בלאט 1 פון 2
גרינגע רעצעפטן
נשלח: דינסטאג יולי 05, 2016 3:16 pm
דורך בת קול
איך ווידימיע דעם אשכול פאר זיך אליין, סיידן איך גלייב נישט אז צופיל דא קענען זיך אויס אין קעך.
איך האף איבערצוגעבן גרינגע רעצעפטן אז איר זאלט צומאל קענען ארויסהעלפן דעם אשת חיל.
אויב געוויסע קענען צוגעבן עפעס געשמאק- בטח!
בתאבון!
איבערגעצויגענע פלייש
נשלח: דינסטאג יולי 05, 2016 3:28 pm
דורך בת קול
גאר גרינג און פיין,
ווען די צייט טוט נישט שטיין,
נישט ביליג נישט טייער,
דארפטס פלייש (chicken cutlets), קארן פלעיק קרומבס, אויל, און אייער!
וואש די פלייש אין סינק
און דערנאך אין אייער טינק
ביידע זייטן באדעק
מיט קרומבס ביזן עק
הייץ אין טאפ אביסל אויל
עס זאל זיין פעטיג אינעם מויל
לאז אין טאפ ביז עס קומט רויעך
נאך 5 מינוט דריי איבער די פלייש אויך
טריקן די פלייש אין towel פאפיר,
אט איז איבערגעצויגענע פלייש פאר דיר!
#מעיקיורווייףפראודטאנייט
נשלח: דינסטאג יולי 05, 2016 3:52 pm
דורך שמעקעדיג
לייג אריין אביסעלע זאלץ ס'זאל האבן א אידישע טעם
נשלח: דינסטאג יולי 05, 2016 3:56 pm
דורך בת קול
שמעקעדיג האט געשריבן:לייג אריין אביסעלע זאלץ ס'זאל האבן א אידישע טעם
מיינסט צו זאגן א מענערישע...
דער רעצעפט קומט נישט מיט זאלץ, אבער ווער עס האט ליב צוצולייגן זאלץ מיט פעפער, קען.
לייג אריין די שווארצע פעפער מיט אביסל זאלץ אין די טעלער מיט קרומבס, און מיש עס גוט אויס. דערנאך ווען דו טינקסט איין די פלייש דערין באקומט עס אלע טעמים.
נשלח: דינסטאג יולי 05, 2016 4:19 pm
דורך [NAMELESS]
יא יא... אויב האט נאך איינער געטראכט אז מרת בת קול איז א מאנ׳ס פערזאן!
שאלה בלייבט נאר צו א מיס אדער א מרס, נפקא מינה לקידושי אישה פאר ידידינו הרב @גרוש
עגפלענט פארמיזשאן
נשלח: דינסטאג יולי 05, 2016 4:28 pm
דורך בת קול
בעליוו איט אר נאט,
עס איז נישט שווער בכלל ,
צו באקן עגפלענט פארמיזשאן,
וואס קוקט אויס פערפעסיאנאל!
ברויכסט frozen breaded eggplant
איך מיין אז eden פארקויפט עס
דארפסט pasta sauce און Shredded Mozerella Cheese
און יו גאט סאמטינג דעלישעס!
אין א 9x13 בעקעלע
1. לייג אויס די עגפלענט שיין
2. גיס ארויף האלב פון די pasta sauce
3. און באדעק דאס מיט cheese - דאס טוט די 3טע layer זיין
4. דעראויף לייג נאך עגפלענט
5. און די אנדערע האלב sauce אויף דעם, שמיר גוט
6.באדעק אינגאנצן מיט cheese
און באק באדעקט אויף 350 פאר 45 מינוט.
באק פאר נאך 10 מינוט אויפגעדעקטערהייט
ביז די cheese צולאזט זיך.. און עס מיט אפעטיט!
נשלח: דינסטאג יולי 05, 2016 4:29 pm
דורך [NAMELESS]
א הערצליכן דאנק. אויב קען מען לייגן געוויכט אויף מאכלי שבת וועל איך אייך נאכמער דאנקבאר זיין, זומערדיגע פרייטאגס האב איך מער צייט.
