בלאט 1 פון 2

צווישן ארטאדאקסיע, שטאטוס-קווא, נעאלאגן, און השכלה

נשלח: דאנערשטאג יוני 23, 2016 3:46 pm
דורך [NAMELESS]
איך האב געשריבן א תגובה אין דעם אשכול, אבער כדרכינו בקודש איז עס פארוואנדלט געווארן אין א לאנגן ארטיקל פאר זיך. די געדאנקען זענען נישט אינגאנצן מסודר, וויבאלד ס'איז מתחילה געשריבן געווארן באופן של תגובה [קצרה...].


[center]1.[/center]
[center]שטאטוס-קווא קהילות.[/center]
איבער די טענות, אז נאר צוליב דעם וואס די נעאלאגן האבן זיך 'ארויפגעצווינגען' אויף די קהילות, האט מען בעל כרחך געמוזט מאכן די ארטאדאקסיע, איז וויכטיג צו דערציילן וואס די פאקט איז, אז מ'האט געקענט בלייבן שטאטוס-קווא קהילות, וואס דארט האט מען גארנישט געקענט 'ארויפצווינגען' אויף קיינעם [ועי' ערך שאר מדינות אייראפע, רוסלאנד, פוילן, דייטשלאנד, וכו'].

די 'ארטאדאקסן' האבן בעצם איינגעפירט די עקסטרעמיזם פון וואס 'חרדיזם' ליידט עד עצם היום הזה, דהיינו אז געוויסע [אפילו גאר חשוב'ע, ערליכע, הייליגע, גאונ'ישע] רבנים דיקטירן בעצם פונקטליך וויאזוי דער יחיד זאל זיך פירן, און סיי וועלכן קהילה.

איך וואלט מייעץ געווען דער אומוויסנדער עולם, אביסל בעסער דורכצוטון די נושא פון 'שטאטוס-קווא' קהילות. סורפרייז פארזיכערט. מיטן שטאטוס-קווא וואלט עס נישט געצויגן קיצוניות'דיג רעכטס [מיט טעראר מיטלען עד ימינו], הגם מאנכע מער וואלט געפאלן [ווי אין אנדערע לענדער].


[center]2.[/center]
[center]נעאלאגן האבן 'ארויפגעצווינגען'?[/center]
און נאך איין וויכטיגע נקודה למחשבה: מ'איז אייביג פארנומען צו זאגן, אז די רעפארמער האבן פשוט געוואלט 'ארויפצווינגען' זייער שיטות און בעלות אויפן קהילה. די רבנים, די המון עם, זענען געשטאנען אנטקעגן די רעפארמער. זיי האבן געמוזט אויפמאכן 'פרישע' קהילות, וויבאלד די רעפארמער האבן זיך 'משתלט' געווען.

מיין שאלה איז נאר, וויאזוי קען זיין אז אין כמעט יעדן שטאט [למעט גלילות טראנסילוואניע/קארפאטן-רוס, וואו - אגב - די מער אומוויסנדע אידן אין גאנץ אייראפע האבן געוואוינט] זענען זיי געווען די רוב?! צו האט איינער זיך אמאל געפרעגט פשט פון דעם, אז דארט פון וואו די ארטאדאקסישע קאנצעליי האט געפירט די ארטאדאקסן [אין בודאפעסט], איז ניינציג פראצענט אידן געווען נעאלאגן?!! אזוי איז געווען אין רוב שטעט.


[center]3.[/center]
[center]נאך א מזל מ'האט געמאכט א טיילונג. אמת?[/center]
מ'איז אייביג פארנומען צו זאגן, אז נאך א מזל מ'האט געמאכט א טיילונג, ווייל 'קוק וואס איז געשען מיט די אנדערע צד, זיי זענען געווארן גוים גמורים' און אונז האבן געראטעוועט אונזער אידישקייט. ס'פאלט קיינעם נישט איין צו טראכטן, אז דאס איז מעגליך א באשולדיגונגס אקט אנטקעגן די מהלך פון ארטאדאקסן [הגם מ'קען נישט דן זיין. כ'רעד נאר פון א היסטארישן פרעספעקטיוו]. הלמאי זיי זענען געגאנגען קיצוניות'דיג הייסנדיג יעדן נאכפאלגן אלע זייערע הוראות, זיך נישט פארלאזנדיג אויפן רב פון שטאט וואס זאל פירן זיין קהילה צוגעפאסט צו זייער מצב און סטאנדארט אין אידישקייט [ווי עס איז אלס געווען די שטייגער בקהילות ישראל, און ווי ס'איז פארבליבן אין אנדערע לענדער, און ווי ס'איז טאקע געווען די מהלך פון די שטאטוס-קווא].

אוודאי מיט אזא מהלך, זענען די נעאלאגן געווארן גענצליך אויסגעשלאסן פון די פרומע מחנה, און זיי האבן מיט געפארפול-שנעלע טריט אראפגעגליטשט לתהומות נשיה. איינמאל מ'טאר נישט דאווענען אין זעלבן ביהמ"ד, עסן די זעלבע שחיטה, ליגן אין זעלבן ביה"ח, זיך משדך זיין כו' [אפגעזען יענעמ'ס פערזענליכע דעות. מיר רעדן דא פון א 'לו יצוייר' אז שטאטוס-קווא ארבעט זיך אויס, וואס דאן טוט יעדער כפי רצונו ודעותיו ביהדות], דאן זענען זיי געפארן לינקס אן קיין איינער וואס זאל זיי אפשטעלן.


[center]4.[/center]
[center]עקסטרעמיזם געווינט די שלאכט, אבער נישט די קריג.[/center]
און ווען איינער וועט קומען מיט די טיפישע אויסגעדראשענע ארגומענט, אז פון דעם וואס שטאטוס-קווא האט זיך נישט אויסגעארבעט זעען מיר אז דאס איז נישט געווען קיין מהלך. וועל איך אים ענטפערן פשוט: שטאטוס-קווא האט זיך יא אויסגעארבעט. אין פאקט, האבן רוב קהילות איבער דער גארער וועלט זיך געפירט פונקט ווי די שטאטוס-קווא קהילות האבן זיך געפירט אין אונגארן. ס'האט זיך פיין אויסגעארבעט.

איי, אין אונגארן האט עס נישט באקומען מאמענטום? אויף דעם איז די תירוץ פשוט: קיצונים געווינען אייביג. וואס מער עקסטרעם דו ביזט, אלס מער שאנסן האסטו איינצושלינגען אידישקייט [די היינטיגע ווילדע גאלאפ אין נושא פון טעכנאלאגיע, איז נאר איין שארפע ראי' דערצו]. אז ס'שטעלט זיך אויף א מחנה חיים מ'פעסט/מונקאטש, און שרייט 'מי להשם אלי', וועט דער עולם נאכגיין דער וואס וועט 'זיכער' ראטעווען אידישקייט/פירן א קאמף מיט די נעאלאגן. דאס מיינט נישט אז נאר אזוי האט מען געקענט אנהאלטן אידישקייט, און דאס אז די נעאלאגן זענען נאכמער פארקראכן געווארן ווייזט נישט אויף די 'ווייטע בליק' פון די ארטאדאקסישע רבנים, נאר ענדערש אויף דאס פארקערטע [הגם מיר קענען נישט דן זיין, וכנ"ל].

