הארטע בושות
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1358
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
- האט שוין געלייקט: 915 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל
הארטע בושות
איך האב היינט מיטגעמאכט עפעס אזעכע בושות אז איך פיל זיך כקטן שנולד, און איך מיין אז רוב פון מיינע חטאות נעורים זענען באצאלט געווארן,
ובזה החלי,
יעצט און די הייסע זומער טעג האב איך אזא הנהגה טובה אז איך גיי און שואער פארן גיין שלאפן, נאך א טאג פון ארום שוויצן אויפן גאס מיז איך זיך אויפרישן אביסעל, איך קען זיך נישט גיין לייגן ווי א חזר און בעט, געווענטליך ליגט דעם שמוץ וועש קארב הארט נעבן די וואנע, אזוי אז ווען איך טוה זיך אויס די בגדים גייט עס גלייך אריין אינעם לאנדרי בעסקעט. היינט אינדעפרי בין איך שטייצעך געגאנגן און מקווה, זעט אויס אז איך בין געווען זייער פאטראכט, און נישט כאפענדיג הייב איך אן אזוי אראפצושיילן מיינע וועש פון מיין קלעבעדיגן גוף און איך ווארף עס געמיטלעך גראד אינעם האנטעך בעסקעט וואס איז געשטאנען נעבן מיר, די העמד די הויזן און ווייטער אראפ, שוין, איך גיי מיר פרייליכערהייט און שאוער איך זינג זיך אונטער דער מינסקער ניגון, און איך הייב אן צו מאכן מיינע טעגליכע פלענער אונטערן שטראם פונעם שאוער, אההה.. פיין קאלט געווען, ויהי אחרי המבול, איך קום ארויס פון שאוער איך שפאן דערפרישטערהייט צוריק צו מיין פלאץ און איך וויל זיך אנטוהן, איך קוק איינמאל און נאכאמאל, און קיין זכר פון מיינע וועש איז נישט דא, חוץ מיין היט און רעקל און שיך איז גארנישט דא, וואס טוט מען? ווי זענען מיינע בגדים אהין געקומען? ווער האט זיך פארגליסט און א ר"ת גאטיע? ס'נעמט נישט לאנג און איך זעה מיין חבר שטיין ווי אדם פארן חטא ביים וואש מאשין און דערווערגט זיך פאר געלעכטער, הערט א מעשה, ווינאר מיינע וועש זענען אריין אינעם בעסקעט האבן נאך אפאר יודן אריינגעווארפן זייערע האנטיכער אונעם בעסקעט און דער גוי וואס טוט זיין ארבעט בנאמנות ווייסט נישט פון קיין צרות צו זאגן, ער כאפט אן דעם קארב און שיט עס אריין אונעם וואש מאשין, ווייזט מיר דער יונגערמאן ווי מיין גאטשע דרייט זיך דארט געמיטלעך, קיין צוויי ברירות האב איך נישט געהאט, איך האב אים געהייסן ברענגן דעם לוח הציבור מיטן קול ברמה איך האב זיך אריינגעזעצט און בור, עטס קענטס מיר פארהערן אלע נייעסל'ך אויף איין פוס מיט אלע דירות וואס איז דא און בארא פארק צו פארדינגען..
א גוטן טאג,!

- פליקער
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1692
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
- האט שוין געלייקט: 1056 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל
בכלל נישט קיין גרויסע בושה ווען דו האסט געוויסט ווי די וועש ווירבלען
און מיינע צייטן פלעיג דעס זיין טאג טעגלעך ווען איינער האט פוגם געווען במחשבה קעגען רבין
נישט און קיין וועש מאשינען נאר מען האט דערמיט אפגעטראגן פארקיפס.

