בלאט 1 פון 2

וואס טוט איהר צו שפייזען די נשמה

נשלח: מאנטאג יולי 04, 2016 1:38 pm
דורך mevakesh
איך האב לעצטנס געכאפט א שמועס מיט אינגערמאן אן עובד איבער דינען דעם באשעפער אזוי אינצווישען געט ער מיר א פרעג "דו טוהסט עפעס ספיריטואל יעדן טאג בקביעות?"
איך האב אנגעהויבען אריינטראכטן אין דעם און איך האב געכאפט א טרייסעל
יא איך דאווען יעדן טאג און איך האב מיין שיעור אבער איז דאס עפעס וואס האט א ממשותדיגע ווירקונג אויף מיין נפש?
ווען עס געלונגט מיר אמאל האב איך אביסעל כוונה און דאס איז טאקע זייער גוט אבער וויפיהל מאל געשעהט עס ?
שוין אפגערעדט פונעם לערנען וואס עס קען אמאל דוירך גיין גאנצע מסכתות און סוגיות און עס פאלט מיר אפילו נישט אריין א מחשבה וועגן רוחניות
אין אמתן טוט מען א גאנצן טאג זאכן וואס קען אריינגיין אין עבודה צו ווען מען טוט א טובה פאר א יוד אדער סתם א גוט ווארט פאר א צווייטן און אזוי וויטער אבער ליידער געווענליך איז עס מצוות אנשים מלומדה אהן קיין שום נשמה
פארוואס שרייב איך עס דא?
איך פיהל אז עס איז דא אסאך עצות צו העלפן דעם מענטש זיך צו באהעפטן מיטן ריכטיגן ציהל און טעם אין לעבן אבער עס פאדערט ארבעט און א חבורה פון מבקשים
פאר אלעס בין איך נייגעריג צו וויסן אויב עס איז דא נאך דא וואס פארשטייען וואס מיר קוועטשט
לאזט הערן אייערע ספירוטואלע געדאנקען

נשלח: מאנטאג יולי 04, 2016 1:40 pm
דורך קאווע טרינקער
ווי מער מ'שפייזט אים, אלץ מער הונגעריג ווערט ער.

Re: וואס טוט איהר צו שפייזען די נשמה

נשלח: מאנטאג יולי 04, 2016 1:44 pm
דורך mevakesh
קאווע הייליג גערעכט אבער עס איז דא א פאראדאקס אין דעם ווי מער הונדעריג מען ווערט אלס מער זאט ווערט מען ודו"ק

Re: וואס טוט איהר צו שפייזען די נשמה

נשלח: מאנטאג יולי 04, 2016 2:51 pm
דורך נאסע ליילעך
סימפל גמרא רש"י מיט ריכוז און געשמאק גיבט א געוואלדיגע 'סיפוק' רוחני (עספעציעל אויב טוט מען דאס מיט א קביעות). חז"ל - און ווי שפעטערדיגע סופרים זענען מסביר - זאגן אז דאס איז ממש מדבק מיטן שכינה אליין.
קבלה, מעדיטעישן, און אפילו א דיסענט התדבקות דורך תפילה, פארלאנגען אלע א שטארקע מאס ריכוז, דבקות, טוהר הלב און מחשבה, אויף צו זעטיגן דעם נפש. אלזא די פראקטישסטע הצעה לע"ד איז ריין בבלי.

Sent from my SAMSUNG-SM-N910A using Tapatalk

נשלח: מאנטאג יולי 04, 2016 2:58 pm
דורך [NAMELESS]
לערן נפש החיים, אפילו נאר די גרינגע שטיקלעך, ס'גיבט א מורא'דיגע רוחניות'דיגע געשמאק אין לימוד התורה.

Re: וואס טוט איהר צו שפייזען די נשמה

נשלח: מאנטאג יולי 04, 2016 3:00 pm
דורך קל וחומר
פארשטייט זיך נאכן ענדיגן תניא.

Re: וואס טוט איהר צו שפייזען די נשמה

נשלח: מאנטאג יולי 04, 2016 3:02 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ווען מ'דערמאנט זיך א מינוט פאר א מצוה וואס מ'טוט און פארוואס, די גאנצע מהלך המחשבה ביים מצוה איז אנדעריש. דאס באמת זאגט דער נפה"ח וועגען לימוד התורה. דאס לערנען עצמו פאדערט נישט קיין דבקות, נאר פאר'ן לערנען דערמאנט מען זיך וואס און פארוואס

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

Re: וואס טוט איהר צו שפייזען די נשמה

נשלח: מאנטאג יולי 04, 2016 3:03 pm
דורך קל וחומר
אפאר קאפיטלעך תהלים ווירקט ביי מיר מורא'דיג.
ס'איז מחזק דעם מענטשנס אמונה אויף א שטארקע פארנעם. אבער נישט צו סאך אויף אמאל כדי ס'זאל נישט ווערן כעול וכמשא.

