בלאט 1 פון 1

רבון העולמים ידעתי

נשלח: דינסטאג יולי 05, 2016 1:13 am
דורך שטילע אינגערמאן
כבין קיין גרויסע מבין אין נגינה, סאיז נישט מיין פעלד בכלל.
מיין הויז געזונט האט געקויפט די נייע סי די פון אברהם פריד אויפן וועג צום קאנטרי.
ביים צוועלפטע ניגון בין איך עפעס אריין אין א מצב פון תשובה געמישט מיט חיזוק (ליין ברעסלב).
כ׳האב ארויפ געדרייט די וואליום צו טויזענט, זיכער געמאכט אז די קינדער זאלן זיצן אנגעלייגט, כהאב זיך פארקנייטשט די שטערן אין אריין געלייגט די גאנצע קאפ אונעם ניגון.
די פנים איז מיר געווארן רויט אזוי ווי ווען די שינאווע רב איז ארויפ אין הימל פוילן א ישועה פאר די קרעטשמע אייגענטומער.
כבין אזוי אראפ געפארן די גאנצע 17, נישט באמערקט מיין עקזיט, די הויז געזונט האט מורא געהאט זיך אנרופן נאכן זעהן כבין עפעס נישט מיט אלעם.
כ׳האב זיך אנעהויבען דערמינטערן שטייטלעך אבער כבין שוין היפש פארפארן אין געהאלטן ביי עקזיט 90, דארט האב איך געזעהן סאיז צרות.

יעצט אויפ א סיריעס נאוט די ניגון איז עפעס א ריזיגע, יעדער ווארט קלאפט ווי א זייגער, אזעלעכע שיינע ווערטער, אפגערעדט די טאון.
נאר א שאד דער רב ברייער האט מסתמא פארקויפט די ניגון פאר 5 אלפים אויפן א פעימענט פלען, א ניגון וואס איז כרגע די הייסטע ניגון ביי יהדות חרדית.
ווען ער איז ווען א גוי אין מאכט די ניגון וואס איז די היט פונעם יאר, האט ער שוין א קאנפרימד טוויטער עקאונט, מיט א פאלאץ אין פלארידע אין קאליפארניע אין אפאר מיליאן אין באנק אין ווען ער דארף כאפן א פליגער צו א צווייטע מדינה איז די עירפארט געפאקט מיט paparazzi.
יעצט אז ער איז א איד, ווען ער וועט קומען קיין אמעריקא קלייבן פארן חתונות פונעם קינדער וועט ער קענען פארציילן אז ער איז די בעל מחבר פון ידעתי.
מי כעמך ישראל.
גוטע נאכט

Re: רבון העולמים ידעתי

נשלח: דינסטאג יולי 05, 2016 7:41 am
דורך קל וחומר
ער האט עס פארקויפט פאר א נישטיגע אכט מאות.
די אריגענעלע ניגון איז נישט געווען אזוי קלאפיג, מ'האט דאס געדארפט היבש ארומפיצן.

Re: רבון העולמים ידעתי

נשלח: דינסטאג יולי 05, 2016 7:44 am
דורך טאמבל סאס
שטילע אינגערמאן האט געשריבן: אין אקעי פגע לייגט די גאנצע קאפ אונעם ניגון.

וואס הייסט?

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

Re: רבון העולמים ידעתי

נשלח: דינסטאג יולי 05, 2016 10:14 am
דורך טמיר
דער ניגון באלאנגט שוין אין זאכן וואס מאכט מיר נערוועז אשכול