Stay away from negative people
they have a problem for every solution
they have a problem for every solution
קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
- ירח בן יומו
- ידיד ותיק
- הודעות: 792
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 11:15 pm
- האט שוין געלייקט: 834 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 700 מאל
- קאצקע ציקער
- חבר ותיק
- הודעות: 2203
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
- האט שוין געלייקט: 1052 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל
- ציבעלע-קיגל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1120
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 29, 2012 8:24 am
- האט שוין געלייקט: 539 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 899 מאל
סמבטיון האט געשריבן:איינמאל בין איך געווען ביי מיין באבע און איך האב זיך נישט געקענט איינהאלטן און כהאב בטעות א קוק געטאהן אויפן בילד פונעם כותל, ווער האט געגלייבט אז איך וועל נאך באצאלן פאר דעם זינד אויף דעי וועלט..
איך האב אמאהל געהערט ווי צוויי אלטע איד'ן שמועס'ן און איינער פרעגט דעם אנדער'ן...
ווער האט געבויעט דעם וואנט וואס האט אזוי מצער געוועהן ראבייני האקאדעש?
אויב דו ווילסט אז מען זאהל אלעמאהל זאגען אז דו ביזט א ליגנער...
זאלסטו אלעמאהל זאגען נאר דער אמת...
דער אמת שטעכט!
זאלסטו אלעמאהל זאגען נאר דער אמת...
דער אמת שטעכט!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
אברך משי האט געשריבן:ווען סוואלט געווען אמת וואלט איך געלאכט
און אויב איך מעג פרעגן פארוואס האט איר חטאת נעורים
ווידעראום אויב זענט איר אמאל נתפס געווארן אין א מחשבהלע ציונות אין די יונגע יארן, קומט זיך אייך טאקע דער עונש
אברך משי: נחום ראזנבערג וואלט שוין געזאגט אז ער זאלל גיין צו הרב ישראל מ. סופר פאר א תיקון אויף די הירהורי ציונות וואס ער האט געהאט אלס בחור. נאר די פרטים קענמען נישט ארויסשרייבן אפילו אין מאחורי...
![לאכט :lol:](./images/smilies/icon_lol.gif)
![מגלגל עיניים :roll:](./images/smilies/icon_rolleyes.gif)
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
פליקער האט געשריבן:בכלל נישט קיין גרויסע בושה ווען דו האסט געוויסט ווי די וועש ווירבלען
און מיינע צייטן פלעיג דעס זיין טאג טעגלעך ווען איינער האט פוגם געווען במחשבה קעגען רבין
נישט און קיין וועש מאשינען נאר מען האט דערמיט אפגעטראגן פארקיפס.
פליקער: ביי יענעם איז עס געווען א מחשבה. אן אפשר אויך א דיבור. אבער ביי די וועלכע זענען געשטאנען על המשמר איז עס געווען למעשה/במעשה...!
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 116
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 19, 2021 5:24 pm
- האט שוין געלייקט: 35 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 249 מאל
גלייך נאך מיין חתונה האט מיין שוויגער שיינערהייט צוגעגרייט נאכטמאהל פאר די יאנג קאפל און אויך געלייגט א טעלער מיט איזרעלי פיקל,
אין די זייט זיצט מיין שוועגערין, א יאהר אינגער פון מיין ווייב, און בשעת איך האב אריינגעביסן אינעם פיקל האט עס געגעבן א שפריץ (כידוע אסאך איזרעלי פיקלס האבן מער דזשוס ווי אנדערע) אויף מיין שוועגערין אין פנים,
זי האט געגעבן א שריי, איוו הו דיד דיז? זי האט געמיינט אז איהר ברודער וואס איז געזעצן דערביי האט איהר געוואלט טשעפענען, אבער ווען זי האט געכאפט אז ס'איז מיר געווען זענען מיר אלע געווארן רויט און איך האב זיך געוואלט באגראבן פאר בושה,
ביז היינט יאהרן שפעטער, זי האט שוין חתונה געהאט און האט קינדער ב"ה, אבער ווען מיר זיצן ביי א טיש און מען לייגט איזרעלי פיקלס קומט א געשמאקער שוואגער און דערמאנט פון די מעשה גענוג מיר צו טוישן אביסל די קאליר פון פנים,
א מעשה שהיה מיט מיר, קיין שום פרטים געטוישט.