לאמיך טאקע נוצן מיין אויבנדערמאנטע ביישפיל דאס קלארער ארויסצוברענגען. מיט אונזער היינטיגער עקסטרעמיזם השולט במחנינו, פון אינטערנעט ביז סמארטפאן'ס, פון לאנגע שייטלן ביז דורכזיכטיגע שטרימפ, פון פרויען דרייוון קארס ביז יונגלעך קומען מיט א 'הארטע' 6 סלייס קאפל, אויב זאל מען אינפארסירן די תקנות אויף אזא אופן ווי אמאל, דאן וועלן א ריזן פראצענט היימישע אידן [וואס דארפן א מהלך פון שטאטוס-קווא כפשוטו, אנהאלטן די שטאטוס פון ביז יעצט] ארויספאלן פונעם סיסטעם. אין הונדערט יאר ארום וועלן די גרויסע חכמים [פון א"וו] אויפווייזן ווי 'נצח ישראל לא ישקר', און 'קוק וואס איז געשען מיט די וואס האבן נישט געוואלט פאלגן די ארטאדאקסיע', און גאר מכאן ראי' אז דער גאון וצדיק ראבינאוויטש זצוק"ל בעל 'קינדער אדער סמארטפאנס', איז געווען גערעכט מיט זיין מערכה קעגן די טריפה'נע כלים, ווייל אלע וואס זענען נישט געגאנגען אין שפאן - 'וואס איז פארבליבן פון זיי?'.


[center]5.[/center]
[center]'קוק וואס איז געווארן פון די משכילים'...[/center]
והמבין כל דברינו הנ"ל, וועט ענדליך קענען כאפן וואס ליגט מיר שוין א לענגערע וויילע אין קאפ, בנוגע די גאנצע מאוומענט פון 'השכלה', וואס דארט אזויווי דארט, זענען די חכמים במחנינו אייביג פארנומען 'אויפצואווייזן' אז 'ס'איז גארנישט פאבליבן פון זיי', זיך נישט מאכנדיג וויסן פונעם פאקט, אז מעגליך איז דער מלחמה [קיצוני] אנטקעגן זיי [אנשטאטס אויפצואווייזן 'פארוואס' זיי זענען נישט גערעכט] דער גרעסטער באשטייערער אז זיי האבן געגליטשט ביזן ווערן גענצליכע אפיקורסים. דאס איז וואס עס געשעט טאקע אויך בזמנינו, ווען מ'איז פארנומען אויסצושליסן אנשטאטס ארויסצוהעלפן.

טראצדעם וואס די ליסטע פון רבנים וואס האבן געשטיצט השכלה [השכלה האט גארנישט מיט די וואס האבן רעפארמירט אידישקייט, און השכלה בתחילה האט ניטאמאל געזוכט צו טריצן], ביודעים ובלא יודעים, למחצה לשליש ולרביע, זענען ריזיג גרויס. הגם אין די קוגל וואס איך האב (וואס דערמאנט אביסל פון דעם קוגל...) [פון די גר"א ביז מהר"ץ חיות, פון דער יעב"ץ ביז רשר"ה, פון ר"ש ברלין ביז שי"ר, פון ר' נתן אדלער פון לאנדאן ביז דער תורה תמימה, פון דער רש"ש ורמ"ש ביז דער ר"ר יונתן אייבשיץ, ועוד], איז יעדער געשטאנען אין אן אנדערע מדריגה, איז אבער קלאר אז זיי אלע האבן 'נישט' געהאלטן פונעם מהלך פון תלמידי החת"ס [וואס יא, וועט געדויערן צו לאנג מסביר צו זיין דא על רגל אחת. אפשר א צווייטע מאל], פארט פאטשן מיר זיך אין בייכל 'קוק וואו השכלה איז אנגעקומען'.

אוודאי, אויב מיר 'ווילדעווען' אנטקעגן השכלה, אנשטאט 'ארבעטן' אויף השכלה, דהיינו אנשטאטס ענטפערן אויף זייערע טענות/שאלות/קשיות/חקירות האט מען אפגעענטפערט אז מ'ענטפערט נישט פאר זיי. דאן גייען זיי פארן נאר מער און מער לינקס, און נאך עפעס: זיי גייען ציען צו זיך מער און מער מענטשן. א זאך וואס האט פאסירט דעמאלס, און א זאך וואס פאסירט ליידער היינט אויך [און דעמאלס ווי היינט, אסר'ט מען ביכער/אינטערנעט, אנשטאטס פארשטיין אז אויב דאס ציט די מאסן דארף מען געבן תשובות אויף די שאלות וואס זיי געפונען, אנשטאטס זיך פארלייגן אויף 'אסר'ן' און מאכן 'התבדלות'ן'].


[center]6.[/center]
[center]יא, תורה מיט השכלה.[/center]
א טיפישע ביישפיל פון איינער וואס האט געטון פארקערט, איז דער גאון, צדיק, חכם, ופילוסוף, רבי שמשון רפאל הירש זצ"ל. אנדערש ווי מ'פארקויפט פאר אונז, אז ער האט געהאלטן פונקט ווי די תלמידי חת"ס, נאר ער האט פארשטאנען אז אין דייטשלאנד דארף מען צוגיין אנדערש דערצו, איז די אמת גענצליך פארקערט. ער האט געהאלטן אז די אונגארישע מהלך איז טאטאל אומריכטיג. זיין לעזונג פון 'יפה תורה עם דרך ארץ' איז נישט געווען לשם גיין געפוצטע בערד און בלייבן ערליך, נאר לשם שיטה אז מ'דארף זיין געלערנט, מ'דארף גיין אין אוניווערסיטעט [צוגעשטעלט כשר'ערהייט], מ'דארף ליינען און וויסן וואס טוט זיך, סיי אין די וועלט און סיי אין די אמונה-וועלט, און מיט דעם איז - 'יפה תורה'.

ער האט טאקע איינגעפירט אזא סארט אידישקייט אין דייטשלאנד, און פון איינער וואס האט אנגעהויבן מיט קנאפע מנין משפחות, האט ער ווירקליך דורכגעפירט א משונה'דיגע רעוואלוציע אין גאנץ דייטשלאנד [שוין נאכדעם וואס די תלמידי חת"ס האבן אפגעקרעכצט אז 'דייטשלאנד איז פארפאלן'], און די תוצאה איז געווען עפעס וואס וואלט באדארפט בלייבן א פראסק אין פנים פון די עקסטרעמיסטן, און וואלט געדארפט געלערנט ווערן פאר אונזערע יונגווארג. די תוצאה איז געווען, אידישקייט האט געבליהט, המאור שבה [ווען מ'דערלייכט עס טאקע] האט אסאך מחזיר געווען למוטב, זיי האבן אויך געהאט פרנסה בדרך כבוד, זיי זענען געווען געלערנט אין וועלטליכע חכמות, אין אמונה ודעת, און פארט פארבליבן ערליכע אידן.

ובמאמר המוסגר, איז טאקע שוין נישט קיין חידוש, פארוואס רשר"ה'ס בליק אויף משה מענדלסאן איז נישט געווען אזוי שווארץ ווי ביי די תלמידי חת"ס [ואדמורי"ם]. רשר"ה האט בכלל נישט געהאט קיין בליק אויף אים אלס עוכר ישראל וכדומה, און זאגן אויף אים שר"י וואלט געוויס אויפגערעגט רשר"ה עד חרמה. פאר מער, און בכלל איבער דעם, ליינט דא.

