בלאט 1 פון 1

גייטס מיר לחיים טובים ולשלום

נשלח: דאנערשטאג יוני 23, 2016 8:35 pm
דורך אפטעמיסט
א פרייליכער מעלדונג פאר אונז אומגליקליכע מענער:

נאכ'ן שמאכטן דא אין שטאט די לעצטע פאר חדשים און אהיים קומען צו אומגעבאדענע קינדער און פארכמארעוועטע ווייבער וואס צווינגן צו עסן זייער לעפט-אוווערס און באפעלן אויסצופאקן די גראסרי ארדער, קומט בעז"ה עטליכע רואיגע וואכן, אויסגעבעטענע טעג וואס מיר לעכצן דאך אזוי נאך.

ס'איז שווער משיג צו זיין וויאזוי מעקסי העלט וואלט געקענט פראדאצירן אזויפיל נערווען-פילן פאר די מענער ווען ס'וואלט חלילה נישט געווען אזא זאך ווי קאנטרי. די אכט וואכן אליין, די אכט וואכן מיט אומגעמאכטע בעטן, די אכט וואכן ווען מ'קען ביים אהיים קומען א ווארף טון די שיך ווי א שטיקל גארבעדש און שיסן דעם רעקל אויפ'ן קאוטש ווי א דאכענע, איז ווערד סאך מער ווי צען אלפים. ווען זיי פרעגן מיר וואלטעך זיי געשיקט פאר אכט חדשים.

נשלח: דאנערשטאג יוני 23, 2016 8:38 pm
דורך [NAMELESS]
פלעין אויפצו וועקן אפטעמיסט, איז שוין ווערד די גאנצע קאנטרי ביזנעס!

אפטע, אונז גיי מיר אויף א טשלענט? (אבער נאר קעי דזשעי)

נשלח: דאנערשטאג יוני 23, 2016 8:41 pm
דורך [NAMELESS]
הוי, מי יתן ויהיה גם לי...

נשלח: פרייטאג יוני 24, 2016 6:27 pm
דורך שמעון וואלף
אפטע, וואס עט זיין מיט די גלעט אויפ'ן בעקל ווען די רבנית איז אין קאנטרי?

נשלח: פרייטאג יוני 24, 2016 6:34 pm
דורך רויטע וואנצעס
א פרייליכער מעלדונג פאר אונז אומגליקליכע ניקס:

נאכ'ן שמאכטן דא אין שטיבל די לעצטע פאר חדשים און אהיים קומען צו אומגעבאדענע תגובות און פארכמארעוועטע אשכולות וואס צווינגן צו ליינען זייער לעפט-אוווערס און באפעלן אויסצופאקן די סיסטעם ווייטאג, קומט בעז"ה א אשכול פון [tag]אפטעמיסט[/tag]. א אויסגעבעטענע אשכול וואס מיר לעכצן דאך אזוי נאך.

ס'איז שווער משיג צו זיין וויאזוי מעקסי העלט וואלט געקענט פראדאצירן אזויפיל נערווען-פילן פאר די עולם דא, ווען אפטעמיסט וואלט חלילה נישט צוריקגעקומען זאגן העלא. די אשכול אליין, די אשכול אליינס מיט אירע פאר קארגע שורות, איז ווערד סאך מער ווי צען אלפים. ווען ער פרעגט מיר ווען וואלטעך געזאגט ער זאל דא בלייבן פאר לפחות נאך אכט חדשים.

נשלח: פרייטאג יוני 24, 2016 6:43 pm
דורך [NAMELESS]
איי... זכרונות! ווער געדענקט נאך ווען אפטע מיט רויטע זענען געווען גבאי...