נשלח: דינסטאג יולי 05, 2016 4:42 pm
דורך בת קול
ריכטיג האט געשריבן:א הערצליכן דאנק. אויב קען מען לייגן געוויכט אויף מאכלי שבת וועל איך אייך נאכמער דאנקבאר זיין, זומערדיגע פרייטאגס האב איך מער צייט.
פאטעיטא קיגל, ממש א מחי'
דארפטס א פאטעיטא פאר יעדע אייער
דארפסט זאלץ, (פעפער,) און אויל
און פלינקע הענט וואס זענען נישט פויל.
באקוק די (4) אייער און גרייט זיי אן,
לייג אריין פיר אונסעס אויל, און 2 קלענערע לעפלעך זאלץ
שייל די קארטאפל און שנעל צומאל
מיש עס אויס און לייג אין הייסע אויוון באלד. (תיקף)
באק אויף 400 פאר 2 שעה
גענוג פאר 8-10 מענטשן איז דא.
נ.ב. אויב מען לאזט די פאטעיטאס זיצן רוי
ווערן זיי ברוין
איז אויב דו ארבייטס שטייט
לייג זיי אין וואסער שוין.
נשלח: דינסטאג יולי 05, 2016 4:49 pm
דורך דענקער
יישר כח בת קול, נעקסטע מאל די קינדערלעך וועלן אריבערקומען אויף נאכטמאל עלעך האבן פאר זיי פרישע נארהאפטיגע פלייש. נישט בלויז פיצא מיט פרענטש-פרייס נאכאמאל.
#מעיקיורקידספראוד
פיינע גאלע ווי קיינמאל פריער
נשלח: דינסטאג יולי 05, 2016 4:52 pm
דורך בת קול
פיסלעך און ביינער
אוודאי פופיקס אויך
פעפער, זאלץ, און אויל
איז אלץ וואס מען ברויך.
אין א גרויסע טאפ
לייג אלעס אריין
פיל עס אן מיט וואסער
8 קאפס איז פיין
קאך פאר 6 שעה
נאך עס באבלט שיין
אויף א נידריגן פלאם
אבער מאך זיכער עס לעשט זיך נישט איין.
גיס אריין אין א בעקעלע
א 9x13 יא
רעפרידשערעיט עס ביז עס ווערט
א פיינע קאטשעניא!
נשלח: דינסטאג יולי 05, 2016 4:55 pm
דורך בת קול
די טשולענט לאז איך פאר די מענער...
נשלח: דינסטאג יולי 05, 2016 8:12 pm
דורך שמעקעדיג
בת קול האט געשריבן:שמעקעדיג האט געשריבן:לייג אריין אביסעלע זאלץ ס'זאל האבן א אידישע טעם
מיינסט צו זאגן א מענערישע....
זינט לוט'ס ווייב איז געווארן א שטיק זאלץ, זענען פרויען געווארן שונאים פון זאלץ.... ס'טו געהערט אזוינס?
נשלח: דינסטאג יולי 05, 2016 10:57 pm
דורך קאצקע ציקער
בת קול האט געשריבן:ריכטיג האט געשריבן:א הערצליכן דאנק. אויב קען מען לייגן געוויכט אויף מאכלי שבת וועל איך אייך נאכמער דאנקבאר זיין, זומערדיגע פרייטאגס האב איך מער צייט.
פאטעיטא קיגל, ממש א מחי'
דארפטס א פאטעיטא פאר יעדע אייער
דארפסט זאלץ, (פעפער,) און אויל
און פלינקע הענט וואס זענען נישט פויל.
באקוק די (4) אייער און גרייט זיי אן,
לייג אריין פיר אונסעס אויל, און 2 קלענערע לעפלעך זאלץ
שייל די קארטאפל און שנעל צומאל
מיש עס אויס און לייג אין הייסע אויוון באלד. (תיקף)
באק אויף 400 פאר 2 שעה
גענוג פאר 8-10 מענטשן איז דא.
נ.ב. אויב מען לאזט די פאטעיטאס זיצן רוי
ווערן זיי ברוין
איז אויב דו ארבייטס שטייט
לייג זיי אין וואסער שוין.