ענליך צו דעם האט געטון הגאון רבי עזריאל הילדעסהיימער זצ"ל, וואס ווען ער האט געוואלט מאכן אזא 'היימישע אוניווערסיטעט' [ביהמ"ד לרבנים - ווי זיי פלעגן עס רופן בדרך כלל], האט דער באקאנטער עקסטרעמיסט [הגם אויך גאון וצדיק. איינס האט קיין שייכות מיטן צווייטס] רבי הלל קאלאמייער זצ"ל געשריבן אין א בריוו זיינע אויף הילדעסהיימער: המן הר"ע הזה [מיינענדיג די ר"ת - ר'שע ע'זריאל ה'ילדעסהיימער]. כמובן אז רה"ק איז אריין אין היסטאריע אלס קנאי'שער צדיק, אבער כמובן אז רבי עזריאל איז פארבליבן דער צדיק און חכם וואס האט געוואוסט וויאזוי צו האלטן אידישקייט אין זיינע צייטן.


[center]רבותי, הערטס אויף צו נוצן דעם Joker![/center]
נו, אז מיר האבן א פראבלעם, פון איין זייט קארמען מיר עקסטרעמיזם און פון די אנדערע זייט ווייזן די נעא-ארטאדאקסן [היינו אסכולת רשר"ה] אז מ'קען אנדעם אויך [און נאכמער] מצליח זיין. וואס טוט מען דערצו? אה, ס'איז דא א פשוט'ע וועג ארויס: 'רבי שמשון רפאל הירש האט געטון וואס ער האט געטון, נאר להציל מן הארי ומן הדוב, כדי אפצוראטעווען די שארית הפליטה פון די רעפארמער למיניהם. אבער "בעצם" האט ער געהאלטן פונקט ווי אונז'. דאס מיינט 'בינגאו', חוזק, אדער ווי אויך רוף עס - די Joker קארטל.

נשלח: דאנערשטאג יוני 23, 2016 4:37 pm
דורך בת קול
'קוק וואס איז געווארן פון די משכילים'...

קוק וואס איז געווארן מיט די מתיונים...
וואס האט זיי אראפגענומען פון די מאפע?

אויב איך בין גערעכט, איז די געדאנקנס גאנג פון די משכילים געווען- מיר וועלן זיך צושטעלן, וועלן זיי אונז ליב האבן.
האט עס זיי למעשה געראטעוועט?

fact: assimilation is practically extermination

נשלח: דאנערשטאג יוני 23, 2016 4:58 pm
דורך בת קול
תורה מיט השכלה-
אין דייטשלאנד איז מען שוין געווען אזוי פארדארבן, אז מען האט אזוי געדארפט איינפירן. למעשה זענען שוין פיל געווען פארלוירן ווען די מלחמה יארן זענען אנגעקומען.

נשלח: דאנערשטאג יוני 23, 2016 5:02 pm
דורך [NAMELESS]
בת קול האט געשריבן:'קוק וואס איז געווארן פון די משכילים'...
קוק וואס איז געווארן מיט די מתיונים...
וואס האט זיי אראפגענומען פון די מאפע?
אויב איך בין גערעכט, איז די געדאנקנס גאנג פון די משכילים געווען- מיר וועלן זיך צושטעלן, וועלן זיי אונז ליב האבן.
האט עס זיי למעשה געראטעוועט?
fact: assimilation is practically extermination

מיט אזא געדאנקנסגאנג ביזטו גענצליך גערעכט, אויב ס'איז דא איין חוט המקשר צווישן די מתייוונים, משכילים, אסימילאטארן, און זיך צושטעלן צום גוי, איז עס אט דאס: זיי זענען ארויס פון כלל ישראל.

פארוואס? אה, יעדער פאר אן אנדערן סיבה. דער עיקר סיבה? אז מ'האט צוגעשטעלט משכילים צו מתייוונים, און מ'פארוואנדלט אסימילאטארן צו משכילים, און זייער שיטה - אין א 'ככל הגוים בית ישראל'.

זאג נאכאמאל איבער וואס מ'האט דיר געלערנט אין חדר [בעסער געזאגט: אין מיידל סקול], וועסט געוויס זיין גערעכט.

----
בת קול האקט. זעט אויס די רעביצין האט נישט אספיעט צו ליינען ביזן ענדע. אט די סארט נארישע ארגומענטן איז וואס איך רעד פון: Joker'ס למיניהם.

נשלח: דאנערשטאג יוני 23, 2016 5:06 pm
דורך [NAMELESS]
'

נשלח: דאנערשטאג יוני 23, 2016 6:38 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
א גרויסע ייש"כ, זייער באלערנד. איך וואלט געוואלט מער ארומרעדען דער טיילונג גופיה, צו ס'איז טאקע א טיילונג צו גאר א באהעפטונג, און וואס פאר א אנדערע שטיק האט מען געמאכט אונטער א שלייער פון 'טיילונג'. איך האב מורא אז מ'האט שטארק געהאלטען חשבון מיט מענטשען דארט. וואס האט גענומען אזוי לאנג אין סיגוט? פארוואס האט דער ייטב לב געמעגט בלייבען אינדערויסען און נישט ווערען פארדאמט? איך האב נאך הערות און קשיות, וישמע החכם ויוסיף לקח.

נשלח: דאנערשטאג יוני 23, 2016 7:10 pm
דורך הקטן
דער טיילאנג איז געווען א פאליטישער געמביט, וואו אזוי זיך אן עצה ציגעבען מיט די רעגיראנג.
היינט האבן דאס טייל פארוואנדעלד אלס א מהלך אין אידישקייט

נשלח: דאנערשטאג יוני 23, 2016 8:03 pm
דורך [NAMELESS]
לדברינו הנ"ל איז עס נישט גענצליך ריכטיג.

הגם א טיילונג האט געמוזט פארקומען, האט עס נישט געדארפט אננעמען א פארם פון 'ארטאדאקסיע'. שטאטוס-קווא איז געווען גענוג גוט. די רגע מ'איז נישט נאר פרום געווארן - מיטן באשאפן 'ארטאדאקסיע', נאר מ'האט גאר אונטערגעהאקט די שטאטוס-קווא רבנים, איז עס געווארן 'א מהלך אין אידישקייט', וואס דאס באגלייט אונז טאקע היינט צוטאגס, ווי דיין אויספיר.

נשלח: דאנערשטאג יוני 23, 2016 8:07 pm
דורך קול דודי
בת קול האט געשריבן:'קוק וואס איז געווארן פון די משכילים'...

קוק וואס איז געווארן מיט די מתיונים...

