בלאט 1 פון 1

רעסעפיס

נשלח: דינסטאג יולי 10, 2012 8:12 pm
דורך זר זהב
איך וויל וויסן די רעסיפי פון די טאהש'ע פצעי

נשלח: מיטוואך יולי 11, 2012 1:53 pm
דורך שלמה המלך
זר זהב האט געשריבן:איך וויל וויסן די רעסיפי פון די טאהש'ע פצעי

די זאפט איז פון די טשאלענט, און די געלעכעל פון א הארטע איי צישטיקעלט מיט לעמען זאפט.....
אריינגיסען אין א טעלער מיט א פיסל פון א הינדל (לכאורה ווייל עס איז א מאנגעל דארט פון קעלבער פיסלעך)

נשלח: מיטוואך יולי 11, 2012 2:05 pm
דורך שמואל הלוי
שלמה המלך האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:איך וויל וויסן די רעסיפי פון די טאהש'ע פצעי

די זאפט איז פון די טשאלענט, און די געלעכעל פון א הארטע איי צישטיקעלט מיט לעמען זאפט.....
אריינגיסען אין א טעלער מיט א פיסל פון א הינדל (לכאורה ווייל עס איז א מאנגעל דארט פון קעלבער פיסלעך)

ס'איז גענוי די זעלבע רעסעפי ווי די קרעטשניפע פצעי.

נשלח: מיטוואך יולי 11, 2012 2:10 pm
דורך קרעקער
אין וויזוי מאכט מען קאטשענע?
אוך רעד פין די פאגליווערטע טאנצענדיגע

נשלח: מיטוואך יולי 11, 2012 2:11 pm
דורך שלמה המלך
שמואל הלוי האט געשריבן:
שלמה המלך האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:איך וויל וויסן די רעסיפי פון די טאהש'ע פצעי

די זאפט איז פון די טשאלענט, און די געלעכעל פון א הארטע איי צישטיקעלט מיט לעמען זאפט.....
אריינגיסען אין א טעלער מיט א פיסל פון א הינדל (לכאורה ווייל עס איז א מאנגעל דארט פון קעלבער פיסלעך)

ס'איז גענוי די זעלבע רעסעפי ווי די קרעטשניפע פצעי.

ניין! קודם כל די טעם פון ביידע איז גאר אנדערש..... די קרעטשניפע פעצעי איז געמאכט מיט אסאך מער איינצעלהייטן דהיינו מ'קאכט עקסטער די פעטענס פון די ביינער ספעציעל פאר די פעצעי משא"כ די טאהש'ע נעמט מען רעדי פון די טשאלענט, דערנאך די קנאבל אריינמישען איז אין די קרעטשניפע א גאנצע עבודה... עכ"פ די מויל וואסערט מיר נאר צי דערמאנען דערוועגען.....

נשלח: מיטוואך יולי 11, 2012 3:22 pm
דורך שמואל הלוי
יא יא ביסט גערעכט, אין די קרעטשניפע פצעי קומט אריינגעמישט א שיין ביסל קנאבל.

נשלח: מיטוואך יולי 11, 2012 3:28 pm
דורך זר זהב
קרעקער האט געשריבן:אין וויזוי מאכט מען קאטשענע?
אוך רעד פין די פאגליווערטע טאנצענדיגע

דו רעדסט פון גאלא

נשלח: מיטוואך יולי 11, 2012 7:40 pm
דורך שלמה המלך
שמואל הלוי האט געשריבן:יא יא ביסט גערעכט, אין די קרעטשניפע פצעי קומט אריינגעמישט א שיין ביסל קנאבל.

האסט געשמעקט מיין מויל יעצט אדער דיינע חבירים האבען דיר גאזאגט נאכדעם וואס האסט געגעסן שיריים? :? :? :?

נשלח: מיטוואך יולי 11, 2012 8:42 pm
דורך שמואל הלוי
שמעקן א קעניג'ס מויל? פאסט נישט...

נשלח: מיטוואך יולי 11, 2012 8:52 pm
דורך זר זהב
וואו קאכט זיך די טשיקן פיסלעך פונעם טאשער פצעי?

נשלח: מיטוואך יולי 11, 2012 8:56 pm
דורך [NAMELESS]
אה, פיסלעך, גאלערעטא, פצעי
עם ישראל חי וקיים!