און בצל זענט איהר נישט גורס
נשלח: מיטוואך יולי 06, 2016 12:14 am
דורך ירח בן יומו
בת קול האט געשריבן:פיסלעך און ביינער
אוודאי פופיקס אויך
פעפער, זאלץ, און אויל
איז אלץ וואס מען ברויך.
אין א גרויסע טאפ
לייג אלעס אריין
פיל עס אן מיט וואסער
8 קאפס איז פיין
קאך פאר 6 שעה
נאך עס באבלט שיין
אויף א נידריגן פלאם
אבער מאך זיכער עס לעשט זיך נישט איין.
גיס אריין אין א בעקעלע
א 9x13 יא
רעפרידשערעיט עס ביז עס ווערט
א פיינע קאטשעניא!
וואס גיס איך אריין אין די בעקעלע?
נאר די וואסער אדער אויך די פיפיקליך ביינער און פיסעלע?
אויך איז מיר א וואונדער אז די לייגסט נישט אריין קיין שום (גארליק) אפי' קיין איין ברעקלע.
ווען מ'פרעגט אויף גראם
איז עס מלא טעם
נשלח: מיטוואך יולי 06, 2016 9:16 am
דורך בת קול
ירח בן יומו האט געשריבן:וואס גיס איך אריין אין די בעקעלע?
נאר די וואסער אדער אויך די פיפיקליך ביינער און פיסעלע?
אויך איז מיר א וואונדער אז די לייגסט נישט אריין קיין שום (גארליק) אפי' קיין איין ברעקלע.
ווען מ'פרעגט אויף גראם
איז עס מלא טעם
אוי אנשולדיגט,
כ'האב דאס פארגעסן.
לייג אריין אלעס
וואס מען קען עסן.
די ביינער נעם ארויס
און עס די פעטנס הייס.
עס לוינט זיך יעדע לעק
זאג מיר נאך די טרייסט!
דעם רעצעפט קומט נישט מיט קנאבל
עס נעמט אוועק דעם טעם
פון די פילע פלייש
וואס דו לייגסט אריין.
Re: גרינגע רעצעפטן
נשלח: מיטוואך יולי 06, 2016 11:51 pm
דורך ביליג
טשולענט-בהמה
בערך פאר 8 מענטשן
1 צוויבל
3 ציינדלעך קנאבל -צומאלען
מען קען אויך ניצן די פארפרוינע געקויפטע cubs
2 קאפס טשולענט מיקס
2/3 קאפס גערשטן- barly
1 קארטאפל (optional)
1 פעקל מארך ביינער (2-3)
1 פעקל פלאנקען
1 גרויסע לעפל ווייסע פעפער
1 גרויסע לעפל פאפריקע
1 גרויסע לעפל זאלץ
א ביסל אויל
- פאר מער ספייסי לייג צו
1 גרוסע לעפל שווארצע פעפער
אביסל קעטשאפ און מאסטערד און א ביסל צוקער
(לייג צו קושקע, אייער, נאך פלייש, די זיידע מיט די באבע)
(1) דינסט די צוויבל ביז עס איז לעכטיג ברוין-גאלד.
(2) לייג צו קנאבל, מארך ביינער, און פלייש
דריי עס איבער ביז די פלייש ווערט ווייס פון אלע זייטן.
(3) לייג צו קארטאפל, בונדלעך, און גערשטן
פול אן די טאפ מיט וואסער בערך א 3/4
קאך אויף א קליינע פלאם פאר בערך 8 שעה.
#מצטמק-ויפה-לו
פאר א קראק-פאט טו די זעלבע אויף high ווען עס הייבט אן באבלען לייג עס אויף low ביז עס איז רעדי !
נשלח: דאנערשטאג יולי 07, 2016 12:44 am
דורך בת קול
וואו איז די קעטשאפ און מוסטערד?
Re: גרינגע רעצעפטן
נשלח: דאנערשטאג יולי 07, 2016 7:34 am
דורך ביליג
יעצט ליגט עס אין פרידשעדער !