נשלח: מאנטאג יולי 04, 2016 3:06 pm
דורך [NAMELESS]
לגבי דאס לערנען עצמו האט ער דאך חולקים.

איך האב אמאל געהערט פון א גוטע איד: הויב אן מקיים זיין לכה"פ וואס דער נפש החיים פארלאנגט, נאכדעם קען מען רעדן פון גיין ווייטער.

Re: וואס טוט איהר צו שפייזען די נשמה

נשלח: מאנטאג יולי 04, 2016 3:27 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
קל וחומר האט געשריבן:אפאר קאפיטלעך תהלים ווירקט ביי מיר מורא'דיג.
ס'איז מחזק דעם מענטשנס אמונה אויף א שטארקע פארנעם. אבער נישט צו סאך אויף אמאל כדי ס'זאל נישט ווערן כעול וכמשא.

זייער גערעכט. דאס זאגען תהלים מיט א סדר, א שטייגער ווי הושע"ר ביי נאכט אדער צען קאפיטלעך א טאג, ליידיגט אויס דער תוכן פון תהלים זאגען. איך געדענק ווען איך בין געווען אין א"י, האב איך געזען א צעטעל מיט א רייע מראה מקומות קעגען דער 'ענין' פון אויסזאגען תהלים. ס'דוכט זיך ס'האט געהאנגען אויפ'ן וואנט פון דושינסקי, פאר דער וואס איז באקאנט, והן הן הדברים

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

נשלח: מאנטאג יולי 04, 2016 3:43 pm
דורך berlbalaguleh
מבקש: לויט ווי דו שרייבסט זוכסטו נאך מבקשים און עובדים. כ'האף אז קאווע שטיבל איז די ריכטיגע אדרעס. נאר איך וויל דיך (און מיך אליינס אויך) דערמאנען אז ס'איז נישט גענוג ווען א מענטש זאגט ...מיינע כוונות זענען גוטע...נאר מ'דארף זעהן אז די מעשים, די תוצאות זאללן אויכעט זיין גוט. אזוי ווי ס'שטייט אין פסוק..."בטח בה', ועשה טוב"...ס'נישט גענוג ווען מ'האט ביטחון, און די תוצאות אינטרעסירט מיך נישט. ניין די פשט אין פסוק איז אזוי...בטח בה'. דו דארפסט טאקע האבן ביטחון אין השי"ת. ועשה טוב. און דיינע מעשים דארפן אויך זיין גוט. כדי דו זאלסט האבן גוטע תוצאות...!
להבדיל, ביי די גויים איז דא א ווערטל אז דער וועג צום גהינום איז אויסגעפלאסטערט מיט גוטע כוונות...!
..."The road to hell is paved with good intentions"...!

Re: וואס טוט איהר צו שפייזען די נשמה

נשלח: מאנטאג יולי 04, 2016 3:49 pm
דורך יב הלוי סאלאווייטשיק
א שטארקע קוואט אבער נישט דאס מיינט די פסוק.. כמדומה

Re: וואס טוט איהר צו שפייזען די נשמה

נשלח: מאנטאג יולי 04, 2016 3:54 pm
דורך יב הלוי סאלאווייטשיק
קאווע טרינקער האט געשריבן:ווי מער מ'שפייזט אים, אלץ מער הונגעריג ווערט ער.

mevakesh האט געשריבן:קאווע הייליג גערעכט אבער עס איז דא א פאראדאקס אין דעם ווי מער הונדעריג מען ווערט אלס מער זאט ווערט מען ודו"ק

סתם געשאסן שמייליגע סטעיטמענטס..!

א מקור לזה .. ?
אדרבה שפיץ שלוות הנפש וסיפיק איז ווען מען געט די נשמה וואס זי דארף (מזון רוחני.)

די פסוק ״וגם הנפש לא תמלא וגו׳ ״ איז ווען נאר די גוף באקימט..

נשלח: מאנטאג יולי 04, 2016 3:57 pm
דורך berlbalaguleh
יב הלוי סאלאווייטשיק האט געשריבן:א שטארקע קוואט אבער נישט דאס מיינט די פסוק.. כמדומה

י.ב. הלוי סאלאווייטשיק: לויט דיין נאמען ביסטו נישט קיין אונגארישער. אבער, כ'האב מורא אז יא. איז, לאמיר עס מאזבער זאן...ווען א מענטש וועט אייביג, ביי א יעדן דורכפאל אדער שלעכטע תוצאה, וואו מענטשן ווערן געשעדיגט, זאגן..."אבער מיינע כוונות זענען געווען גוט"...! און נישט נעמען אחריות, און פארבעסערן זיינע מעשים, וועט ער/זי אנקומען אין גהינום...!
אויב דארפסטו נאך א הסבר, וועל איך דיך מוזן שיקן צו מיין רבי'ן. הרה"ק מ'יארמע שליט"א...!

