בלאט 1 פון 1

ניו יארק וויהל

נשלח: מיטוואך יוני 29, 2016 5:52 pm
דורך קאמענטירער
סקומט אריין אין די נייעס אז:
uuhk.JPG
uuhk.JPG (24.71 KiB) געזען געווארן 1464 מאל

די מעגא פראיעקט אנטשפרעכט צו זיין איינע פון די ניו יארקע סימבאלען און מעגליך אפילו נאציאנאל, סדארף זיין אפילו מעכטיגער און גרעסער ווי די ביז יעצטיגע באקאנטע גרעסטע פעריס וויל אין די וועלט פון ענגלאנד!! די הייעך וועט זיין אזוי הויך ווי א זיבעציג שטאקיגע געביידע, און סוועט דויערן ארום א 45 מינוט צו דעקן איין ראונד פונעם וויל.

און אונטער די גאנצע פריאעקט שטייט אן היימישע יודל פון בארא פארק!! איינער הרב לייפער הי''ו, און האט שוין אפילו געגעבן אן אונטערוויא אויף קול מבשר, ער דערציילט אז ער גייט מאכען 36 קאבינעס וואס סימבאלאזירט די יודישע מספר פון ל''ו, און אזוי ווי די ''פעריס וויל'' האלט אין איין פארען אן קיין אפשטעל וועט עס גיין גענוג שטייט אז מענטשען זאלן קענען אריינגיין אינעם קאפסול בשעתן פארן, אזוי אויך קלעימט ער אז ווי באלד מרעדט דא פון א וואלקן קראצער סטרוקטור גראבט מען אראפ זייער טיף ביז מקומט אן צו די פעלז וואס איז גענוג שטארק צו האלטען אזא סטרוקטור, ממילא אפילו גאנץ אויבן איז פונקט אזוי סעיף ווי עני בריזש און טעקנעקלי קען עס זיין אפען אפי' אין די שווערע וועטערס, סגייט זיין אפען ביז די שפעטע נאכט שעות די שטאט גייט ספעציעל פארגערעסערן די פערי סערוויס לכבוד אים

בקיצור קניינע הארע איינער משלנו דרייט א שטאט הי דיד איט!!!
דא האט איר א לינק צו זיין סייט
און דא זענען די אטעם
פארכאפענדע בילדער

נשלח: מיטוואך יוני 29, 2016 5:57 pm
דורך שלום על ישראל
זייער זייטל איז למטה

נשלח: מיטוואך יוני 29, 2016 6:03 pm
דורך קאמענטירער
שלום על ישראל האט געשריבן:זייער זייטל איז למטה

וואס האט איר טענות מגראבט דאך יעצט פאר די פאונדעישאן.... :lol:

נשלח: מיטוואך יוני 29, 2016 6:03 pm
דורך ליפא
מען האט אים שוין באזייטיגט. ער sued יעצט

נשלח: מיטוואך יוני 29, 2016 6:06 pm
דורך שלום על ישראל
קאמענטירער האט געשריבן:
שלום על ישראל האט געשריבן:זייער זייטל איז למטה

וואס האט איר טענות מגראבט דאך יעצט פאר די פאונדעישאן.... :lol:

לאל, אבער וויאזוי קענען די בילדער זיין פארכאפענדע?

נשלח: מיטוואך יוני 29, 2016 7:35 pm
דורך חסיד
http://therealdeal.com/2016/01/22/761313/
יאפ כ'מיין אז התאחדות זאל קאטאגאריש אסור'ן דאס גיין דערויף

נשלח: דאנערשטאג יוני 30, 2016 1:22 am
דורך [NAMELESS]
ליפא האט געשריבן:מען האט אים שוין באזייטיגט. ער sued יעצט

ער וועט מאכן זיי געלט פריער ווי געפלאנט.

