בלאט 1 פון 1

כ'וויל מודיע זיין דעם עולם....

נשלח: מיטוואך יוני 29, 2016 1:04 am
דורך שטילע אינגערמאן
מער ווי איינמאל געהאט אז כ'האב געוואלט סתם שיסן א געדאנק אדער א ידיעה און געהאט א הארד טיים טראכטן אין וועלעכע אשכול מקען עס אריין בלענדן.
כ'עפען אויף די אשכול טאמער וויל א חשוב'ע ניק סתם מודיע זיין די עולם איבער אלץ וואס.

ובזה החלי.
כ'האב באקומען א אפפער אין אישי, איינער וואס אפקויפן מיין גאליציאנע אוצר פאר 2 אלפים, אזוי ווי ס'זעהט אויס קען זיין די מכירה גייט ווערן געשלאסן.

נשלח: מיטוואך יוני 29, 2016 1:19 am
דורך שבת אחים
געב די מעשר פאר קאווע שטיבל. :)

נשלח: מיטוואך יוני 29, 2016 1:35 am
דורך [NAMELESS]
וואס גייט יענער טון מיט עס? ער וועט עס קובר זיין כדין ביי עם אינדערהיים? (ביז זיין איר אייניקל וועט זיך אנטרעפן אין גאז סטאנציע מיט א חסידישער אינגערמאן און עס עם אוועקשענקען לשם קבורה וחוזר חלילה).

נשלח: מיטוואך יוני 29, 2016 1:44 am
דורך בעל מדות
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:ובזה החלי. כהאב באקומען א אפפער אין אישי, איינער וואס אפקויפן מיין גאליציאנע אוצר פאר 2 אלפים, אזוי ווי ס׳זעהט אויס קען זיין די מכירה גייט ווערן געשלאסן.

אינגערמאן, היט אפ דיין געלט!

נשלח: מיטוואך יוני 29, 2016 10:25 am
דורך [NAMELESS]
פארבלענדט דיר נישט פאר א יוקאן האלט דיר צום קרייסלער, שטילע.

נשלח: מיטוואך יוני 29, 2016 10:34 am
דורך א איד
שטילע שיק מיר שנעל אריין אפאר ארטיקלען, נאך פאר די מכירה גייט אריין אין אפעקט.

נשלח: מיטוואך יוני 29, 2016 10:42 am
דורך קל וחומר
איך וואלט עס נישט פארקויפט פאר צען אלפים.

שוין, כ'וויל נישט מבטל זיין די מכירה.
(אזויפיל קענסטע יא וויסן אז טאמער האסטו באקומען אן אפפער פאר צוויי אלפים, איז עס מסתמא ווערד צוואנציג).

נשלח: מיטוואך יוני 29, 2016 11:44 am
דורך סמבטיון
און אויב יענער זאגט דיר דו קענסט עס נישט פארקויפן פאר מער ווי צוויי, זיי זיכער אז יענער גייט עס פארקויפן פאר 5.

נשלח: מיטוואך יוני 29, 2016 12:07 pm
דורך [NAMELESS]
אקעי, איך מיין אז דער עולם זאל דא צולייגן א האנט און מ'גייט עס אויסלייזן (נו וואס דען וויל שטילע), יעדער זאל זיך משתתף זיין כפי יכלתו און בעזר ה' וועט מען אנקומען צו אן אסטראנאמישע סכום וואס וועט זיכער אבערראשן שטילע, און די הייליגע כת"י וועט ווערן נכסי ק"ש.

אנדערע געדאנקען זענען וועלקאם...

נשלח: מיטוואך יוני 29, 2016 12:32 pm
דורך שטילע אינגערמאן
טאמער איז די עולם אינטרעסירט בין איך גרייט עיהם צו פארקויפן א חלק אין די רעדט וועט בלייבן ביי מיר ארויפ צו לייגן אויפן שטיבעל.
כדארף נאר וויסן טאמער די גאנצע אוצר רעדט בכלל צום עולם, אנדריש איז א שאד די געלט אין צייט

נשלח: דאנערשטאג יוני 30, 2016 4:29 am
דורך berlbalaguleh
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:טאמער איז די עולם אינטרעסירט בין איך גרייט עיהם צו פארקויפן א חלק אין די רעדט וועט בלייבן ביי מיר ארויפ צו לייגן אויפן שטיבעל.
כדארף נאר וויסן טאמער די גאנצע אוצר רעדט בכלל צום עולם, אנדריש איז א שאד די געלט אין צייט

