בלאט 1 פון 2

ברעקזיט

נשלח: פרייטאג יוני 24, 2016 1:00 am
דורך קלוגע יודל
נישט געטראפן קיין אשכול וואס רעדט ארום וועגן די נושא, אויב ענגלאנד\UK זאל ארויס גיין פון די EU.

די ווארט brexit איז צוזאם געשטעלט פון צווי ווערטער Britain-Exit

די עיקר טענות פון די וואס האלון אז מען דארף זיך אפטיילן, איז וועגן אימעגראציע, וואס יעצט ווען עס איז צוזאמען מיט די EU קענען איינוואוינער פון אנדערע EU לענדער זיך דרייען אין ענגלאנד פראנק און פריי. (ענדליך צו טענות וואס די אמעריקאנע האבן וועגן מעקסיקא)

די טענות פון די וואס האלטן אז מען דארף בלייבן, איז אז עס איז זייער גוט פאר די עקענאמיע, דעס אז מען קען האנדלען פראנק און פריי צווישן די לענדער (import/export)

זאל יעדער לאזן דא הערן זיין מיינונג לכאן ולכאן.

Re: ברעקזיט

נשלח: פרייטאג יוני 24, 2016 1:02 am
דורך דעת תורה
שוין דערנאך, ניין? ברעקזיט האט געווינען

Re: ברעקזיט

נשלח: פרייטאג יוני 24, 2016 1:08 am
דורך קלוגע יודל
בילד
דא האלט עס יעצט, מיט %97 אפגעציילט, אלע גרויסע נייעס אנגענטורן האבן שוין דערקלערט זיג פאר די ברעקזיט.

די פונט איז געפאלן צו א נידריגקייט וואס עס שוין נישט געוועהן זייט 1985 צו $1.35 פאר א פונט

Re: ברעקזיט

נשלח: פרייטאג יוני 24, 2016 2:32 am
דורך קלוגע יודל
בילד

ברעקזיט האט געווינען מיט 1.3 מיליון מער שטימען.

נשלח: פרייטאג יוני 24, 2016 3:59 am
דורך ליפא
ברעיקינג: דעוויד קעמאראן, דער פריימיניסטער פון ענגלאנד, גייט רעזיינען!

נשלח: פרייטאג יוני 24, 2016 5:28 am
דורך עפעס אזוי
לפי ווי עס קוקט אויס איז נישט דא דא קיין ענגלישע וואס זאל געבן אביסל מער דיטעילס און Updates

Re: ברעקזיט

נשלח: פרייטאג יוני 24, 2016 5:50 am
דורך טאמבל סאס
דעת תורה האט געשריבן:שוין דערנאך, ניין? ברעקזיט האט געווינען


גאט זאל אוודאי היטן אויף די צוקונפט! אבער דערווייל זעט דאס אויס גוטע נייעס!

נידער מיט די פאשיזם, לארדשיפ און ענארמעס ביוראקראטיע.

צומאל דארף מען צוברעכן און ווידער אויפבויען פונדאסניי.

קלוגע יודל האט געשריבן:
די עיקר טענות פון די וואס האלון אז מען דארף זיך אפטיילן, איז וועגן אימעגראציע

הער אויף, דו מאכסט אונז אלע אויסקוקן ווי טראמפס.


Sent from my SM-G903F using Tapatalk

נשלח: פרייטאג יוני 24, 2016 9:02 am
דורך [NAMELESS]
ב"ה

נשלח: פרייטאג יוני 24, 2016 9:33 am
דורך קאמענטירער
טאמבל סאס האט געשריבן:
דעת תורה האט געשריבן:שוין דערנאך, ניין? ברעקזיט האט געווינען


גאט זאל אוודאי היטן אויף די צוקונפט! אבער דערווייל זעט דאס אויס גוטע נייעס!

נידער מיט די פאשיזם, לארדשיפ און ענארמעס ביוראקראטיע.

צומאל דארף מען צוברעכן און ווידער אויפבויען פונדאסניי.

קלוגע יודל האט געשריבן:
די עיקר טענות פון די וואס האלון אז מען דארף זיך אפטיילן, איז וועגן אימעגראציע

הער אויף, דו מאכסט אונז אלע אויסקוקן ווי טראמפס.


