בלאט 1 פון 2

אינגערמאן, היט אפ דיין געלט

נשלח: דינסטאג יוני 28, 2016 12:24 am
דורך שטילע אינגערמאן
א וויכטיגע לעקציע וואס דארף געגעבן ווערן פאר אונזער קאמיוניטי איז די ענין פון שפארן געלט.

די סיבה כ׳ברענג ארויפ די וויכטיגע נושא איז היות ס׳איז מיר אויסגעקומען צו רעדן מיט א פרישע שנה ראשונה אינגערמאן.
ווי מער כ׳האב גערעדט מיט עיהם, אלץ מער האס איך געמיינט כ׳טאנץ ארויס פון מיין הויט.
ער האט נישט געוויסט די חשיבות פון געלט, ס׳איז עיהם נישט אנגעפאלן טראכטען אויף א רעגענדיג טאג, אלץ וואס די בעה״ב האט עיהם געצאלט חודשלך איז געווארן ארויס געפליקט אויפ שוואיל טאג אין שטותים, פון גרויסע קאפי אינדערפרי (האסט מיין ווארט, גיס דארט אריין Y&S coffee ער וועט נישט וויסן די נפק״מ, די עיקור ס׳קומט אין א גרויסע פארפירענע קאפ מיט א דעקעל) ביז פרעסן מיט פרענדס ביינאכט אין טייערע רעסטעראנען. די goal איז געווען אז סוף חודש זאל ער בלייבן מיט א גרויסע זירא אין די עקאונט.

דער דארכשניטליכע אינגערמאן וואס טרעפט א ד׳זאב אין א מזלדיגע שעה אין דארף ליעסן א קאר, תיכף לויפט עיהם די קאפ אויפ א SUV, ער טראכט נישט אפי פון א געהעריגע קאר, וואס הייסט? ער מאכט דאך 6 מאות א וואך,
דער אינגערמאן איז א מומחה אין מאכן חשבונות פארוואס ער דארף די SUV אין פארוואס אין לוינט זיך.
ס׳קאסט ס״ה הונדרעט מער א חודש. דאס קומט אויס 25 א וואך. 4 טולר א טאג. נו כ׳מעג מיר פארגינען 4 טולר א טאג, העכטצענס וועל איך פאר דער חשבון מער נישט קויפן יעדער אינדערפרי מיין אויבען דערמאנטע brewed coffee.
(כ׳וועל נישט אריין גיין אין די פאקט אז חוץ בארא פארק, ווילי, מאנסי, מאנרוי, איז ״כמעט״ נישט געהערט געווארן די מציאות פון ליעסן קארס, א חוץ ביי די גאר רייכע.
יא יא, איר הערט גוט. די דורכשניטליכע גוי וואס מאכט דאבל דיין מאגירע פעי טשעק, אין זיין לעבן קאסט עיהם וויניגער ווי האלב פון דיר, איז פערפעקט אקעי מיט קויפן די ליעס קאר וואס די האסט אויסגעפליקט פאר צוויי יאר.
אונזער אינגערלייט פאלט נישט אן פון קויפן א געניצטע קאר, אדער financing, ער האט קיינמאל געמאכט די חשבון וועלעכע איז טייערע אדער ווי מסעיווט געלט, סאיז א אוטעמאטיש ריפלאקס ״ליעס״)
מטראכט נישט ווי גייט די געלט? איז דא בכלל א באנק אינוואלווד? מווייסט מדארף יעדער חודש צאלן 400 פאר א קאר, אזוי ווי רענט.

זאגט מיר א אינגערמאן לעטצענס אז ער וואינט אין א 3 רומיגע דירה מיט 5 קינדער, אבער ער זוכט א גרעסערע דירה מיט א פלעי רום, א גרויסע דייניג רום.
כ׳פרעג עיהם מיטן גאנצע תמימות האסט ב״ה באקומען א נייע דזאב? סאיז דא א שפע?
ניין, כ׳בין געווארן עפרווד אויפ סעקשען 8, כ׳קען זיך ערלויבן גרעסער, ביז יעצט צאל איך 2000 יעצט אז סעקשען 8 גייט מיר צאלן 1500 דארף איך א דירה פאר 3500.
די האר פון קאפ קען זיך אויפשטעלען סארא טיפוש דער אינגערמאן איז. ס׳איז דיר נישט אנגעפאלן אוועק צו לייגן חודשלך 1500? ס׳איז די גאנץ באקוועם אין די יעצטיגע דירה, איז עפעס א חיוב אז די טשעיס עקאונט זאל זיין סוף חודש א זירא באלאנס?
עטץ כאפסט ווי אזוי דער אינגערמאן קאפ איז געווייערד? ממש א הימל געשריי.