- היימישער באניצער
- הודעות: 462
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 14, 2020 5:25 pm
- האט שוין געלייקט: 314 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 279 מאל
בענבען האט געשריבן:גלייך נאך מיין חתונה האט מיין שוויגער שיינערהייט צוגעגרייט נאכטמאהל פאר די יאנג קאפל און אויך געלייגט א טעלער מיט איזרעלי פיקל,
אין די זייט זיצט מיין שוועגערין, א יאהר אינגער פון מיין ווייב, און בשעת איך האב אריינגעביסן אינעם פיקל האט עס געגעבן א שפריץ (כידוע אסאך איזרעלי פיקלס האבן מער דזשוס ווי אנדערע) אויף מיין שוועגערין אין פנים,
זי האט געגעבן א שריי, איוו הו דיד דיז? זי האט געמיינט אז איהר ברודער וואס איז געזעצן דערביי האט איהר געוואלט טשעפענען, אבער ווען זי האט געכאפט אז ס'איז מיר געווען זענען מיר אלע געווארן רויט און איך האב זיך געוואלט באגראבן פאר בושה,
ביז היינט יאהרן שפעטער, זי האט שוין חתונה געהאט און האט קינדער ב"ה, אבער ווען מיר זיצן ביי א טיש און מען לייגט איזרעלי פיקלס קומט א געשמאקער שוואגער און דערמאנט פון די מעשה גענוג מיר צו טוישן אביסל די קאליר פון פנים,
א מעשה שהיה מיט מיר, קיין שום פרטים געטוישט.
פארדעם פירט מען זיך ביי אונז אין שטיב אז די נשים עסען אין קיך
יש ענין שנתהפך הכל לטובה , ריווייער יור ברעין ענד אלל וויל change.
- פאלאצ'ינטא
- היימישער באניצער
- הודעות: 557
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 10:00 am
- האט שוין געלייקט: 432 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1820 מאל
סמבטיון האט געשריבן: היינט אינדעפרי בין איך שטייצעך געגאנגן און מקווה, זעט אויס אז איך בין געווען זייער פאטראכט, און נישט כאפענדיג הייב איך אן אזוי אראפצושיילן מיינע וועש פון מיין קלעבעדיגן גוף און איך ווארף עס געמיטלעך גראד אינעם האנטעך בעסקעט וואס איז געשטאנען נעבן מיר, די העמד די הויזן און ווייטער אראפ, שוין, איך גיי מיר פרייליכערהייט און שאוער איך זינג זיך אונטער דער מינסקער ניגון, און איך הייב אן צו מאכן מיינע טעגליכע פלענער אונטערן שטראם פונעם שאוער, אההה.. פיין קאלט געווען, ויהי אחרי המבול, איך קום ארויס פון שאוער איך שפאן דערפרישטערהייט צוריק צו מיין פלאץ און איך וויל זיך אנטוהן, איך קוק איינמאל און נאכאמאל, און קיין זכר פון מיינע וועש איז נישט דא, חוץ מיין היט און רעקל און שיך איז גארנישט דא, וואס טוט מען? ווי זענען מיינע בגדים אהין געקומען? ווער האט זיך פארגליסט און א ר"ת גאטיע? ס'נעמט נישט לאנג און איך זעה מיין חבר שטיין ווי אדם פארן חטא ביים וואש מאשין און דערווערגט זיך פאר געלעכטער, הערט א מעשה, ווינאר מיינע וועש זענען אריין אינעם בעסקעט האבן נאך אפאר יודן אריינגעווארפן זייערע האנטיכער אונעם בעסקעט און דער גוי וואס טוט זיין ארבעט בנאמנות ווייסט נישט פון קיין צרות צו זאגן, ער כאפט אן דעם קארב און שיט עס אריין אונעם וואש מאשין
עס איז נישט קיין שלעכטע פלאן. לאמיר זעהן וועלכע מקוה גייט זיך צוכאפען צו דעם דער ערשטער.