Sent from my SM-G903F using Tapatalk

אויב נישט אלץ אימעגראציע דאן וואס איז יא די גרויסע פראבךעם צו זייין און די יוניאן? איז עס נאר אלץ פטריאטיזעם? זיי זיך מער מסביר וואס דו מיינסט מיט צוברעכן\אויפבויען מער דיטעלס ביטע שכח

נשלח: פרייטאג יוני 24, 2016 9:36 am
דורך פידלער
טאמבל סאס האט געשריבן:
דעת תורה האט געשריבן:שוין דערנאך, ניין? ברעקזיט האט געווינען


גאט זאל אוודאי היטן אויף די צוקונפט! אבער דערווייל זעט דאס אויס גוטע נייעס!

נידער מיט די פאשיזם, לארדשיפ און ענארמעס ביוראקראטיע.

צומאל דארף מען צוברעכן און ווידער אויפבויען פונדאסניי.

קלוגע יודל האט געשריבן:
די עיקר טענות פון די וואס האלון אז מען דארף זיך אפטיילן, איז וועגן אימעגראציע

הער אויף, דו מאכסט אונז אלע אויסקוקן ווי טראמפס.


[tag]טאמבל סאס[/tag] איך קען מיך נישט אויס אבער איך זע אז מיינע פעיסבוך פריינט (אלע גאר ליבעראלע) זענען דעוועסטעיטעד. פון זייער ווערטער קוקט טאקע אויס אז זיי פילן אז יעצט קומט א טראמפ-סארט ראסיסטישע רעזשים. What gives?
Sent from my SM-G903F using Tapatalk

Re: ברעקזיט

נשלח: פרייטאג יוני 24, 2016 10:24 am
דורך טאמבל סאס
עס איז פיהל מער קאמפליצירט. נאר איך בין חושד אז אפילו די וואס רייטן אויף אן אנטי אימיגראנט טאן איז נאר כדי צו האבן די וואוט פון די המון ביי וועמען אן אפיעל צו טרייבעל אינסטינקטס, נאציאנאליזם און אינסטענט גראטיפיקאציע וועט פרודוסן די פארלאנגטע שטימונג מיט ווייניגער אנשטרענגונג ווי זיי צו פרובירן מסביר זיין די ווארקינגס אף עקענאמיקס. זיי וועלן נאך אסאך ליידן ביז זייערע פינאנציעלע לאגע וועט זיך פארבעסערן.

אויב איך פארשטיי עס גוט איז די EU פארוואנדלט געווארען אין א ריזיגע ביוראקראטישע וועלט וואס האט אפגעשלאסן די לענדער וואס אין איר פון די וועלט ארום און אויפגעבויעט אן ארטיפישעל עקענאמישע סיסטעם פרובירענדיג צו רעגולירן און קאנטראלירן ווי אזוי, מיט וואס, מיט וועמען און אויף וואספארא פרייזן מענטשן זאלן טרעידן. עס ווערט געפירט דורך אומערוועלטע אפישעלס וואס מאכן דעסיזשענס אונטער פארמאכטע טירן אנדעם וואס די בירגער פון די מדינות זאלן האבן א סעי. עס מאכט איין מדינה רייך אויפן חשבון פון די אנדערע און באלוינט דעם פוילן אויפן חשבון פון דעם פלייסיגן. עס באשטייט פון צען טויזנט ביוראקראטן, מיטלאלטער ענגלישע לארדס און פרינצן, וואס טוען גארנישט אחוץ דרעפטן נאך און נאך פארשאלטענע פעיפערווארק, רולס און פאליסיס צו האלטן די גרויסע פעט אוו לעיזי און די שוואכערע אומבאהאלפן זיך אויפצובויען. עקספלויטעישן, שוחד, שקר און חנופה. עס איז אנאנדערע דוגמא פון שפילן גאט. עס ווערט נישט געפירט דעמאקראטיש ווייל דאס דער צוועק פארוואס עס איז אינדזשענירט. אונזערע רעכטן צו טוישן האבן מיר שוין לאנג אויפגעגעבן.

ענגלאנד איז געווען בענעוואלענט צו אימיגראנטן נאך פאר זי האט געהערט צו די EU. די אנטי אימיגררציע פארטייען האבן אויפגעשפראצט טאקע ווייל דער בענאוועלעמס איז אביוזד געווארן מיט די אי יו פאליסיס. קוק אוסטריה למשל.


Sent from my SM-G903F using Tapatalk

Re: ברעקזיט

נשלח: פרייטאג יוני 24, 2016 11:09 am
דורך גראף
קוק א חילוק צווישען די ענגלישע מיט די אמעריקאנע. ווי נאר די ריזאלטס זענען אריין געקומען האט שוין די פריים מיניסטער געמאלדען זיין רעזיגנאציע. אין אמעריקע? קיינמאל נישט!! די פאליטישענס געבן נישט אויף אפילו ווען מען פירט זיי מיט הענדקאפס!