די זעלבע אינגערמאן טוט זיך אויףאז ער גייט יעדער יאר זוממער אין קאנטרי אין זאגט מיט א געווינס אז דע טעקס ריטערן קאווערט עס פונקטליך, ער טוט זיך אויפ אז ער איז א אויסגערעכענטע, ס׳קאסט נישט קיין פעני מער ווי די ריטורן,
קאמאן, די ווייסט אז אין 5 יאר ארום הייבסטו אן חתונה מאכן? סאיז די אנגעפאלן פון אוועק לייגן? אדער די שארסט זיך שוין יעצט צו צום עסקן ער זאל מאכן א פיינע טיי אווענט.

נאך א שגעון. שנה ראשונה וויעקעישען, מ׳גייט קיין ישראל, מגייט ווייזען די ווייב ווי גוט מ׳קען די מדינה נאכן שטיפן דארט דריי יאר.
כמעט נישט שייך די טריפ זאל קאסטן וויניגער ווי 8 אלפים, די טיקיטס אליין קאסטן א הון רב, מיז אינשטיין אין די ווארלדוב היסטאריע ווייל זיי האבן דארט א שענדעיליער פון איטאליע, אין נישט פארגעסען אז דינגען א קאר מיז אויך זיין א ראק אין רויל קאר ווייל אנדריש איז עס נישט וועקעישן, אין אפגערעדט ווי מגייט עסען אין די טייערעסטע רעסטעראנען וואס גראף פאטארצקי האט זיך קום ערלויבט.
פון ווי נעמט דער אינגערמאן די געלט פארן וויעקעישען? איז אזוי, קודם כל מליידיגט אויס די גאנצע סעווינגס וואס דער מיידעל האט אריין געברענגט צום חתונה (טאמער די טאטע האט עס נאך נישט געלקחנט) אין די רעשט קומט פון דרשה געשאנק אין אביסעל טאקע צאלט עמערעקען עקספרעס.
די קענסט מיר מסביר זיין פארוואס מקען נישט גיין וועקעישן דא אין די סטעיטס? ממוז אויס ליידיגן יעדער פרוטה מפארמאגט?

רבותי, כ׳האב שוין נישט קיין כח צו שרייען
כ׳קען אנגיין מיט משלים ביז די טינט וועט אויס גיין,
היוצא לנו מכל זה, אונזער אינגווארג האט נישט קיין בלאסן אנונג די חשיבות פון געלט, ביזן חתונה באקומען מען אלץ מיט א זילבערענע לעפעל, אין נאכן חתונה קנאקט מער ארויס יעדער פרוטה וואס קומט אריין, אז סוף חודש אין א בחינה פון בגפו יבא בגפו יצא.
מדארף לערנען אונזער קינדער אז מדארף נישט האבן אלץ וואס די שכן האט, סאיז פארהאן א זאך ווי א אינוועסטמענט, טריי אריין צו לייגן ערגעץ געלט, סוועט וואקסן וגו׳
מדארף זאגן פאר די קינדער, טאמער האסטו א אייפאון 5 איז עס גוט, די מיסט נישט האבן די 6 צוזאם מיט Tim Cook. די מיסט נישט האבן די שענסטע קאר אויפן בלאק, נאך אלץ ביסטו א קאקא וואס דעקט מיטאמאל די חודש.

Re: אינגערמאן, היט אפ דיין געלט

נשלח: דינסטאג יוני 28, 2016 12:44 am
דורך קל וחומר
שטילע האט זיך גענומען אריינפראקן אינעמוילעם ווי קיינמאל בעפאר.
שניידט, זעגט, האקט, פליקט, שפאלט, שיסט אריין מיט א קראפט וואס נאר די פונעם זיבעציגסטן שטאק פונעם ווארלד טרעיד האבן געזען יענעם ניין דער עלעפטער.

