בלאט 1 פון 1

אינטערסאנטע זשאבס

נשלח: דאנערשטאג יוני 30, 2016 2:13 pm
דורך קאמענטירער
סדא זשאבס וואס נאר מענטשען וואס זענען מצליח קענען צוקומען אזוי ווי א ''סי. אי. או.'' פון א מעכטיגע ביזנעס אדער ווי ''פרעזידענט אוו יונייטעד סטעיטס'' (?..)
משטויסט זיך אן פון צייט צו צייט מיט אינטערסאנטע אקופאציעס וואס איז זייער אינטערסאנט און מענטשען וואלטען ווען געהאט גרויס חשק צו עס האבען, אזוי ווי דער וואס האט געלייגט אן עד אין די היימישע בלעטער אז ער זוכט איינער וואס דארף גארנישט טון נאר זשאסט אים מאכען אויס יחוד מיט די אינטערנעט...
די זשאב וואס ''זשאן רייען'' האט קוקט אויס צו זיין זייער אינטערסאנט נעמליך זיין אויפגאבע איז בלויז ארומפארען אויפן ראוד און ניש סתם א ראוד נאר אן אן טרעפיק און אן קיין פאלציאנטען.. און ער האט נאך אן פרעסטיזשפולע טייטעל אויך..
טייטעל.JPG

אבער סאיז גארנישט דא וואס צו מקנא זיין ווייל ער ארבעט אלץ
מקנא.JPG

און זיין אויפגאבע איז צו טרעפן סיי וואספארא פרעמדע אביעקט אויפן ראנוועי, יעצט מקען דאך נישט אפפשפארען די גאנצע לוטפעלדפאר די רעלימעסיגע אינספעקשאן, דארף ער אויסנוצען די 45 סקונדעס צווישען איין פלייט און די אנדערע, אדורכפליען די גאנצע ראנוועי -און בו בעת ווערנדיג נאכגיאגט פון א 65 טאננעדיגע פעסענזשער פלעין- טרעפן אפי אזא קליינע שרויף!!
20.JPG
20.JPG (7.04 KiB) געזען געווארן 750 מאל

וואס דאס קען זיין א גרויסע סכנה פאר די פליגערס, די איבערגשטרענגטע רעדער קענען זיך אויפרייסען און מאכען גרויסע פראבלעמען..