וואס האט איר די מערסטע ליב פונ'ם זומער
נשלח: מאנטאג יולי 04, 2016 9:24 am
שלום עליכם טייערע ידידים
זומער איז שוין דא ב"ה און ס'האט זיך אנגעהויבן מיט א פעסטקייט. טויזענטער משפחות האבן זיך בשעטו"מ איבערגעפעקלט צו די זומער הייזער און נאך שווערע טויזענטער קינדער גרייטן זיך אפצופארן און קעמפ.
יעדעס יאר נאך פסח הייב איך אן ארויסצוקוקן ווען קומט שוין די זומער. איך האב אליינס נישט געוויסט פארוואס זומער מאכט מיר אזוי עקסיידעט. האב איך מחליט געווען און פאריגע שבת בין איך ארום געגאנגן אין ביהמ"ד און אויסגעפרעגט דעם עולם וויאזוי זיי פילן וועגן זומער.
געווען טאקע עטליכע וואס האבן גאר געקרעכצט, אוי, ס'איז שוין ווייטער זומער, קעמפ קאסט אפ א הון תועפות, ער האט נישט די א"ח אגאנצע וואך, די דירה סרוחה דמתקריא באנגעלוי א.א.וו. אבער עפ"י רוב האבן מענטשן א פאזיטיווע בליק אויפ'ן זומער.
עמיר טאקע דא אויסשמועסן די גוטע חלקים און זאל יעדער צולייגן זיינע געדאנקן. מ'זאל אבער שרייבן בפרטיות נישט בלויז "כ'האב ליב קאנטרי" וכדומה. פאלגענד זענען עטליכע מיינונגן וואס כ'האב געהערט פון אנדערע:
פרישע לופט - מ'באמערקט עס אפשר נישט אבער די מציאות איז אז די שטיקיגע שטאטישע לופט האט א השפעה אויף א מענטש און ווען מ'איז אויף די בערג טוישט עס די מענטעליטי. מ'קען זעהן די זעלבע מענטש וועם מ'קען אין שטאט אבער ווען מ'טרעפט אים אין קאנטרי איז ער א צווייטער מענטש.
פארקינג - דאס איז נוגע סיי פאר די קאנטרי גייערס און סיי פאר די וואס זענען אין שטאט. אין קאנטרי איז איבעראל דא פארקינג לאטס און מ'דארף נישט טראכטן פאר מ'פארט ארויס אויב כ'על האבן ווי צו שטעלן דעם אויטא. און שטאט ווייטער ווערט אויך סאך גרינגער, אפגערעדט פון די וויקענדס נאר אפילו אינמיטן וואך איז אויך נישט אזוי אנגעלייגט.
איינער זאגט מיר אז ער קוקט ארויס פאר די ברוך הבא ער באקומט פונ'ם א"ח ווען ער קומט ארויס דאנערשטאג נאכט. אים האב איך געבעטן נישט צו זאגן קיין פרטים.
אנטשולדיגט איך דארף מיך איצטער אפשטעלן, אבער מ'וועט אי"ה ממשיך זיין