נשלח: דינסטאג יוני 28, 2016 12:49 am
דורך געוואלדיג
און דאס אלעס איז אלס א [tag]שטילע אינגערמאן[/tag]

נשלח: דינסטאג יוני 28, 2016 12:56 am
דורך [NAMELESS]
.

נשלח: דינסטאג יוני 28, 2016 1:27 am
דורך נולד מאוחר
שטילע, דאס ביסעל הנאה וואס מיר האבן וואס ווילסטו אויך אוועקנעמען.
דער בחור איז געזיצען אין ישיבה און אויפגעגעבן אויף אלע תאות עולם הזה , יעצט פיינעלי ער קען שוין אליינס גיין , פארגינסט עם נישט.
די פיינענסעס איז ממילא אין די אדמה, די 10 15 אלפים וועט גייט גרויסע חילוק נישט מאכן. באלד האט ער דריי/דרייצען פיצילך קינדער. אדרבה לאז עם אביסעל אינדזשויען.

נשלח: דינסטאג יוני 28, 2016 2:23 am
דורך יואב
כ'וואלט ווען געוואלט קענען זאגן "איך קום שוין פון דארט," למעשה קום איך נאך נישט פון דארט, אבער איך קען מיך אביסל מיט דעם גוי. דער עוורידש גוי אין דער סיטי לדוגמה טוט גארנישט בעסער מיט זיין געלט. צו זיין מזל האט מער עדווענטידשעס הויפטזעכליך צוליב דער בחירה וואס א גוי באקומט משא"כ דער איד. ביים גוי איז באמת בגפו יבא און בגפו יצא, ווערעס דער חסיד וואס האט זיך איבערנאכט געטראפן פארכאפט מיט א דירה, ווייב, קינד און קינדער. אוודאי מוז ער האבן א גרעסערע דירה. און פארוואס זאל ער נישט מעגן גיין וואקאציע ווען ער ארבעט ווי א חמור, ווייל באלד "מוז" ער חתונה מאכן זיינע קינדער וואס ער האט אוודאי אויך אראפגעברענגט אויף דער דאזיגער וועלט צוליב אויסגערעכנטקייט?

למעשה מיין איך אבער אז ס'איז סתם א סטעריאוטייפ. ס'האט גארנישט מיט חסידים, און בד"וו ליעסט מען קארס אינדרויסן פון בארא-פארק, וויליאמסבורג, מאנסי און מאנרוי. אפשר ווייניגער סובערבנס און אדעסיס, און מער בי עם דאבליוס און פיקאפ טראקס. ס'איז פאראן אלע סארט מענטשן, פון זיין קארג, ביז סתם אזוי שפארן, נארמאל און ספענדן אין דער וועלט אריין. כ'קען גענוג אין נאך חסידים וואס שפארן וואו זיי קענען נאר. וואס זאלן זיי טון אז זיי זענען געצווינגען צו לעבן א טייער לעבן? און פליז לאז דעם אינגערמאן גיין אביסל האנימאן. דאס לעבן עהעד איז גענוג באקאקט

נשלח: דינסטאג יוני 28, 2016 8:44 am
דורך שצם_חנכל
דעפרעסטע אשכול דאס,

די אנלי ריעזאן צו גיין האנימאן איז ווייל ס׳לעבן איז באקאקט אין אפאר יאר פון יעצט? שפרינג איך ענדערש פון ברידזש

Re: אינגערמאן, היט אפ דיין געלט

נשלח: דינסטאג יוני 28, 2016 8:47 am
דורך פליקער
הייליגער שתקן! וויפיל טייכן טרערן האב איך שוין פארגאסן אויפן ענין, איך שפיר מיט דיין ווייטאג.
איך וועל נאר מוסף זיין איין נקודה אז מיר לעבען אין א זמן ווי עס איז קיין רחמנות נישט פארהאן, נישט דער בוטשער, נישט דער גראסערי, און נישט דער גרויזאמער שכר לימוד קאלעקטאר, נישט קיין קליידער געשעפט, קיינער האט קיין באזינדערע רחמנות אויף דיין ליידיגע קעשענע, זה הכלל אויב צאלסטו נישט באקומסטו נישט, יא קימחה דפסחא זיכער מען וועט דיך פיין מבזה זיין פאר א טיי אווענט, אבער געב מיר פלעין א דיסקאנט, אדער קום פשוט נישט שנארן ביי מיר ווייל איך קלעק קוים דאס נישט, אדער נעמסטו צדקה אדער טיילסטו ווייל דער באשעפער קוקט אוו הערט.