נשלח: מיטוואך יולי 11, 2012 9:12 pm
דורך קרעקער
אויב קענ איינער אראפברענגען די פינקליכע רעצעפי פינעם היילגען ר' בעריש ספינקערס יאפטשיק זאל זוכה זיין צי זיצען לעבען עם אין גן עדן
אזוי פיל וייס אוך אז ער פלעגט קודם אויפקאכן די רינדער פלייש פאר לאנגע שאען אין דערנאך עס אריינגעלייגט אינעם פאטעטא קיגעל
דאסיז דאך עפעס אזוי רינעדיג אין הימליש גיט אז מקען באסטען פאר קדושת שבת קודש וען מעסט עס

נשלח: מיטוואך יולי 11, 2012 9:15 pm
דורך זר זהב
אההה איר רעדט פונעם צדיק רבי בעריש זצ"ל! דערמאנסטע מיר פון די שמחת תורה האלאפצעס וואס די רביצין זיינע ע"ה האט געמאכט. געוואלד און געשריגן וואו נעמט מען אזאנע האלאפצעס. איינס אין די וועלט געווען.

נשלח: דאנערשטאג יולי 12, 2012 12:47 am
דורך געפילטע פיש
קרעקער האט געשריבן:אין וויזוי מאכט מען קאטשענע?
אוך רעד פין די פאגליווערטע טאנצענדיגע

בעט ביים פיש סוחר ער זאל דיר געבן פייק סקין, קאך דאס מיט די פיש, דערנאך לייג די זאפט אין א קאנטעינער גראד אין פרידזש אריין.

נשלח: פרייטאג מאי 10, 2013 4:33 pm
דורך געפילטע פיש
אן רעצעפט פון יוטע יאכנעוויטץ'ס קאך פראגראם, ווי אזוי צו מאכן וועגיטארישע געפילטע פיש!

דאס אידיש הארץ גלוסט זיך צו וועגעטאריש געפילטע פיש.

מ'קען נוצן צו דעם צוגענבערדל, אדער קאליפיור מיט פאסטערנאק (נישט פעטרישקע, פאסטערנאק)
דריי פערטל טעפל וועלשענער נוס אפגעבאקן אביסל ברוינליך
דריי פערטל טעפל מצה מעהל, געמישט ראזעווע מיט סתם
דריי אייער
זאלץ
פעפער
און דא ליגט די הונט באגראבן = צוקער און שווארצע פעפער צוזאמען

אפגעמאלענע ציבעלע אין שפייז מאשין
לייגט צו די נוסלאך
ארומשאטן אביסל
איצטערט די קאליפיאר אונד פאסטערנאק אדער ציגענבערדל
אט גיי איך שלאגן דריי אייער
אביסל פאפריגע לויט אייער געשמאק
מישט מיט א סלאפאטקעלע אדער נוצט די הענט, אונזערע באבעס האבן תמיד גענוצט די הענט.

לייגט די קיילעכלעך אריין אין זידענדיגע יועך
ואידך פירושא זיך גמור.

די חברה זענען זוס ווי צוקער מיט שווארץ פעפער!

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=jWLMMb0tSGA[/youtube]

נשלח: מאנטאג מאי 13, 2013 2:38 am
דורך ר' שמחה
קרעקער האט געשריבן:אויב קענ איינער אראפברענגען די פינקליכע רעצעפי פינעם היילגען ר' בעריש ספינקערס יאפטשיק זאל זוכה זיין צי זיצען לעבען עם אין גן עדן
אזוי פיל וייס אוך אז ער פלעגט קודם אויפקאכן די רינדער פלייש פאר לאנגע שאען אין דערנאך עס אריינגעלייגט אינעם פאטעטא קיגעל
דאסיז דאך עפעס אזוי רינעדיג אין הימליש גיט אז מקען באסטען פאר קדושת שבת קודש וען מעסט עס

פונקט פארקערט, די קיגעל האט מען ארויף געלייגט אויף די פלייש און פיין איינגעפאקט.
פאר די פונקטליכע רעצעפט, פרעג מאיר בער.



נ"ב, קיינמאל נישט געהאט א אייניגע מאס.