגסטו פארקערט פון א יעדעם איינעם, נישט איך, לערן דיך אויס יעדע פאלל איז אנדערש, האק נישט קיין טשייניק- לאוו איז אבסולאטלי נישט קיין בחירה! ס׳דארף זיין א נאטרליכע chemistry און מ׳קען נישט צווינגן איינעם ליב צו האבן א זאך וואס ער האט נישט ליב, דעס איז פשוטע א״ב! גארנישט קיין טיפע פאלעסאפי.

נשלח: מאנטאג יוני 20, 2016 6:38 pm
דורך וואלווי
קל וחומר האט געשריבן:אמת איז עס נישט, אבער א גוטע תירוץ פאר א צובראכן יוד (וואס גייט זיך מסתמא ממילא נישט גט'ן) איז עס.
צרת רבים חצי נחמה איז א פסיכאלוגישע זאך, ס'ברויך נישט זיין אמת.


אז ער האט עס געזאגט בדרך צחות אויף צו לעבען די מצב איז גוט.

די זעלבע איז מיט צרת רבים חצי נחמה. אויף א צייטווייליגע האלבע נחמה איז עס גוט.

אבער קיין האלבע ישועה איז עס זיכער נישט.

נשלח: מאנטאג יוני 20, 2016 6:44 pm
דורך שבת אחים
מאמע קול, דו מאכסט אסאך הנחות אן קיין פאקטן, למשל דעס וואס דו זאגסט אז איך זאג קעגן יעדעם איינעם און איך בין עפעס א איפכא מסתברא׳ניק, מיינסטו אוואדי צוזאגן אז איך האב אייגענע מיינונגען און איך פאל נישט אריין אין קיין Group thinking?

ס׳ווענדט זיך פון וועלכע פראספעקטיוו דו קוקסט אויב קוקסטו ארויס פון דיין שמאלע לאך בין איך טאקע פארקערט פון יעדעם איינעם, אבער אויב קוקט מען פון א אנדערע angle דעמאלסט קומט אויס אז דו זאגסט פארקערט פון די גאנצע וועלט. יעצט איך מאך מיט דיר א דיעל זאג מיר איין זאך וואס איך זאג פארקערט פון יעדעם איינעם, און פאר יעדע זאך וואס איך האלט פארקערט פון יעדעם איינעם וועל איך דיר געבן צוויי זאכן וואס דו (מיט דיין גאנצע סביבה) זאגן פארקערט פון א יעדעם איינעם.

געדענק! יעדעם איינעם מיינט די מעינסטרים-גאס! און פון מעינסטרים ביסטו אסאך אסאך מעהר אפגערוקט פון א יעדעם איינעם ווי איך...

דו קומסט מיר פאר ווי א אמיש וואס מאכן חוזק פון די מענטשען וואס האבן וואש-מאשינס און פארן מיט א קאר!

נשלח: מאנטאג יוני 20, 2016 6:56 pm
דורך שבת אחים
בת קול, איך גיי דיר יעצט זאגן מוסר, חז״ל זאגן מכל מלמדי השכלתי, און איזה חכם הלומד מכל אדם איז אלזא וויל איך דיר זאגן אז פון מיין קוק ווינקל דארפסטו נאך אסאך ארבעטן אויף דיינע מידות! בעיקר וויאזוי יענעם צו Judgen! די וויליאמסבורגע חסידישע מענטאלעטי ליגט דיר נאך טיף באגראבן אין דיין געוויסן, לערן אביסל וואס חז״ל זאגן אין מס׳ אבות זאגן ׳אל תדין את חבריך עד שתגיע למקומו׳ און מאך א גדר נישט צו Judgen קיין מענטשען פאר דו קענסט נישט די מעשה אדורך און אדורך פון ביידע זייטן, און אז ביי דיר האט זיך דיין מערידזש אויסגעארבעט פיין מיינט נאכנישט אז ביי יענעם איז די זעלבע מעשה, הער אויף ארויסצוקוקן אויף די וועלט פון דיין פראספעקטיוו.

נשלח: מאנטאג יוני 20, 2016 7:37 pm
דורך בת קול
לויט ווי איך פארשטיי, וועלסטו זיך ווען עס קומט צו חז״ל.
איז פונקט ווי איך דיסריגארד עס דאן, וועל איך דא טון דאס זעלביגע.
(אויסער דעם וואס דו דשאדשסט מיר- ווייל וואס האב איך מיט ווילי איינגעשטויסן?)