ווייסט וואס איז געווארן מיט די מתייוונים? זיי האבן איבערגענומען די וועלט -- אויך די יודישע וועלט. גריכיש פילוזופיע איז פארהייליגט ביי יעדעם. אפלטון, סוקרטס, אריסטו -- די ווערן פארעכנט כמעט ווי נבואים ביי רוב מנין ובנין פונ׳ם עולם נאך ביז היינט (אפשר *בפרט* היינט, נאכ׳ן רמב״ם). גריכיש מעטאמאטיק און סייענס האט באגראבן כמעט אלע אנדערע פארשונגען ביז עטליכע דורות. דער גריכישע פארגעטערונג פונ׳ם גוף, עקסערסייז און ספארטס איז אריין געקראכן אין איעדע קולטור איבער די מערב וועלט -- אויך אין אונזער קולטור. ס׳רוב פון אונז טראכטן אסאך מער ווי די מתייוונים (מיר גלייבן און פילוזופיע, מעטאמאטיק, סייענס און עקסערסייז) ווי די חשמונאים. (ווען מיר וועלן זען איינעם מקריב זיין א חזיר אויף א במה וועלן מיר איהם טראגן צו א דאקטאר וועמענס חכמה האט אסאך מער מיט היפוקרטס ווי מיט שמעון הצדיק. און איינער וואס טענה׳ט אז מ׳דארף אזא איינעם הרגענען כדי צו איינשטילן הקב״ה צארן... וועט מען מן הסתם אויך טראגן צום גריכישען היפוקרטס.)

און וואס איז געווארן מיט די חשמונאים אליינס? ביז עטליכע דורות זענען זיי שוין געווען גענוג גריכיש/רומיש זיך צו אונטערשרייבן John הורקנוס און ביז נאך אפאר דורות כמעט אינגאנצן אסימילירט.

ווייסט וואס איז געווארן מיט די משכילים? זיי האבן איינגענומען די וועלט -- אויך רוב פון די יודישע וועלט. מאדערנע פילאסאפיע און סייענס איז פארהייליגט ביי כמעט איעדעם. (״אפילו די סייענטיסטן זענען מודה...״). מאדערנע ענטערטעינמענט און שפילן איז פארשפרייט און איעדע מערב קולטור -- אויך און אונזערס. די וועלט ליינט מיט דארשט און שטודירט אייזיק שפינאזא ווי אייזיק ניוטון -- און א קליין הייפעלע זינגט די ניגונים פון ר׳ אייזיקל קאלעווער. איינשטיין איז א שם-דבר און שאקעלט ביליאנען איבער די וועלט, און אייכנשטיין האט א שיינע מציבה. דוד וואלף הערץ האט אן אור-אייניקל וועמענס נאמען איז אויף ביליאנען ליפן איעדן טאג (הערץ, מעגא-הערץ, גיגא-הערץ, אא״וו) און ר׳ מענדעלע רימאנאווער האט אן אור-אייניקל וואס עטליכע מענטשן ווייסן ווער דאס איז געווען.

און וואס איז געווארן מיט די אריגינעלע קנאים/ארטאדאקסן אליינס? דאס שפילט זיך נאך אויס. אבער אזויפיל קען מען זאגן אז ס׳רוב זייערע אייניקלעך איבער די וועלט זענען אדער משכילים אדער טראכטן ווי משכילים. און פון די קליין הייפעלע וואס נישט... זענען דא אזעלכע וואס קלאפן זיך אין רוקן פארן געווינען די קולטור מלחמה! אך און וויי פאר אזא נצחון.

נשלח: דאנערשטאג יוני 23, 2016 8:24 pm
דורך זבולון
קול דודי האט געשריבן:די וועלט ליינט מיט דארשט און שטודירט אייזיק שפינאזא ווי אייזיק ניוטון -

?

Re: צווישן ארטאדאקסיע, שטאטוס-קווא, נעאלאגן, און השכלה

נשלח: דאנערשטאג יוני 23, 2016 8:28 pm
דורך דעת תורה
שטאטוס קווא איז געווען ביז תרכ"ט אין אונגארן, אלע קהילות זענען אזוי געווען, און וואלט אזוי געבליבן ביזן קריג ווען נישט די מאכינאציעס פון די רעפארמער. איינמאל די רעפארמער האבן זיך ארגאניזירט, און האבן אפילו ביי א געוויסן שלב גענצליך באדראעט חופש הדת, און עס האט געהערשט א ממשיות'דיגע סכנה אז אונגארן וועט ווערן ווי דייטשלאנד, אפילו לסוף איז עס בטל געווארן, איז שוין אבער פארשטענדליך פארוואס האבן די יראים געטאן דאס זעלביגע. זיך ארגאניזירט. בעצם - די ערשטע אגודת ישראל.

אבער מער ווי דאס, די ארטאדאקסישע קאנצעליי איז וויכטיג געווען, טאקע בעיקר פאר די שטעט ווי אידישקייט איז געווען אין דער ערד, און די אפיציעלע קהילה האט זיך עמטליך אנגעשלאסן מיט די רעפארמער. אין פלעצער ווי סיגוט, איז דאס בכלל נישט וויכטיג געווען, און דערפאר האט טאקע גענומען לאנג זיי זאלן זיך צושטעלן. די אונטערלענדישע חסידים, גלייך ווי זייערע גאליציאנער שכנים צענדליגער יאר שפעטער, זענען בכלל נישט געווען אנטציקט פון דעם רעיון זיך אנצושליסן אין א ארגאניזאציע מיט רעלאטיוו מאדערנע קהילות, ווי דאס מערהייט פון די אויבערלענדישע זענען געווען. אבער עכ"פ ווען נישט די תנועת הארטאדאקסיע וואלטן די אלע שוואכערע אויבערלענדישע פלעצער נישט געהאט קיין תקומה, און גענצליך פארבליבן אין א אפיציעלע נעאאלאגישע קהילה.

יעצט, די מערכה מיט די שטאטוס קווא איז טאקע א טיפישע אונגארישע מערכה.. עס איז געווען שטארקע סיבות דערצו, זיי האבן געהאלטן אז די איינציגסטע וועג די ארטאדאקסיע זאל האבן א קיום איז דאס. און עס איז שטארק מסתבר אזוי אויך. ווען נישט די מערכה קעגן שטאטוס קווא וואלטן מסתמא אסאך ארטאדאקסישע קהילות אזוי פארבליבן, און די גאנצע ארטאדאקסיע וואלט זיך געהאלטן אויף הינערנע לוזערישע פיס פון די קליינע אפגעטיילטע קהילות אין די מער רעפארמיסטישע שטעט, און עס וואלט עווענטועל צוזאמען געפאלן. אפגערעדט אז די רעפארמער וואלטן כסדר פרובירט צו אריין ברענגען די שטאטוס קווא אונטער זייערע פליגלען, און אין געוויסע שטעט וואלט זיי עס מסתמא געלונגען מיט די יארן. איך רוף עס נאר אונגאריש ווייל צוליב דעם האט מען גע'אסר'ט שוחטים, מטריף געווען כלים, געטיילט קהילות און אהער געשטעלט די שטאטוס קווא קהילות ווי פוקרים און שקצים, פארן בלויזן חטא פון פארשטיין אנדערש.

כידוע די איינציגסטע זאך וואס די אונגארישע האבן עכט געהאט א פראבלעם מיט די אגודה איז געווען אז זיי האבן זיך ענטזאגט אויסצושליסן די שומרי תורה ומצוות קהילות הנקראים שטאטוס קווא פון זייערע רייען. אויסער דעם, יעדע אדער כמעט יעדע אנגעגעבענע טענה קעגן די אגודה, איז דא ביים ארטאדאקסישע קאנצעליי, און נאך מיט א שמיץ אריבער.

