בלאט 1 פון 1

סאררי, וד"ל וק"ל און "כידוע" זענען גאנץ שוואכע הכשרים

נשלח: דאנערשטאג יוני 30, 2016 5:37 pm
דורך [NAMELESS]
[justify]* רבי יהודה'לע דזשיקובער איז טאקע א גרויסער איד געווען. מענטשן פארציילן אותות ומופתים וואס זיי האבן געזעהן אפן ביי אים. אבער פארקויף מיר נישט קיין מעשיות! פארוואס מיינסטע איז ער אנטלאפן קיין לאנדאן? וד"ל...

* דער בית ישראל איז אלץ געווען ביזי מגדיר זיין אין קדושה, ער האט געבאכעט שטיקער פון זיינע חסידים זיך צו פירן בפרישות יתירה. וואס מיינסטע? ער איז געווען א האומוסעקשואל. ער פלעגט האבן נאר שיינע בחורים ביי זיך אין שטוב כידוע... ער פלעגט זיך קענען פארטראכטן לאנגע מינוטן אין א צי איבער שיינע בחורים כידוע...

* דער ליובאוויטשער רבי פלעגט אויפנעמען יחידות ביי זיך אינדערהיים, סיי מענער און אפי' פרויען און מיידלעך ודו"ק...

* יצחק ראזענבערג איז געשטארבן אויף אזא ארט וואס קיין שום איד אפי א מאדערענע (צ"ל באדערנע) וואלט זיך געשעמט מען זאל אים דארט טרעפן וק"ל...


אזוי קען די ליסט קען גיין פון דא ביז פאפא שטעטל. הונדערטע דוגמאות קען מען ברענגן פון אזעלכע קינצליכע קאודס וואס געט א ספאקי לוק.. ..

אפט מאל שרייבט איינער עפעס, און ער קען נישט די פרטים פטר'ט ער עס אפ מיט א ואכמ"ל... ער וויל ארויף לייגן א נאסער ליילעך איבער א צווייטן געט מען א ענדיג צו מיט א קליינטשיג וד"ל און די דעמידזש איז דאן. א פשוטע "כידוע" מאכט א קלין וועג ס'זאל זיך הערן איבערצייגענד. פרופ דערצו? א נעכטיגן טאג!

איך בין נישט דערקעגן צו געוואויר ווערן איבער די בית ישראל אז ער האט פארמאגט אין זיך וד"ל (אופס, אנטשולדיגט) אבער פלעין שרייבן ' כידוע' מיינט גארנישט, זילטש, נאדא. אז די ווייסט עפעס שרייב. סתם ווארפן א נאסער ליילעך מיט א הכשר פון 'כידוע' איז שוואכער ווי או יו הכשר, סאררי.

עס האט מיר פארציילט איינער וואס איז געווען פארמישט אין אן ערענסטער געלט סכסוך מיט אן איינגעשטעלטער פון א מוסד. ס'געפלויגן לשון הרע'לעך בעק ענד פאורס. איינע פון די טאקטיקן וואס ער האט גענוצט איז געווען, ער האט געשריבן א כמו פאשקעוויל איבער יענעם און זיינע גניבות, און ציגעשריבן: און ער איז דער וואס האט נאנטע צוטריט צו קליינע קינדער וד"ל... יא יא, ער האט נישט געשריבן גארנישט פאלש. ער האט טאקע שייכות צו קינדער, ער איז א געראטענער מלמד. אבער די דעמידזש איז דאן. גיי וויש דיר יעצט די שווייס ווען נאר די באגעגענסט א טאטע פונעם מוסד.

ס'פעלט נישט אויס צו שרייבן די קילינג קאודס אלץ אן אויספיר. אויב יענער איז פון די סארט 'למבין' אידן איז עס 'די' פאר אים אן דיין רמז. אויב ווייסט יענער פון די פארבארגענס די רעדסט, פעלט נישט אויס קיין כידוע, און טאמער ווייסט ער נישט, דאן זאגסטו דאך גארנישט! שרייב מער באריכות. אויב איז ער פון די 'קלים' צו 'להבינ'ען' פארשטייט ער דאך אן דיין קאוד, און טאמער איז ער פון די 'חמורים להבין' וואס פארשטייט ער יעצט בכלל בעסער?