Sent from my VS987 using Tapatalk

Re: אינגערמאן, היט אפ דיין געלט

נשלח: דינסטאג יוני 28, 2016 8:56 am
דורך מפוזרי
פון די וויכטיגסטע און מערסט צום פּונקט אשכולות.

Re: אינגערמאן, היט אפ דיין געלט

נשלח: דינסטאג יוני 28, 2016 9:23 am
דורך א איד
דערמאן איך זיך יעצט ווען איך בין געווען א אינגערמאן (נישט קיין שטילע) און כהאב געוואטשט אויף יעדן פרוטה, אבער היינט שוין גארנישט דא דערפון.... [emoji30] [emoji30] [emoji30]
איך בין נישט געגאנגען האנימאן ווייל א עס פאסט נישט פאר א חסידישע אינגערמאן

נשלח: דינסטאג יוני 28, 2016 10:07 am
דורך תורה ומדע
"דארף לערנען אונזער קינדער אז מדארף נישט האבן אלץ וואס די שכן האט, סאיז פארהאן א זאך ווי א אינוועסטמענט, טריי אריין צו לייגן ערגעץ געלט, סוועט וואקסן וגו׳
מדארף זאגן פאר די קינדער, טאמער האסטו א אייפאון 5 איז עס גוט, די מיסט נישט האבן די 6 צוזאם מיט Tim Cook. די מיסט נישט האבן די שענסטע קאר אויפן בלאק, נאך אלץ ביסטו א קאקא וואס דעקט מיטאמאל די חודש."

דער בראך ליגט אין חסרון פון עדוקעישאן. אויב דער אינגערמאן וואלט געגאנגען אין קאללעדש און געלערענט וועגען פינאנס און עקאנאמיע, וואלט ער זיך בייהאווענט מיט דער וועלט פון ריספאנסיביליטי און פלענינג כדבעי, און וואלט געווען מער מעטור און מבוגר. למעשה איז ער בדרך כלל א בור ריק וואס אויסער לערנען און אידישקייט וואס ער קען נישט, קען ער אויך נישט קיין נארמאלען ענגליש און האט נישט קיין אהנונג וויאזוי דער ציוויליזירטע וועלט ארבעט. נו וואס ווילט איהר נעבעך פון איהם.
ווען מיר וואלטען זיך געזארגט פאר אונזערע דורות וואלטען מיר אויף געשטעלט "היימישע" קאלידשעס און יוניועערסיטעטן צו העלפען דער יונגער דור זיך אינטעגרירען אינעם פינאנסיעלער ריעליטי פונעם היינטיגען תקופה אזויווי חז"ל זאגען "כאילו מלמדו ליסטות" היינט וואלטען חז"ל געשריבען מלמדו ללסטם את השלטונות..

נשלח: דינסטאג יוני 28, 2016 10:16 am
דורך מישו מאוד מעניין
לכבוד הרב שטילע
איך האב מוראדיג הנאה גהאט צו ליינען וואס די האסט גשריבען פשוט יעדער איינציגסטע ווארט איז אמת
טאקע נישט אלע ווילען עס פארשטיין אבער גרעכט "ביזטו".
איך בין גוועהן א בחור און מירער ישיבה. מען האט גהאקט א לעבן. יעדן טאג זענען מיינע חברים גאגנגען עסן און א צווייטע רוסטורנט איך פלעג ארבייטן רוב טאג און איך פלעג מיט גיין מיט זיי אבער קיינמאל גארנישט געקויפט קיין עסן
זיי האבן אייביג גלאכט ווי א קארגער בחור איך בין, איך פלעג זיי אייביג זאגן יעצט לאכן ענק פון מיר נאכן חתונה גייט מען זעהן ווער עס גייט לאכן פון וועמען.
אונז אלע האבן ב"ה חתונה גהאט איך בין אנגקומען צום חתונה מיט $ 50,000 פון שפארן נאך א שקל מיט נאך א שקל
יעצט לאמיר רעדן תכלית זיי זענען גפארן פיהל מיט outing's און גהאקט א לעבן {איך אויך אבער וואס קאסט נישט קיין געלט} און זיי האבן חתונה גהאט אן קיין דולר און טאש איך וואס איך האב נישט יעדן טאג געגסען שווארמה און גפארן ג'יפים און אן געקומען צום חתונה מיט פופציג טוזנט דולר און טאש אוועק געלייגט צו קויפן א הויז איז ווער די חברה מאן??????????
יעדער איינער זאל מאכן ביי זיך א חשבון פארן פארן האלידעס אז עס איז דא הערליכע פלעצער צו פארן וואס קאסט נישט אסאך {איך זאג נישט מען זאל נישט פארן}
וואס א חילוק די עיקר איז איך ווינטש פאר יעדער איינער זאל מאכן א באנטש געלט קענען הנאה האבן פון די געלט און האקן א לעבן