דאס איז דאך געווען די איראניע אין סיגוט; דער קדושת יו"ט האט איבערגעדרייט וועלטן צו זשוינען די ארטאדאקסיע, און זייענדיג אינעווייניג האט ער ערשט דערזען מיט וועמען ער זיצט אינאיינעם (איך רעד פון זיין צאנזער חסיד אונטערלענדישע פוינט אוו וויו) און זיך געגעסן דאס געזונט מיט די קאנצעליי.

שוין איך בין שוין פארפארן, אבער כ'מיין דער פוינט איז קלאר. טיילונג וואלט קיינמאל געשען ווען נישט די פרעכע פרואוו פון די רעפארמער זיך משתלט צו זיין אויף אלע אונגארישע קהילות. פון דארט און ווייטער על כל פרט ופרט צי עס איז געווען גענוג אויסגעהאלטן, איז שוין א שמועס פאר זיך.

לגבי די עצם שאלה, וואס וואלט געווען ווען נישט דעם טיילונג? אויב וואלט מען גארנישט געטון, קען מען דאך קוקן אויף די לענדער ארום, ס'איז שווער ממש מדמה צו זיין יעדע פלאץ האט זיך אנדערע אומשטענדן, אבער אויבערלאנד וואלט מסתמא אויסגעקוקט ווי דייטשלאנד און מעהרן, אונטערלאנד ווי גאליציע. אונגארן האט אבער געהאט איין געוואלדיגע זאך, די ישיבות, און דער 'מצב' וואס דער המון עם האט געמאכט ארום דעם, וואס וואלטן מסתמא געהאלטן אונגארן אויף א העכערע דרגא ווי די שכנים. ווי אויך די רבנים זענען געווען אלע תלמידי חת"'ס, אקטיווע פייערדיגע קעמפער קעגן רעפארם, ווס. די רבנים אין דייטשלאנד יארן בעפאר.

יתכן אז א אנדערע אפראוטש וואלט געווען בעסער, אבער השכלה און שטודירן על פי תורה איז לאו דוקא געווען א אישו אין אונגארן. נאר ביי די ארכי קנאים. אבער בעצם, די סכנה איז געווען גראבע רעפארם, התדמות צום גוי, דאס איז געווען די תאווה דעמאלט אין די אנהייב עמאנציפאציע עפאכע. די גרויסע רבנים ווי דער מהר"ם שיק און מהר"י אסאד האבן אליין געשיקט זייערע קינדער צו הרב הילדעסהיימער'ס ישיבה צו קונה זיין סעקולערע לימודים זייט ביי זייט מיט די לימודי קודש. און ארטאדאקסיע אין אויבערלענדישע אונגארן איז געווען גענוג נאכגעביג אין די ענינים.

אונטערלאנד כמובן איז א פרשה פאר זיך. אלע קטנות'ער וואס אונז זעמיר אויפגעוואקסן אין חדר וועגן די 'בעדערענע' איז סטרעיט ארויס פון אונטערלאנד'ס פלעי בוק - כמובן א קארבאן קאפיע פון די חסיד'ישע גאליציע. רוף עס בעלז. נאר מיט א אונגארישן קטנות'דיגן טוויסט.

לגבי הרב הירש און דייטשלאנד, ווי גרויס איז שוין געווען זיין סוקסעס? וויפיל משפחות האט די גאנצע ארטאדאקסיע אין דייטשלאנד געהאט בעפארן ערשטן קריג? (שפעטער זענען אהין געקומען פרומע אימיגראנטן פון גאליציע, פליטים פונעם קריג).

נשלח: דאנערשטאג יוני 23, 2016 8:30 pm
דורך זבולון
עקסטרעמיסטן געווינען דעם שלאכט און אפשר אויך דעם קריג. און די סיבה דערפאר איז, ווייל עקסטרעמיסטן זענען אייביג אקטיוו, און געווענליך די סיילענט מעדזשאריטי ווערט נאכגעשלעפט פון די אקטיוויסטן.

הרב ראבינאוויטש האט די כוחות, נערוון, און געלט צו ארומגיין פון מנין צו מנין, ער קען רעדן ווי א משוגע'נער, אבער ער איז אקטיוו. די צד שכנגד איז לכאורה היבש גרעסער און צאל, אבער זיי פארמאגן נישט קיין אקטיוויסטן, נישטא קיינער וואס זאל האבן די כחות צו גיין פארקערט פון איהם.

נשלח: דאנערשטאג יוני 23, 2016 8:54 pm
דורך פרייוויליג
רבונו של עולם! העלף עס זאל געשען א טיילונג! אוי הלואי! דאס לעבן וועט דאך ווערן אזויפיל זיסער, דאס גאנצע אידישע שמאלץ וועט דאן ארויסרינען. דאס מתיקות, די ליבשאפט, די שעפערישקייט, די גלאנץ. אוי הלואי!

נשלח: דאנערשטאג יוני 23, 2016 9:08 pm
דורך [NAMELESS]
דעת תורה זאגט גוטע פונקטן, הגם נישט אלעס איז ריכטיג.

נאכדעם וואס די נעאלאגן האבן געווילדעוועט, האט מען גע'פועל'ט אז יעדער זאל קענען עפענען זיין קהילה. דא קומט אריין דער פאקטאר וויאזוי מ'גייט צו צו אידישקייט ווייטער. אלע אנדערע לענדער האבן גענומען א קו, אז ווילאנג דער רעפארמער פרובירט נישט איבערצונעמען די צענטראלע קהילה, זענען 'מיר' די צענטראלע קהילה. אין אונגארן האט מען גענומען א פארקערטע מהלך: מיר מאכן א קהילה, און ווער ס'איז נישט חלק פון אונזער קהילה איז אויטאמאטיש א רעפארמער, נעאלאג, און משכיל. זאל עס הייסן נעאלאגיע, זאל עס הייסן שטאטוס-קווא.

ס'איז א שאד צו שפענדן צייט, צו מסביר'ן 'פארוואס' זיי האבן טאקע אזוי געטון. יעדער ווייסט אז דאס איז געקומען אלס תוצאה און אלס רעאקציע צו דעם וואס די נעאלאגן האבן זיך געוואלט משתלט זיין אויף די קהילות. די שאלה איז נאר צו דאס איז געווען דער איינציגסטער, אדער בעסטער מהלך אדורכצופירן.


ווען שטאטוס-קווא וואלט פארבליבן, וואלט אונגארן אויסגעזען ווי דייטשלאנד אדער ווי גאליציע - וואו עס איז אויך נישט געווען קיין טיילונג [דיין אבזערוואציע פון אונטערלאנד און אויבערלאנד האט ממשות. נאר ווי דו האסט אליינס געכאפט, איז די ישיבה סיסטעם פון אויבערלאנד געווען גענוג גוטע סיבה אז זיי זאלן נישט טיילן דעם זעלבן גורל ווי בעהמען און מעהרן, נאר די גורל פון אחיהם ברוסלאנד, ליטע, און גאליציע]. עס זענען דא פארשידענע אנדערע פאקטארן וואס האבן געמאכט דייטשלאנד אן איי חרבות, נישט נאר גייגער'ס רעפארמיזם. די גרעסטע ראי' דערצו איז, אלע אנדערע מדינות.

