בלאט 1 פון 1

נאך אמאהל אין נאך אמאהל

נשלח: מאנטאג יוני 27, 2016 1:03 pm
דורך 65th
מע קען אהןפילען א ים מיט טרערן
מע קען אהןפילען א מקוה מיט בלוט
מע לערנט זיך גארנישט
א יעדער גט קריגט מען זיך אויף צוויי זאכען
״אנוכי ולא יהיה לך״
יעדעס מאהל וואס איינר גייט אראפ פין דרך וויל ער/זי מיטשלעפען די קינדער
אין טאמער סיז ביידע ציזאם - א גט ווען איינר איז אראפ פין דרך דעמאלס ווערט א וועלטס קריג
די קרבנות זענען אימער די קינדער
אלעמאהל שאט עס זיי
אבער ווער פרעגט זיי?
איך פארשטיי בעססער וואס איז גיט פאר זיי
די עסקנים האבען עקספיריענס אבער יעדער קייס איז אנדערשט
אויך נישט אלעמאהל ווייסט מען אלע פרטים
מע שעהמט זיך פשוט צי פארציילען
מע פילט זיך שולדיג
יענע איז דיך זיכער האלב גירעכט
די גיטע פריינט ראטען די ערגסטע עצות
זיי מישען זיך אריין אהן וויסן וואס טיט זיך
קאליע מאכען קען א קאץ
אבער די ענד איז אלע מאהל די זעלבע
טייכען בלוט מיט ימים טרערן אין א סאך קרבנות
טייערע אידען גידענקס גיט וואס איך זאג (שריי)
עטס ווילטס העלפן? ערשטנס מישט ענק נישט אריין! צווייטענס זאגטס אלעמאהל א גיטע פאזיטיווע ווארט! דריטנס נאך די פאקטן בלייבט גיטע פריינט
יא יא ! איך האב אליין גיזעהן אין מיין לעבען זאכען וואס איך וואלט קיין מאהל נישט גיגלייבט[emoji174]


Sent from my iPhone using Tapatalk