נשלח: דינסטאג יוני 28, 2016 10:22 am
דורך ירח בן יומו
יואב האט געשריבן: ווייל באלד "מוז" ער חתונה מאכן א זאק לחליחות וואס זענען נישט אריבער א קאנדאם?


האט דיין טאטע דיך אנוטערגעפירט די חופה מיט דעם מחשבה?

נשלח: דינסטאג יוני 28, 2016 10:39 am
דורך שמעקעדיג
תורה ומדע האט געשריבן:דער בראך ליגט אין חסרון פון עדוקעישאן. אויב דער אינגערמאן וואלט געגאנגען אין קאללעדש און געלערענט וועגען פינאנס און עקאנאמיע, וואלט ער זיך בייהאווענט מיט דער וועלט פון ריספאנסיביליטי און פלענינג כדבעי, און וואלט געווען מער מעטור און מבוגר.

היינט איז שוין פאראן די 'חתנים שיעורים' ווי מען לערנט אסאך די חתנים פון פינאנץ און בודזשעטינג, צו לעבן אויסגערעכנט און זיך היטן פון חובות.

ווי אויך איז שטארק כדאי אז עלטערן זאלן רעדן צו די קינדער בעפאר מען מאכט זיי חתונה (נישט נאכדעם!! הזהרו), זיי אנגרייטן אביסל אין לעבן זיי זאלן וויסן קלאר את אשר לפניהם, ואת הדרך אשר ילכו.

נשלח: דינסטאג יוני 28, 2016 11:44 am
דורך תורה ומדע
אנטשולדיגט מיר, אבער קאללעדזש קורסן זענען אויף גאר אן אנדערע ניווא.

נשלח: דינסטאג יוני 28, 2016 12:28 pm
דורך שמעקעדיג
אודאי אזוי! אבער לכה"פ דער מינימום השגה דערין לערנט מען כאטש אויס, ותן לחכם ויחכם עוד.

נשלח: דינסטאג יוני 28, 2016 12:57 pm
דורך יואב
ירח בן יומו האט געשריבן:
יואב האט געשריבן: ווייל באלד "מוז" ער חתונה מאכן א זאק לחליחות וואס זענען נישט אריבער א קאנדאם?


האט דיין טאטע דיך אנוטערגעפירט די חופה מיט דעם מחשבה?

וואס פונקטליך ער האט געטראכט אונטער מיין חופה ווייס איך נישט. אפשר א פשט אויף בניך כשתילי זתים, אפשר געמאכט דעם חשבון אז אין אכצן יאר מיט ניין חדשים וועט ער האבן א חתונה פון אן אייניקל, און צי ער וועט שוין דעמאלט מוזן נעמען אפפער לעוול אדער נאך קענען קומען פון לאויער כדרך בני אדם; אפשר פראבירט זיך צו דערמאנען ביי וועמענ'ס חופה פון צווישן די עלף אנדערע קינדער וואס ער האט חתונה געמאכט האט אויך גערעגענט. הפנים אפגעזען וואס ער האט געטראכט ביי מיין חופה, ניין חדשים פאר מיין געבורט האט ער זיכער קיין סך נישט געטראכט.

נשלח: דינסטאג יוני 28, 2016 1:07 pm
דורך שבת אחים
יואב האט געשריבן:
ירח בן יומו האט געשריבן:
יואב האט געשריבן: ווייל באלד "מוז" ער חתונה מאכן א זאק לחליחות וואס זענען נישט אריבער א קאנדאם?


האט דיין טאטע דיך אנוטערגעפירט די חופה מיט דעם מחשבה?