די אונגארישע אידן זענען געווען מלחמה לייט, על פי דרכו של החת"ס [וואס האט זיך געשפירט א שטיקל אפיטרופוס אויף דייטשלאנד, סיי ווייל ער איז געווען א רבן של ישראל, סיי ווייל פרעשבורג איז געווען קרוב לגלילותיהם, און סיי ווייל דער חת"ס איז געווען א געבוירענער דייטש]. ביי זיי איז געווען איין מיטל: 'בחרב ובחנית'. סיבות האבן נישט געפעלט. און אזוי איז ארויס די ארטאדאקסיע אפאראט, פארשניידנדיג אלע וואס האבן געקלערט אנדערש.


אגב, די רבנים המהר"ם שיק ומהר"י אסאד, זענען זייער געשמאק פון מיין ווינקל. דער מהר"ם שיק זעלבסט האט געהאט דעם ביאור פון משה מענדלסאן אינדערהיים, ווי ער שרייבט אליינס. דער מהר"י אסאד האט נישט געהאלטן פונעם ארטאדאקסיע, לפי זכרוני. ס'נאר בדרך צחות...


איבער די מהלך פון רשר"ה אין דייטשלאנד, איז קלאר און פשוט אז גאנץ ארטאדאקסיע [בעסער געזאגט, נעא-ארטאדאקסיע] פון דייטשלאנד איז צו פארדאנקען פאר אים און הגר"ע הילדסהיימער, וואס האבן ביידע געשפיגן אין פנים פון אונגארישן ארטאדאקסיע. און יא, זיי האבן גרעסער געמאכט זייער כח [אנשטאט פארקלענערט, ווי אין אונגארן], און יא, נאר דאס האט געראטעוועט די מצב דארטן. די אונגארישע האבן שוין געהאלטן נאכן ברוך דיין האמת אויף דייטשלאנד.

Re: צווישן ארטאדאקסיע, שטאטוס-קווא, נעאלאגן, און השכלה

נשלח: דאנערשטאג יוני 23, 2016 9:35 pm
דורך מפוזרי
רשר״ה און רעז״ה קען מען נישט אריינלייגן בחדא מחתא. ס'איז געווען ביניהם מלחמת האורטודוקסיה בשטטוסקווא נוסח גרמניה.
איינע פון די הויפט פראבלעמען פון אגודת ישראל בתחילתה, איז געווען ווי זיך אויסצוקומען מיט די ביידע קבוצות ביינעזאם. יש על זה כמה מכתבים מאלפים מרח״ע.

נשלח: דאנערשטאג יוני 23, 2016 9:37 pm
דורך [NAMELESS]
ריכטיג, אבער די בחדא מחתא איז נישט אלס היסטארישע אפהאנדלונג איבער יהדות גרמניה, נאר איבערן פאקט אז ביידע לייבן האבן געהאלטן גענצליך אנדערש פון די אונגארישע ארטאדאקסיזם, והצליחו למעלה מן המשוער.

נשלח: דאנערשטאג יוני 23, 2016 11:07 pm
דורך berlbalaguleh
אדנירם: ייש"כ. אזוי ווי אייביג געסטו א היקף'דיגן הסבר און ביאור אויף די גאר גרויסע און וויכטיגע היסטארישע געשעענישן. איך בין מסכים כמעט מיט אלע דיינע מהלכים פון אויסטייטשן די אנטוויקלונגען אין די מלחמה מיט די נישט-ארטאדאקסן/עקסטרעמיסטן. און וואס די אלע זאכן מיינען פאר אונזער הווה און עתיד.
איך וויל נאר מדגיש זיין איין גרויסן, וויכטיגן און פונדאמענטאלן חילוק פון די גרינדונג פון די ארטאדאקסישע קהילות און די טיילונג פון די שטאטוס-קווא און נעאלאגן פון בערך 150 יאר צוריק. אין יענע צייטן (און נאך פריער) אין אייראפע איז געווען איינגעפיהרט אז די רעגירונג האט געגעבן סובסידיעס סיי פאר די אידישע און סיי פאר די גוי'אישע געמיינדעס אז זיי זאללן פיהרן און קאנטראלירן אלע סטאטיסטיקס פון לעבן. די חתונות, געבורטן און שטארבן חשבונות זענען אנגעפיהרט געווארן דורך די רעליגיעזע פיהרערשאפט סיי ביי אידן און סיי ביי גוים. ממילא האט מען געהאט א שייכות מיט די שטאטוס-קווא און נעאלאגן אפילו אויב מ'האט נישט געדאוונט אין איין בית המדרש. און אויב די רבנים אין די באטרעפנדע מדינות האבן באשלאסן אז מ'מוז מאכן א טיילונג האט מען געמאכט א גענצליכע טיילונג. און א באזונדערע קהילה מיט אלע צוגעהערן פון די קהילה. משא"כ דא אין אמעריקע וואס בחסדי השי"ת איז דא א קאנסטיטוציע וועלכע שרייבט פאר א סעפאראציע פון רעליגיע און שטאאט. ד.מ. אז די לעבנסוויכטיגע געשעענישן און דאקומענטירונגען ווערן בכלל נישט געפיהרט דורך די קהילה, נאר דורך די רעגירונג זעלבסט. איז א יעדער יחיד און משפחה נישט צוגעבינדן צו די קאפריזן און משוגעת'ן אדער דיקטאטארישע באפעלן פון די פיהרערס פון די קהילות. און דאס טאג-טעגליכע לעבן ווערט נישט באאיינפלוסט פון די עקסטרעמע גרופעס למיניהם. די איינציגע פלאץ וואו זיי האבן נאך (דערווייל, ליידער) קאנטראל איז אין די מוסדות החינוך פון די קינדער. וואו זיי געבן ארויס אלע זייערע משוגע'נע, קראנקע און פאררוקטע אינסטינקטן למיניהם. און דער עולם מוז נאכטאנצן. אבער דאס וועט אויך בעז"ה קומען צו אן ענדע. ממילא איז דער מצב א ביסל אנדערש ווי 150/200 יאר צוריק. און די רעפארטן פון די פארשידענע פאררוקטע, עקסטרעמע גרופעס איז נאר גיט פאר א ביסל ענטערטעינמענט און פרנסה פאר די פיקטשער מאגאזינען און זייערע שרייבערס...!

Re: צווישן ארטאדאקסיע, שטאטוס-קווא, נעאלאגן, און השכלה

נשלח: דאנערשטאג יוני 23, 2016 11:21 pm
דורך דעת תורה
שש, כמה אומפונקטליכקייטן. רעפארמער זענען כמעט - אדער בכלל - נישט געווען אין מזרח אייראפע. אונגארן איז געווען א רעלאטיוו מאדערנע לאנד און מושפע פון דייטשלאנד און עסטרייך. על כל פנים, עס איז נישט דומה די רעפארם צו סתם (ארטאדאקסישע :-) ) חילונים. (כידוע, דער חילוק צווישן די אמעריקאנער אידן און די איזראעליס. די אמעריקאנער זאגן, די שול מיינע וואו איך גיי נישט, איז א רעפארם טעמפל. און דער איזראעלי זאגט, מיין שול, וואוהין איך גיי נישט, איז א ארטאדאקסישע). רעפארם איז א שינוי אין די מהות און כאראקטער פונעם דת, בעת חילונים זענען פשוט סעקולער. סאו אלס דעם אליין איז עס שוין נישט דומה צו אנדערע פלעצער. אין לאדזש איז דער ראש הקהל לאמיר זאגן געווען א פרייער יונגאטש? אבער די קהילה און אירע - רעליגיעזע עכ"פ - אינסטוטיציעס האבן זיך ווייטער געפירט געהעריג. אין ווארשע איז געווען מטעם הקהילה סעקולערע בתי חינוך, אבער דער חדר האט זיך נישט גערירט פון פלאץ. ניטאמאל קיין קאפישניצער חדר מתוקן, נאר א געהעריגער בעלזער חדר.. דאס איז שוין א חילוק צווישן אונגארן און רוב אנדערע מקומות.