נשלח: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:36 am
דורך קאמענטירער
ליפא האט געשריבן:מען האט אים שוין באזייטיגט. ער sued יעצט

איך כאפ נישט פונקטליך די פאליטיק דא וויאזוי מהאט אים געקענט באזייטיגען וכו' וכו'

און אויב ער איז באזייטיגט איז א גרויס רחמנות אויף אים, ארבעטענדיג אויפן פראיעקט שעות ע''ג שעות, שוויצענדיג סזאל צושטאנד קומען פון א חלום צו פלענער, און ווייטער פאקטיש בויען, און יעצט ווען מהאלט שוין ביים סוף (לגבי די ארבעט ביז אהער, אויב געדענק איך גוט האט ער געזאגט אז ער ארבעט שוין אויף די פראזשעקט נאך פאר 09') האט מען אים משלח געווען,

אבער אפי' סאיז צום ערגסטענס לאסט קעיס פאר אים, קוק איך עס אן אלטס ענקאמפלשימענט איך האב קוים באוויזען צו אויפבויען א טרי הואז אין קעמפ שוין אן די אלע ברוקטעריע'שע געזעצן און ער..
ARR.JPG

נשלח: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:39 am
דורך קאמענטירער
און דא האט איר נאך איינס

נשלח: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:42 am
דורך שמעקעדיג
קאמענטירער האט געשריבן:ס'וועט דויערן ארום א 45 מינוט צו דעקן איין ראונד פונעם ווהיל

:?: :?:

נשלח: דאנערשטאג יוני 30, 2016 11:04 am
דורך קאמענטירער
שמעקעדיג האט געשריבן:
קאמענטירער האט געשריבן:ס'וועט דויערן ארום א 45 מינוט צו דעקן איין ראונד פונעם ווהיל

:?: :?:

כוועל עס איבער שרייבען אין בלויז אידיש ווי באלד סוועט פארען שטייטעליך וועט דויערן די לוסטרייזע דהיינו סוועט דויערן פאר א מענטש צו אנהייבען פון די ערד און ארויפגיין און צוריק ארפקומען אן ערך פון 45 מינוט

נשלח: דאנערשטאג יוני 30, 2016 11:05 am
דורך יושב אהל
דא האב איך אביסל געשריבן דערוועגן.
אויפטרייבן פאנדס פאר אזא פראיעקט, וואס דערגרייכט א האלבן ביליאן מיט א ב' איז ווייט נישט קיין קינדערשפיל, און ס'איז מיר געווען א חידוש אז ער האט נישט גערעדט דערפון אויפ'ן אינטערוויו. איך זע נישט דער סוד, ס'איז פאבליק אינפארמאציע און א קריטישע באשטאנדטייל צו קענען דעליווערן אזא פראיעקט.
דאס אז לויפער איז געבליבן מיט גאנצע 11 פראצענט עקוויטי נאך א רעדל פון אינוועסטירער, איז א שטיקל קונץ.
בנוגע דעם פראיעקט אין אלגעמיין בין איך אביסל סקעפטיש, א האלבע ביליאן דאלער איז גאר אסאך געלט אויפצוטרייבן, מ'קען בויען א מאנהעטען וואלקן קראצער פאר דעם פרייז, און אויף דעם קול מבשר אינטערוויו נוצט ער דעם "לאנדאן" איי אלס ביישפיל איבער די גאראנטירטע סוקסעס פאר'ן רעדל, ער פארגעסט אבער אנצוצייכענען צום סינגאפאר פלייער וואס האט זיך געמוטשעט מיט שווערע פינאנציעלע פראבלעמען טראץ וואס די בוי ארבעט האט געקאסט ווייניגער ווי האלב ווי די אנגעבליכע קאסטן פון ניו יארק וויל. נאך א פרט, אויסשטעלן די קעפעסיטי לויט שמות, רמזים און גימטריות איז אביסל פאצעריש, ביי אזעלכע קאסטבארא פראיעקטן, דארף מען זען וואס לוינט זיך די בעסטע פון א פינאנציעלן שטאנדפונקט, וויפיל מ'קען שניידן די קאסטן און וויפיל זיצן איז דער אמת'ער געברויך
אלנפאלס, קומט אים קרעדיט פאר'ן טראכטן גרויס, און אנשטאט עפענען נאך א פענסי סופערמארקעט איז ער געגאנגען אריגינעל און מיר וואונטשן אים גרויס הצלחה. דאס אמאל זיכער פון קראצן די פיס אין מקוה (אדער ארבעטן ביי יענעם...) וועט זיכער גארנישט ווערן.

נשלח: דאנערשטאג יוני 30, 2016 11:14 am
דורך קאמענטירער
לויט ווי איך פארשטיי פון דיין תגובה זאגסטו אז די פלאן איז נישט אזוי רעליסטיש נו וויאזוי האט ער געקענט שלעפן נאך זיך אזויפיל אינוועסטירער אין די גאווערמענט זאל אים אויך נאכטאנצען?