אמין אומדערהערטער צייטונג, ללא בושה
נשלח: דאנערשטאג יוני 23, 2016 5:22 pm
כידוע איז א צייטונג דא צו ברענגען נייעס,
וואס מיינט נייעס,
עס פאסירט עפעס א אונטערסאטע געשעהניש,
און דער צייטונג ברענגט די נייעס דברים כהוויתן,
ווי פרישער די סחורה הרי זה משובח,
יעדער נייעס ברענגער זוכט צו אויסלויפן דעם קאנקורענצן צו כאפן די נייעס פריערט פונעם אנדערן,
היינט איז שוין אזוי אז א נייעס פון אונדערפרי איז שוין צו אלט פאר נאכמיטאג,
ס'גייט שוין אזוי ווייט אז די נייעס דארף זיין לייוו לעבעדיג בשעת די געשיכטע שפילט זיך אפ,
נו וואסי דען שייך מער פרישערע נייעס ווי לייוו,
לפלא גדול מערק איך א צייטונג - דער בלאט - וואס זעהט אויס אינעם דעספערט געיעג צו אויסלויפן דעם קאנקורענץ,
באריכטן זיי די וואך א נייעס וואס ס'גייט זיין, עתידות,
יא יא, ללא בושה וכלימה באריכטן זיי אויפן פאדערשטן בלאט, וואס ס'גייט זיין נעקסטע וואך דינסטאג,
עס ליינט זיך ווי פאלגענד מיט גרויסע שרייעדיגע קידוש לבנה אותיות,
"וויליאמסבורג וועט קומענדיגן דינסטאג...."
קודם כל, וואס ווייסטו וואס ס'גייט זיין נעקסטע וואך ביסט עפעס א נביא?
שנית, ווער פרעגט דיך? דיין דשאב איז נישט צו פארזאגן עתידות,
אי"ה נעקסטע וואך, פארצייל געזונטערהייט וואס עס האט פאסירט יענעם דינסטאג,
הכר נא זאת מצאנו,