שטילע יונגערמאן: פאר עפעס א סיבה ביניך זייער סקעפטיש אז דער גאליציאנער אוצר עקזיסטירט בכלל אין די פארמאט וואס דער עולם פאנטאזירט דא. אפשר באשטייט עס פון א פאר אלטע הערינג דזשארס און אנדערע כלי חרס אין וואס מ'האט אינדערהיים געמאכט זויערע מילעך...! ווייל ס'איז שוין לכה"פ 2 יאר זייט דו האסט אנטדעקט דעם אוצר, און דו האסט נאכנישט ארויפגעלייגט קיין איין ערנסטן ארטיקל באזירט אויף אט דעם אוצר. פון וואס דער עולם וואלט זיך באלעקט די פינגערס...!

נשלח: דאנערשטאג יוני 30, 2016 4:34 am
דורך קאצקע ציקער
berlbalaguleh האט געשריבן:

אין כאן לא אוצר ולא כסף ולא אלפים....

נשלח: דאנערשטאג יוני 30, 2016 5:53 am
דורך איך אויך
איך זאג דאך די זעלבע אלל עלאנג.

נשלח: דאנערשטאג יוני 30, 2016 7:20 am
דורך מפוזרי
ס'איז שוין געווען מער ווי איין ערנסטער אַרטיקל, און דער עולם האט זיך פיין באלעקט די פינגער.
ס'איז שוין איינמאל אן אוצר, ותקוותי אז מ'וועט עפּעס איבערלאזן דא אין שטיבל.

נשלח: דאנערשטאג יוני 30, 2016 9:50 am
דורך א איד
איך האב געזעהן דעם גאליציענעם אוצר, אויף דעם מהלך פון זיין סקעפטיקל אויף יעדע זאך, קומט נאר אן אין די אדמה, וואס וועט מען אויפטוהן? אז שטילע וועט נישט לייגן מער קיין סחורה.
נניח אז ער האט נאר איינגערעדט דעם עולם אז עס איז א גאליציאנער אוצר, און עכט איז עס זיינע אייגענע זאכן, למעשה איז עס זיינע זאכן, און יעדער האט הנאה פון יעדע ארטיקל עקסטער.

נשלח: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:52 am
דורך געוואלדיג
איך פארשטיי נישט, שוין געווען דא כמה ארטיקלען פונעם אוצר, סיי אלס אשכולות און אזוי אויך דריי ארטיקלען פון דעם אינעם פה-סח 2, חוץ אויב ענק האלטן שטילע פאר אזא שרייבער צו קענען שרייבן מיטן ארגינעלן אלטן אידיש.

נשלח: דאנערשטאג יוני 30, 2016 3:22 pm
דורך berlbalaguleh
א איד האט געשריבן:איך האב געזעהן דעם גאליציענעם אוצר, אויף דעם מהלך פון זיין סקעפטיקל אויף יעדע זאך, קומט נאר אן אין די אדמה, וואס וועט מען אויפטוהן? אז שטילע וועט נישט לייגן מער קיין סחורה.
נניח אז ער האט נאר איינגערעדט דעם עולם אז עס איז א גאליציאנער אוצר, און עכט איז עס זיינע אייגענע זאכן, למעשה איז עס זיינע זאכן, און יעדער האט הנאה פון יעדע ארטיקל עקסטער.

א איד: ראה אמרתך למטה...פיינע נייעס...!

נשלח: דאנערשטאג יוני 30, 2016 4:50 pm
דורך קאצקע ציקער
מיין פריעדיגע תגובה איז באמת נאר געווען א ווערטל בעלמא.

נשלח: דאנערשטאג יוני 30, 2016 5:41 pm
דורך שטילע אינגערמאן
קאצקע ציקער האט געשריבן:מיין פריעדיגע תגובה איז באמת נאר געווען א ווערטל בעלמא.

ס׳גייט מיר גאנץ וויניג אן, ביסט א קריכער אין טראלל עני וועי, זירא ריספעקט פאר דיר.

נ.ב. באמת נאר א ווערטעל בעלמא

נשלח: דאנערשטאג יוני 30, 2016 6:19 pm
דורך קאצקע ציקער
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:
קאצקע ציקער האט געשריבן:מיין פריעדיגע תגובה איז באמת נאר געווען א ווערטל בעלמא.

ס׳גייט מיר גאנץ וויניג אן....