סאררי, די וד"ל וק"ל כידוע' הכשרים זענען גאר שוואכע הכשרים

[איך מיין בכלל נישט א ספעציפישער מעשה, בלויז די געדאנק דערפון][/justify]

נשלח: דאנערשטאג יוני 30, 2016 5:58 pm
דורך איך אויך
אבער נישט יעדער איז א געוואגטע יונגעל וד''ל.

נשלח: דאנערשטאג יוני 30, 2016 5:59 pm
דורך קאמענטירער
יעדעס ווארט וואס דו שרייבסט איז ריכטיג,

אבער ממעג\מדארף צולייגען אז אפילו ווען איינער שרייבט ארויס די מעשה מיט אלע פירושים און קליפערליך ביזען קלענסטן דעטאל און סמאכט שטארק סענס סזאל האבען אזוי פארסירט, מוז מען עס נאך אלץ נישט אננעמען אז יענער ווייסט וואס ער רעדט און סהאט טאקע אזוי גענוי פאסירט
#כבדהו וחשדהו

Re: סאררי, וד"ל וק"ל און "כידוע" זענען גאנץ שוואכע הכשרים

נשלח: דאנערשטאג יוני 30, 2016 6:03 pm
דורך קל וחומר
ל"ד וד"ל, קו"ד קען אויך זיין ודו"ק.

Re: סאררי, וד"ל וק"ל און "כידוע" זענען גאנץ שוואכע הכשרים

נשלח: דאנערשטאג יוני 30, 2016 6:05 pm
דורך קל וחומר
שוואכער פון אן או יו מיינט אבער פארט שטארקער פון סאכדעס כידוע, ודו"ק וק"ל

נשלח: דאנערשטאג יוני 30, 2016 6:14 pm
דורך קאצקע ציקער
מאך מיר נישט רעדן לשון הרע פליעז ודו"ק וד"ל

Re: סאררי, וד"ל וק"ל און "כידוע" זענען גאנץ שוואכע הכשרים

נשלח: דאנערשטאג יוני 30, 2016 6:29 pm
דורך טאמבל סאס
אויב וויל איך עפעס טיפער מיינען שרייב איך געווענליך דייקא נישט ודוק ספעציעל ווייל כ'האב מורא מעינא בישא; פון קטרוגים, וויל איך אז די חמורים להבין זאלן פארשטיין נאר כפשוטו. כידוע בין איך א גרויסע חסיד פון אלעס זאגן.
דער טעאריע אז גערע רעבע איז מעגליך געווען געי האב איך געהערט בזה הלשון פון א וויסענדער גערע איד.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

נשלח: דאנערשטאג יוני 30, 2016 6:57 pm
דורך אינטערסאנטער
איך קען נישט אלס מאריך זיין וואס דארט טוט זיך אפ, מען קען נישט דאס שרייבן וד"ל ואכמ"ל

נשלח: דאנערשטאג יוני 30, 2016 7:00 pm
דורך שמעקעדיג
אין כל חדש תחת השמש ;)

viewtopic.php?f=10&t=2995

נשלח: דאנערשטאג יוני 30, 2016 7:16 pm
דורך [NAMELESS]
יא יא, (וד"ל ואכמ"ל ודו"ק וק"ל עביגוא"צ בב"א אנס"ו והתע"ב)

נשלח: דאנערשטאג יוני 30, 2016 7:45 pm
דורך [NAMELESS]
הגם ער ברענגט ארויס א גוטע נקודה, אבער פארוואס פונקט [tag]דער געוואגטער יונגעל[/tag] טוט עס אזוי שטארק וויי? נאר כידוע איז דער געוואגטער א חוקר היסטאריע, מיט א שארף מויל, וואס שניידט שטיקער [ביידע וועגן] וד"ל, און אזא איינער ציטערט פאר זיין הויט וק"ל, דערפאר זאג איך: סאררי, אבער געוואגטער זאל נישט אריינרעדן, ודו"ק. און באמת, יותר ממה שקראתי לפניכם כתוב כאן ואכמ"ל...


---
געוואגטער, זייער גוט ארויסגעברענגט!

נשלח: דאנערשטאג יוני 30, 2016 8:55 pm
דורך [NAMELESS]
שש, ווי אלעמאל!

קאמענטירער, זאגסט א ריכטיגער נקודה, אבער נישט איבער דעם רעדט איך. יענעם גלייבן אויפן ווארט, איז תלוי אינעם ליינער, און יעדער איינער איז אנדערש לויט וויפיל ער טראסט דעם מספר.