וואס פונקטליך ער האט געטראכט אונטער מיין חופה ווייס איך נישט. אפשר א פשט אויף בניך כשתילי זתים, אפשר געמאכט דעם חשבון אז אין אכצן יאר מיט ניין חדשים וועט ער האבן א חתונה פון אן אייניקל, און צי ער וועט שוין דעמאלט מוזן נעמען אפפער לעוול אדער נאך קענען קומען פון לאויער כדרך בני אדם; אפשר פראבירט זיך צו דערמאנען ביי וועמענ'ס חופה פון צווישן די עלף אנדערע קינדער וואס ער האט חתונה געמאכט האט אויך גערעגענט. הפנים אפגעזען וואס ער האט געטראכט ביי מיין חופה, ניין חדשים פאר מיין געבורט האט ער זיכער קיין סך נישט געטראכט.


ווילד! :)

נשלח: דינסטאג יוני 28, 2016 1:10 pm
דורך שבת אחים
פליקער האט געשריבן:הייליגער שתקן! וויפיל טייכן טרערן האב איך שוין פארגאסן אויפן ענין, איך שפיר מיט דיין ווייטאג.
איך וועל נאר מוסף זיין איין נקודה אז מיר לעבען אין א זמן ווי עס איז קיין רחמנות נישט פארהאן, נישט דער בוטשער, נישט דער גראסערי, און נישט דער גרויזאמער שכר לימוד קאלעקטאר, נישט קיין קליידער געשעפט, קיינער האט קיין באזינדערע רחמנות אויף דיין ליידיגע קעשענע, זה הכלל אויב צאלסטו נישט באקומסטו נישט, יא קימחה דפסחא זיכער מען וועט דיך פיין מבזה זיין פאר א טיי אווענט, אבער געב מיר פלעין א דיסקאנט, אדער קום פשוט נישט שנארן ביי מיר ווייל איך קלעק קוים דאס נישט, אדער נעמסטו צדקה אדער טיילסטו ווייל דער באשעפער קוקט אוו הערט.

Sent from my VS987 using Tapatalk


אין א רשעותדיגע גרויזאמע קעפטיליסטישע סאסייעטי ווי דער דאללער איז גאט פארלאנגסטו רחמנות פונעם בוטשער? Sweet Dreams מיין פריינד.

נשלח: דינסטאג יוני 28, 2016 1:20 pm
דורך לית דין בר נש
יואב האט געשריבן:וואס פונקטליך ער האט געטראכט אונטער מיין חופה ווייס איך נישט. אפשר א פשט אויף בניך כשתילי זתים, אפשר געמאכט דעם חשבון אז אין אכצן יאר מיט ניין חדשים וועט ער האבן א חתונה פון אן אייניקל, און צי ער וועט שוין דעמאלט מוזן נעמען אפפער לעוול אדער נאך קענען קומען פון לאויער כדרך בני אדם; אפשר פראבירט זיך צו דערמאנען ביי וועמענ'ס חופה פון צווישן די עלף אנדערע קינדער וואס ער האט חתונה געמאכט האט אויך גערעגענט. הפנים אפגעזען וואס ער האט געטראכט ביי מיין חופה, ניין חדשים פאר מיין געבורט האט ער זיכער קיין סך נישט געטראכט.

ווען נישט איך בין דיין טאטע וואלט איך דיר געלייקט פאר דיין שפראך
אבער וויסן זאלסטו אז ניין חדשים פאר די ביסט געבוירן האב איך גראדע יא געטראכט איך האב געטראכט פון די אבות הקושים און די אמהות הקדושות און פארשטייט זיך פון די רבי ז"ל צורה.

Re: אינגערמאן, היט אפ דיין געלט

נשלח: דינסטאג יוני 28, 2016 3:01 pm
דורך מפוזרי
און מ'זעט טאקע וויפיל ס'האט אויפגעטון.

נשלח: דינסטאג יוני 28, 2016 6:57 pm
דורך רויטע וואנצעס
יואב'ס טאטע האט לכאורה געליינט שלום עליכם'ס ווערק יענעם טאג אין כולל אונטער די שו"ע באהאלטנערהייט.

נשלח: דינסטאג יוני 28, 2016 7:05 pm
דורך איך אויך
אה דאס מאכט שוין סענס.