נשלח: מאנטאג יולי 04, 2016 4:06 pm
דורך ביבער
דברי יואל און ברך משה בקביעות יעדן טאג. טעמו וראו כי טוב!

Re: וואס טוט איהר צו שפייזען די נשמה

נשלח: מאנטאג יולי 04, 2016 4:29 pm
דורך יב הלוי סאלאווייטשיק
ר׳ דוב.. צים צווייטן מאל האט איר ציגעטראפן בעסער

Re: וואס טוט איהר צו שפייזען די נשמה

נשלח: מאנטאג יולי 04, 2016 4:34 pm
דורך פייער אפפער
חומש רש"י בקביעות איז גרינג און סגעט א מוראדיגע חשק און צו דעם אלעם פילט מען זיך עקאמפלישט נאך יעדע וואך

Sent from my SM-G900T using Tapatalk

נשלח: מאנטאג יולי 04, 2016 4:51 pm
דורך שמעקעדיג
לערנען גיט טאקע סיפוק, אבער איך מיין אז דאס איז נישט ספיריטואליטי וואס "מבקש" זוכט.
גוטע חיזוק ווערטער, התעוררות, התבוננות אינעם לעבן, התבוננות אין יעדע זאך וואס מען טוט (אפילו גשמיות) איז געווענליך וואס פילט אן די ספיריטואלע NEED.
וקצרתי

נשלח: מאנטאג יולי 04, 2016 6:48 pm
דורך שטילע אינגערמאן
סארא שאלה? מיין גאנצע טאג איז אלץ ארום שפייזען די נשמה.
קארעקט מי איף איים ראנג,
באט תיכף ביים אויפשטיין לויף איך אין מקווה. -נשמה
דערנאך גיי איך דאוונען. -נשמה
כלערן מיטן חברותה. -נשמה
גיי אריין אונעם ארבייט צו שפייזען מיינע שעפעלעך אין די היים -נשמה מיקסדזער מיטן גוף
ארבייט אויפן ציעל כדי צו קענען נעמען א ברעיק פאר מנחה. -נשמה
גיי דאוונען מיט מנין מנחה -נשמה
צירוק צום ארבייט -נשמה, גוף
אהיים העלפן די ווייב מיטן קינדער -נישט נשמה, נישט גוף
גיי צום חברותה -נשמה
דאוונען מעריב -נשמה

אוי, וואס טוע איך צו שפייזען מיין אויסגעמאטערטע גוף????????

נשלח: מאנטאג יולי 04, 2016 7:00 pm
דורך נהורא נפישא
איך האב סאך א גרעסערע תאוה צו לאזן מיין נשמה הונגערען ווי איידער איר צו זעטיגן.

Re: וואס טוט איהר צו שפייזען די נשמה

נשלח: מאנטאג יולי 04, 2016 7:20 pm
דורך mevakesh
נהורא נפישא האט געשריבן:איך האב סאך א גרעסערע תאוה צו לאזן מיין נשמה הונגערען ווי איידער איר צו זעטיגן.

ווילסט מער מרחיב זיין וואס דו מיינסט?

נשלח: מאנטאג יולי 04, 2016 7:25 pm
דורך נהורא נפישא
די הנאה פון ספירוטאלעטי איז דוקא די הונגער, די כמיהה, די כסיפה.
אויב האלט מען אז מ'קען זיך זעטיגן דאן וואספארא טיעפקייט האט שוין אזא דארשט ?

Re: וואס טוט איהר צו שפייזען די נשמה

נשלח: מאנטאג יולי 04, 2016 7:34 pm
דורך mevakesh
נהורא נפישא האט געשריבן:די הנאה פון ספירוטאלעטי איז דוקא די הונגער, די כמיהה, די כסיפה.
אויב האלט מען אז מ'קען זיך זעטיגן דאן וואספארא טיעפקייט האט שוין אזא דארשט ?

ברוך שכוונתי אנהייב אשכול
mevakesh האט געשריבן:קאווע הייליג גערעכט אבער עס איז דא א פאראדאקס אין דעם ווי מער הונדעריג מען ווערט אלס מער זאט ווערט מען ודו"ק

גערעכט אז רוחניות קומט ארויס אויף א אופן פון לעכצעניש און דארשט אבער דער דארשט דארף מען באוואסערן און האלטן פריש אויב נישט פארגעסט מען אז מען איז דארשטיק