אבער אויסער דעם, די נעאאלאגן האבן זיך פעסט ארגאניזירט מיט די שטערקסטע כוחות, פארארבעט מעשים וואו זיי האבן נאר געקענט, זענען נישט געווען צופרידן מיט זייערע פעסטונגען נאר פרובירט איבעראל. נאר די ערליכע האבן געברויכט בלייבן אומארגאניזירט, און לאקאל באזירט? זיי וואלטן ניטאמאל געהאט א שאנס. די תקנות וואס מיר זעען היינט עקסטרעם, זענען אבער אין גרויסן טייל דא נאר פאר איין סיבה: פרעזערווירן דעם שטאטוס קווא, און נישט ערלויבן קיין רעפארמען אינעם גאטע'ס דינסט, ווייל געווענליך איז שוין פון די קלייניגקייטן געווען א אנדייטונג אז די קהילה רעפארמירט זיך און ווערט אויס שו"ע אידן. נאר ווייטער, אין אונגארן ווי אין אונגארן איז דאס אלעס געווארן שיטות מיט עיקרים אין אידישקייט.

עכ"פ, ווי שוין געשריבן, לתועלת פון די מקומות ווי דער רעפארם האט געווינען אדער מ'האט זיך מיט זיי געשלאגן ממש גאסן (צי בית מדרש) קאמפן, איז דער שטאטוס קווא נישט גענוג געווען.

סתם לידיעתך, דער מהר"ם שיק איז געווען מגדולי הלוחמים קעגן די שטאטוס קווא. ס'איז אים ממש געגאנגען בנפשו.

לגבי דייטשלאנד, כ'קען נישט פונקטליך די דעטאלן דארטן. (הרב הילדעסהיימער איז בכלל נישט געקאווערט געווען אין די מעלות' סעריע איבער הרב הירש אין דייטשלאנד :-)). אבער פון וויפיל איך ווייס אויבנאויף רעדט זיך עס פון יחידים רעשטלעך ממש, אין גרויסע שטעט מיט שווערע טויזנטער אידישע איינוואוינער איז געווען 5 צי 10 ארטאדאקסישע משפחות. איך כאפ נישט פונקטליך די גרויסע הצלחה פון די שיטה, און די ראיה אז זיי האבן פארגרעסערט צי פארקלענערט. ווען תורה עם דרך ארץ זאל ווען האבן די זעלבע פראצענטן אין דייטשלאנד ווי די ארטאדאקסיע (צי אפילו שטאטוס קווא אינקלודעט) אין אונגארן וואלט געווען וואס צו פארגלייכן. אבער יתכן איך האב נישט די פאקטן ריכטיג איבער דער מצב אין דייטשלאנד.

נשלח: פרייטאג יוני 24, 2016 12:43 am
דורך [NAMELESS]
דע"ת, גוטע אנאליז. הגם נישט אלעס איז גענצליך ריכטיג.

דו רעדסט פונעם לאדזשער סעקולערער ראש הקהל, לעומת דער אונגארישער נעאלאג. דו לאזט אבער אויס די משכילים [וואס האבן זיך ווייניג וואס געדרייט אין אונגארן, אבער] וואס האבן פעסט געבורדעט אין פוילן, רוסלאנד, וכו'. זייערע רעפארמען זענען נישט געווען אינערהאלב סמעדריש, צו ס'זאל זיין אן ארגעל און צו ס'איז צייט פטור צו ווערן פון 'ולירושלים עירך ברחמים תשוב'. זייערע רעפארמען האבן אבער אנגענומען אנדערע פארמען, ווי חינוך הבנים. מ'האט זיך כסדר געריבן מיט זיי, אבער נישט 'אפגעריסן'. פארט אבער, אודה לעיקר דבריך, אז מיט דעם איז אונגארן אנדערש פון אירע סביבות.

דיין החלטה אז שטאטוס-קווא איז נישט געווען גענוג, דארף א שטארקע באזיס. גענוג אדירי תורה אין יענע תקופה האבן געהאלטן אנדערש ווי דיר, על כרחך האבן זיי געזען 'בזמניהם' אז ס'מוז נישט זיין קיין מוכרח'דיגע פאראייניגטע כח אין גאנץ אונגארן, נאר ס'גענוג יעדער זאל זיך אן עצה געבן ביי זיך אין שטאט. אדער טאקע מאכן א נייע קהילה, אדער נישט. און אפילו אויב מאכן א נייע קהילה, מוז נישט יעדער נאכטאנצן יעדע תקנה פון די שטאטוטן וואס די ארטאדאקסישע קאנצעליי האט באשלאסן.

איבערן מהר"ם שיק, אוודאי ווייס איך דערוועגן. פאר א סיבה איז דער כתב סופר שוין נישט פארליבן דער אונגארישער רשכבה"ג ווי זיין פאטער. דער מהר"ם שיק האט עס איבערגענומען, וד"ל. איך רעד נאר כלפי דעם, אז ער זעלבסט איז לאו דוקא געווען א כאניאק, וכמעשה דבביאור רמ"ד. ואמרתי שהיה רק בדרך צחות.

צום סוף, בנוגע רשר"ה. דארפסט טאקע אסאך ליינען איבער דייטשלאנד. ביזט אומגערעכט פון ביידע זייטן, ווייל רשר"ה האט אנגעהויבן זיין מהלך ווען דייטשלאנד האט שוין געהייסן מער ווייניגער דערנאך [נאך איידער גייגער האט אנגעהויבן מיטן רעפארם], און אויך ווייל עס זענען געווען פיל מער פרומע משפחות ווי דו לייגסט עס אראפ.

Re: צווישן ארטאדאקסיע, שטאטוס-קווא, נעאלאגן, און השכלה

נשלח: פרייטאג יוני 24, 2016 7:47 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אסאך וויכטיגע פונקטען.
א. רשר"ה האט גאנץ ווייניג מצליח געווען אין די נומערען. איך האב אמאל געליינט די נומער'ן פון די וואס זענען געבליבען פרום פון זיין ריל-שולע און ס'איז גאנץ קליין. נאכ'ן קריג זענען אנגעקומען אויסלענדישע פליטים (א שטייגער ווי מיין עלטער זיידע), און טראץ זייער זיין אלגעמיינער קהלה מיטגעלידער, האבען זיי געשיקט די קינדער צום ריל-שולע. א גרויסע פערצענט פון די שומתומ"צ האבען זיך נישט אפגעטיילט און זיי זענען פונקט אזוי פרום ווי די אנדערע. ס'איז זייער שווער עפעס צו צייגען פון זיין קהלה. די קעגענער זיינער האבען געטענה'ט אז פאר'ן 'אויסטריט' האבען זיי שוין געהאט אן עקסטער קהלה און ביהמ"ד און זיי האבען זיך גארנישט געדארפט חנפ'ן די רעפארמער. הרב הופמן (אייניקעל פונ'ם אונסדארפער רב) איז גארנישט קלענער ווי הרב ברויאר געווען.