נעמען א שויער... זיך ווייקען אין וואסער... און בשעת מעשה וואשט מען אויס די וועש
אוי באשעפער! טאטע זיסע! עד מתי?
צו זיין נארמאל... דארף מען זיין גוט משוגע!

- שעפטאל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 889
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
- געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
- האט שוין געלייקט: 7215 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל
וויפיל בושות קאסט דעם שמעק טאביק
דעם פרייטאג צו נאכט'ס האט די גאנצע ביהמ"ד ואני בתוכם געוואר געווארן אז שעפטאל האט גאר א הויכע קוויטשעדיגע קול.
ביי לכה דודי האט זיך מיך פארשמעקט דעם מינט שמעק
ביים אויבן אהן איז דא א חשובע'ר איד מיט א שטענדער פיהל מיט כל ערליי מינע טבק פלעיווער'ס
כ'גיי צו שטילערהייט, ער זעהט ווי איך קוק אויף די טבק, ער רוקט זיך גערן אוועק פאר מיך
כ'פיהל אהן דעם שפיץ פון מיין פינגער מיט אזא בערגל
כ'שטאפ צו די רעכטע נאז לאך, מ'לייגט דעם פינגער צום לינקען לאך, און מ'ליידיגט אפ דעם פינגער
אויף די לינקע זייט אינמיטן פון מיין קאפ שפירט זיך אזא כמו ברעין פריז. ס'רייסט אויף די צינורות ווי א דיינעמייט
די לינקע אויג הייבט אהן ווערט רויט און פארטרערט
די רעכטע זייט שטייט ראוג כאילו לא היה
די גאנצע לינקע זייט טוהט וויי, ס'וועגט, ס'שווימט
די בעל תפילה ענדיגט צו זינגען פני שבת נקבלה
און דעם באקאנטען טבק-נאך-ברכה קומט צו גיין. אבער נישט ווי געראכטן!! האפּטשארררר [האפּטשאררר'רינט] הילכגט אפ!!! ס'דינער'ט מיט אזא שכוחו וגבורתו אז כ'האב געמיינט די אויגן מיינע האבן ארויסגעפלויגן פון מיינע נאז לעכער
פארוואס קוקט יעדער?!!!!!!!!!!!!
וואס איז אזוי שיין פון מיין ברוינע טבק-נאז-בארד-בעקיטשע?!!!!!
אפי' די בעל תפילה האט זיך ארומגעדרייט און געבליבען פארקלאצט אויף מיך, די ביהמ"ד איז שא שטיל. יעדער ק-ו-ק-ט.
הייבט'ס שוין אהן זינגען התנערי פאר א גוט יאהר!!!
ביי לכה דודי האט זיך מיך פארשמעקט דעם מינט שמעק
ביים אויבן אהן איז דא א חשובע'ר איד מיט א שטענדער פיהל מיט כל ערליי מינע טבק פלעיווער'ס
כ'גיי צו שטילערהייט, ער זעהט ווי איך קוק אויף די טבק, ער רוקט זיך גערן אוועק פאר מיך
כ'פיהל אהן דעם שפיץ פון מיין פינגער מיט אזא בערגל
כ'שטאפ צו די רעכטע נאז לאך, מ'לייגט דעם פינגער צום לינקען לאך, און מ'ליידיגט אפ דעם פינגער
אויף די לינקע זייט אינמיטן פון מיין קאפ שפירט זיך אזא כמו ברעין פריז. ס'רייסט אויף די צינורות ווי א דיינעמייט
די לינקע אויג הייבט אהן ווערט רויט און פארטרערט
די רעכטע זייט שטייט ראוג כאילו לא היה
די גאנצע לינקע זייט טוהט וויי, ס'וועגט, ס'שווימט
די בעל תפילה ענדיגט צו זינגען פני שבת נקבלה
און דעם באקאנטען טבק-נאך-ברכה קומט צו גיין. אבער נישט ווי געראכטן!! האפּטשארררר [האפּטשאררר'רינט] הילכגט אפ!!! ס'דינער'ט מיט אזא שכוחו וגבורתו אז כ'האב געמיינט די אויגן מיינע האבן ארויסגעפלויגן פון מיינע נאז לעכער
פארוואס קוקט יעדער?!!!!!!!!!!!!