Re: ברעקזיט

נשלח: פרייטאג יוני 24, 2016 11:16 am
דורך גראף
און ווי אויך דארף די פריים מיניסטער כסדר גיין זיך אויסטעהנען מיט די אפאזיציע און אלע מאכען אלע מינ'ע מאדנע האווייעס און קולות , ייעעע נננעעעע. שטעלט זיך פאר אבאמע ברויך זיך שטעלן פארנט פון די ריפובליקענס אין קאנגרעס און מסביר זיין וועגן למשל אבאמע קעיר, ליביע וכו. ער קען נישט אפזאגן א דרשה און לויפען נאר מען נעמט איהם אויפ'ן צימבעל.

אויסער דעם קען איך נישט דערליידען די ענגלישע מענטעליטי פון ענטייטלמענט. די גאנצע וועלט באלאנגט פאר זיי אפילו זיי האבן שוין פארלוירען די קאלאניעס מישן זיי נאך אלץ א קאשע. אנטיסעמיטען.

נשלח: פרייטאג יוני 24, 2016 11:34 am
דורך שטילע אינגערמאן
א חסידישע איד אין ענגלאנד איז מסביר בטוב טעם פארוואס מזאל וואלן remain, אין בלייבן א חלק פון די EU
הערט אין האט הנאה.

זיין ענגלישע אקצענט איז עפעס צוקער זיס.

Re: ברעקזיט

נשלח: פרייטאג יוני 24, 2016 11:34 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
בילד

נשלח: פרייטאג יוני 24, 2016 11:48 am
דורך טאמבל סאס
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:א חסידישע איד אין ענגלאנד איז מסביר בטוב טעם פארוואס מזאל וואלן remain, אין בלייבן א חלק פון די EU
הערט אין האט הנאה.

זיין ענגלישע אקצענט איז עפעס צוקער זיס.

לויערס זענען זיך מחיה מיט די EU.
They love paperwork and the laws, rules and regulations that the Eu provides is their gravy train.

נשלח: פרייטאג יוני 24, 2016 11:49 am
דורך [NAMELESS]
:lol:

Re: ברעקזיט

נשלח: פרייטאג יוני 24, 2016 11:50 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
צווישען אידען הייסט'ס א גוטע זאך. אן אנטיסעמיט אין ווייטער דייטשלאנד קען זיין א שטימע אין דער רעגירונג וואס איז נוגע דער לעבען פון א איד אין מאנטשעסטער. אין ענגלאנד זעלבסט קען מען זיך אן עצה געבען מיט די לאקאלע אנטיסעמיט. וכ"ה לגבי שחיטה/מילה/מדינת ישראל ועוד.
לדעתי פאר דער וועלט איז אויך בעסער אזוי. איין אלמעכטיגע כח איז א סכנה. למעשה איז ענגלאנד א שטארקע כח אין די וועלט, אפגעזען צו ס'קומט זיך זיי, און טאמער ס'ווערט איינגעשלינגען אין דער eu קען עס זיין א סכנה. אזוי, פאר יעדער ריר פון די מעכטיגע eu צו אמעריקא צו רוסלאנד, האט מען נאך א קעגען—וויכט פון נאך א כח. דאס קען קומען צו נוץ פאר אידען און גוים צוזאמען.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

נשלח: פרייטאג יוני 24, 2016 2:30 pm
דורך קאמענטירער
אינטערסאנטע צופאל

נשלח: פרייטאג יוני 24, 2016 2:32 pm
דורך קאמענטירער
אויף וואטסעפפ

נשלח: פרייטאג יוני 24, 2016 2:33 pm
דורך קאמענטירער
אויף פעיסבוך

נשלח: זונטאג יוני 26, 2016 12:35 am
דורך פידלער
גראף האט געשריבן:קוק א חילוק צווישען די ענגלישע מיט די אמעריקאנע. ווי נאר די ריזאלטס זענען אריין געקומען האט שוין די פריים מיניסטער געמאלדען זיין רעזיגנאציע. אין אמעריקע? קיינמאל נישט!! די פאליטישענס געבן נישט אויף אפילו ווען מען פירט זיי מיט הענדקאפס!



You should write for the Onion!

http://www.theonion.com/article/america ... der--53156

Re: ברעקזיט

נשלח: זונטאג יוני 26, 2016 12:48 am
דורך גראף
Thanks for the compliment.
ברוך שכוונתי!