בלאט 1 פון 1

עוולות, און ווער ס'שולדיג

נשלח: דאנערשטאג יוני 23, 2016 4:01 pm
דורך בת קול
איך דריי מיך דא פון איין אשכול צום צווייטן, און פיל מאל קומט מיר אויס אריינצושפארצירן אין אן עוולה אשכול.

די מעשה גייט בערך אזוי- איינער האט געטוהן אן אזוי גערופענע white collar crime, זיך נישט צוגעשטעלט אינגאצן צו א תקנה פון א מוסדות, חסידות, מענטשהייט א.ד.ג., און די מוסדות/חסידות/מענטשן האבן אים אפגעטוהן צוליב דעם. (צוריקגעהאלטן דיפלאומא/ארויסגעשיקט פון מוסד/ אוועק גענומען זיין קליידער פון מקוה וכו', וכו'.)
די מענטאליטעט דא אין שטיבל איז אוטעמאטיש אויף- "נעבעך דער וואס איז געווארן אפגעטוהן!"
עס איז נישט קיין חילוק אז יענער האט זיך נישט צוגעשטעלט צו תקנות, געריסן רויטע ליניעס, אדער זיך געפירט נעגעטיוו. פלוצלינג ווערן זיי א גרויסע, אומשילדיגע, נעבעך!!!

סיריעסלי- איך ברעך פון דעם.
אמאל קומט זיך אן עונש. דער וועלט איז נישט הפקר עפטער אָלל.
עס איז אמת אז 2 wrongs don't make one right, אבער דריי מאכט עס אויך נישט גערעכט.

איך רוף זיך אפאר מאל בטעות אן, און איך זאג בטעות ווייל קיינער דא איז גרייט עס צו הערן. עווענטעלי, ווען מען מאכט פון פשטות, א ליטווישע תורה, פיץ איך ארויס פון די שמועס. איי הויפ נעווער טו געט קאט אין וואן עגען.
עס נעמט מיר ארויס די גאנצע געשמאק פון שרייבן אויף קאווע שטיבל. איך לייג דא אריין פיל מער ארבייט ווי איך וועל באקומען קרעדיט פאר, און מיט די גרעסטע הנאה. די הנאה צורינט זיך אבער, ווען איך עפען אן אשכול וואס רייסט נאר אינטער אונזער לעבן.

שוין, גענוג געפלאפערט.