ב. דער מהר"ם שיק האט פארשידענע בריווען וועגען דער קאנצעליי, מאנכע שטעט מער בעד, מאנכע ווייניגער. אין זיין תשובה איז ער גאנץ פארעוו אויף דער ענין. ער איז נישט געווען דער קנאי בעד.

ג. דאס שפאט אין אויבערלאנד, ווי זיי אנרופען 'מאדערנע', איז נישט אין פלאץ. זיי האבען מעגליך געהאט קורצע רעקליך און קמץ בערדער, אבער זיי זענען געבליבען מיט עכט פארצייטישע מושגים פון ערליכקייט, אידישקייט און תמימות. גיי היינט אין ווינער קהלה צו 69 און רעד מיט אידען, אנע בערד, העכער די פופציג. זיי זענען פיל פארצייטישער ווי דער סאטמארער מיט זיין קוטשמע און ברייט פארצווייגטע ארגאניזאציע.

ד. אפילו ווען דער קאנצעליי איז יא געווען א וויכטיגע זאך, האט מען עס גענוצט אלס א מיטל צו האלטען חשבון מיט קעגענער (עי' ערך בעלזא מונקאטש) און דאס האט היינט צוגעפיהרט צו נוצען הל' חמץ, הל' קידושין און הל' טריפות זיך צו שלאגען א פריוואטע קינדער פייט.

ה. די מימרא 'מ'דארף זיך יעדער צוואנציג יאר נאכאמאל טיילען'. 'ווען ס'איז נישט דא קיין רעפארמער פון וועמען זיך צו טיילען, דארף מען זיי אימפארטירען' זענען א גרויסע ווייז אז שוין דעמאלס האט מען געמאכט דערפון א מהלך החיים, נישט נאר אלס הכרח.

ו. פ"וו דער מהר"ם שיק איז געשטאנען גרעסער ווי דער כת"ס איז נישט קיין שאלה. ווייל דער כת"ס האט געהאט א טאטע א רשכבה"ג מיינט אז זיין זוהן קומט זיך אויך דער שטעלע? וואס עפעס?

ז. די מתיוונים און די יוונים זענען צוויי ערליי זאכען, ופשוט. וכ"ה לגבי ר' יענקעל שפינאזא און ר' יאסעל זיין ברודער און בנו מ"מ ר' מעכיל. און אייזיק ניוטאן איז גאר קיין משכיל נישט געווען, נאר א געהעריגע גוי. ווען מ'רעדט פון ליליענטהאל ודעימיה איז טאקע ווייניג געבליבען. דאס באוועגונג פון זיין א איד אין שטוב און א גוי אין גאז (נוסח מענדעלסאהן) צו א געבילדעטער איד (נוסח משכילי רוסלאנד/ליטא) איז געבליבען מיט גארנישט.

Re: צווישן ארטאדאקסיע, שטאטוס-קווא, נעאלאגן, און השכלה

נשלח: פרייטאג יוני 24, 2016 9:20 am
דורך דעת תורה
נקודה ב. דער מהר"ם שיק אין די תשובות 1)שרייבט זייער שארף און ווייטאגליך קעגן די קהילות אשר לא באו לעזרת ה' בגיבורים. 2) אזוי אויך איז ער דן כמה וכמה שאלות וועגן נעמען א שוחט פון די שטאטוס קווא פאר א ארטאדאקסישע, און וועגן די עצם האיסור החמור פון עסן זייער פלייש. אויב איז דא פארעווע תשובות פון אים איז עס מסתמא קאנסערנינג אזאלכע סארט שטעט ווי סיגוט וואס זענען געווען נאך פרומער און די שאלה איז געווען בעיקר א טעכנישע פעיפער ווארק' שאלה. קיינער באציט זיך נישט צו סיגוט ווי א שטאטוס קווא קהילה וכלעיל.

נקודה ג' איז שוין א קלישעי אזא. איך קען נישט פונקטליך די ווינער אידן, ווער זיי זענען און פון וואו זיי קומען אריגינעל, עס קען זיין צענדליגער חילוקים, ועוד והיא העיקר אויף וואשינגטאן הייטס 'בעדערענע' קען מען מסתם זאגן דאס זעלביגע אויף אסאך אידן דארט און אפשר אפילו אויף זשאו ליבערמאן'ס חברים אין ביהמ"ד. אין פאקט, האט מען אין אונטערלאנד ענדערש געשיקט די בחורים אין מיליטער וואו מען האט מחלל שבת געווען און געגעסן טריפות (שא... זאג נישט אויס) ווי צו שיקן לערנען אין כתב סופר'ס ישיבה אין פרעשבורג, וואס א תלמיד דארט איז געווען ליגעלי עקזעמפט פון מיליטער דינסט, ווייל זיי זענען געווען צו בעדערן. נישט געהאט קיין בארד, קורצע רעקל און אלל.

לגבי מימרא ה. מיהו בעל המימרא הקדושה אויף וועמען דו בויסט פיתום ורעמסס?

Re: צווישן ארטאדאקסיע, שטאטוס-קווא, נעאלאגן, און השכלה

נשלח: פרייטאג יוני 24, 2016 10:30 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך מוז נאכאמאל אויפזוכען די תשובה פון מהר"ם שיק, ווי אויך אין די אגרות זיינער וואס איך געדענק סתירות דערין.

לגבי נקודה ה. סיריעסל"י? דו ווייסט נישט די בעלי המימרא? די ערשטע איז דער קדושת יו"ט, די צווייטע מהרי"ד מבעלזא. איי, וועסטו פרעגען, ווי קומט טיילונג צו בעלזא אין גאליציא? פיהר אליינס אויס.

און די אידען אין וואשינגטאן הייטס, ערליכע יעקישע אידען, האבען נישט וואס צו שעמען פון סיי וועלכע בעלהאבאס אין וומסב"ג, אין ערליכקייט און פארצייטישקייט. איך בין אויפגעוואקסען אין לאנדאן צווישען פארשידענע סארט מענטשען, בתוכם יעקע'ס און ליטווישע, מאדערן חסידישע און סתם מאדערן און סתם חסידיש. ס'איז שווער אנצוקוקען א מגולח ווי א פארצייטישע, פאר דער וואס ווייסט נישט וואס פארצייטענס מיינט

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

נשלח: פרייטאג יוני 24, 2016 2:20 pm
דורך הקטן
אדנירם האט געשריבן:לדברינו הנ"ל איז עס נישט גענצליך ריכטיג.

הגם א טיילונג האט געמוזט פארקומען, האט עס נישט געדארפט אננעמען א פארם פון 'ארטאדאקסיע'. שטאטוס-קווא איז געווען גענוג גוט. די רגע מ'איז נישט נאר פרום געווארן - מיטן באשאפן 'ארטאדאקסיע', נאר מ'האט גאר אונטערגעהאקט די שטאטוס-קווא רבנים, איז עס געווארן 'א מהלך אין אידישקייט', וואס דאס באגלייט אונז טאקע היינט צוטאגס, ווי דיין אויספיר.

איז נישט דער "שטאטוס-קווא" געווען א דירעקטע שטער צים פאליטעשר עגענדע ?