וואס איז אזוי שיין פון מיין ברוינע טבק-נאז-בארד-בעקיטשע?!!!!!
אפי' די בעל תפילה האט זיך ארומגעדרייט און געבליבען פארקלאצט אויף מיך, די ביהמ"ד איז שא שטיל. יעדער ק-ו-ק-ט.
הייבט'ס שוין אהן זינגען התנערי פאר א גוט יאהר!!!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
שפעטאל: ווען איך נעם טאביק אלס גמילת חסד פאר דעם טאביק טיילער, לייג איך אריין דעם פינגער אין די פושקעלע און איך לייג עס צו צום נאז. איך לאז ארויס אזעלכע קולות ווי אההה... זיער א גוטער טאביק. פון וואו האסטו עס פארשאפט? ער הייבט אן פארציילן א גאנצע מגילה. און די גאנצע השתלשלות וויאזוי ער האט געפינען דעם "גוטן" טאביק...!
איך האב אפילו נישט געגעבן קיין (עכטן) שמעק...!
איך האב אפילו נישט געגעבן קיין (עכטן) שמעק...!
- שעפטאל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 889
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
- געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
- האט שוין געלייקט: 7215 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל
זיידי לאזט זיך נישט נערן...berlbalaguleh האט געשריבן:שפעטאל: ווען איך נעם טאביק אלס גמילת חסד פאר דעם טאביק טיילער, לייג איך אריין דעם פינגער אין די פושקעלע און איך לייג עס צו צום נאז. איך לאז ארויס אזעלכע קולות ווי אההה... זיער א גוטער טאביק. פון וואו האסטו עס פארשאפט? ער הייבט אן פארציילן א גאנצע מגילה. און די גאנצע השתלשלות וויאזוי ער האט געפינען דעם "גוטן" טאביק...!
איך האב אפילו נישט געגעבן קיין (עכטן) שמעק...!
אמאל געוועהן אין אונזער ביהמ"ד א ארץ ישראל'דיגע גאסט [זיין נאמען איז מיכאל רפאל אוריאל גבריאל. יא נישט קיין וויץ]. ער האט געשטעלט לחיים נאכן דאווענען. ער האט געהאט א תאוה צו מכבד זיין מענטשען מיט גאר שארפע האלעפינא'ס.
ער האט מיך מכבד געוועהן. בשעת די גהנום איז אין מיין מויל האט ער מיך געהייסן אריינצואטעמען טיעף. כ'ווייס נישט פונקטלך ווי אזוי ס'געשעהט אבער גלייך דערנאך הייבט מען אהן צו שלוקעצען. ער האלט זיין פאין גרייט און נעמט א ווידיא ווי יענער היקאפצט בשעת ער לאכט אריין ווי ארי סאמעט...
כהאב שנעל געכאפט א קאפ סעלצער. הייבט ער אהן צו שרייען נאַ ס'מאכט ערגער...
ווייסט איינער פון אזא פארשוין? ער לעבט נאך? ער טוהט עס נאך?
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 67
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 04, 2023 2:20 pm
- האט שוין געלייקט: 143 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 141 מאל