מארגן וועט עס זיין אין די טשאלענט !
נשלח: דאנערשטאג יולי 07, 2016 10:26 am
דורך בת קול
ביליג האט געשריבן:
- פאר מער ספייסי לייג צו
1 גרוסע לעפל שווארצע פעפער
אביסל קעטשאפ און מאסטערד און א ביסל צוקער
(לייג צו קושקע, אייער, נאך פלייש, די זיידע מיט די באבע)
אה! יעצט זעה איך, דו האסט עס יא אריינגערעכנט.
אייז קאלטע לעמאנאדע
נשלח: דאנערשטאג יולי 07, 2016 10:41 am
דורך בת קול
א פיטשער
א האלבע גלעזל לעמאן דשוס
א האלבע גלעזל צוקער
אייס גיובס
1 גלעזל הייס וואסער
4 גלעזלעך קאלט וואסער
מיש די צוקער
אין א פיטשער
מיט הייס וואסער
לייג צו די לעמאן דשוס
גיס אריין די קאלט וואסער
און לייג צו די אייס קיובס!
א מחי'!
גרילד טשיקען
נשלח: דינסטאג יולי 12, 2016 4:41 pm
דורך בת קול
4 טשיקען קאטלעטס
1/2 גלעזל אויל
2 קיובס געפרוירענע קנאבל
2 קיובס געפרוירענע באסיל
לייג אריין אויך
זאלץ, א האלבע לעפל
שאקל אלעס אויף
אין א זיפלאק בעג פארמאכט
עס זאל ליגן דערין
פאר א האלבע שעה, אדער איבערנאכט.
צינד אן דיין גריל
סיי וועלכע מין
איך ניץ מיין
האטפלעיט מאשין
גריל פאר 10 מינוט
אויף יעדע זייט גוט!
דעלישעס!
קיכעלעך מיט מילך
נשלח: דינסטאג יולי 19, 2016 12:29 pm
דורך בת קול
די מעלה פון דעם רעצעפט-
אפילו דו האסט זיך נישט געראכטן גאר-
דיין ווייב האט זעכער אלע אינגרידיענטן
אין קעבינעט פאר שאר!
צוויי א האלב קאפ מעיל
1 טיספאן באקן פוידער
איין א האלב טיספאן זאלץ
2 שטעקענעס מארגערין
1 קאפ צוקער
2 אייער
2 טיספאן וואנילע עקסטרעקט
הייץ אן דעם אויוון,
אויף 350 גראד,
מיש אויס אלע אינגרידיענטן,
מיט א מאשין, אדער מיטן האנט.
געדענק צו באקוקן די אייער
און מאך זיכער אז baking powder דו ניצט ,
ווייל baking soda, וועט אויפבלאזן
און מאכן א פלאפ, מיט שמיץ!
צוטייל די טייג אין קליינע באליס
און לייג אויף א בעקעלע אויסגעשפרייט
אדער אויב דו טוסט עס מיט דיינע קינדער
געב פאר יעדעם א שטיקל צוטיילט.
דעקאריר די קיכעלעך מיט ספרינקלס
אדער טשאקא טשיפס
לייג אין אויוון פאר 25 מינוט
און שמעק די מחי'דיגע גערוך!
עס די ווארימע קיכעלעך
מיט מילך, קאווע, אדער טיי
דו וועסט עס ווילן מאכן נאכאמאל
ווייל שנעל נעלם ווערן, וועלן זיי!
לאקשן
נשלח: דינסטאג יולי 26, 2016 1:36 pm
דורך בת קול
הייץ אן א מידיעם טאפ
מיט וואסער האלב פול
לייג אריין אביסל זאלץ
און קאך ביזן באביל
לייג אריין א בעג לאקשן
ס׳איז גענוג פאר פארשינס צען
ניץ רעדלעך, פאות, ספעגעטי, אדער טובס
וועלכע דו האסט אינדערהעים...
קאך פאר 15 מינוט
אבער לאז עס נישט מושי ווערן- העי!
שווענק עס אין קאלט וואסער
אין א לאקשן זייער איז אקעי
עס מיט קעטשאפ אדער קאקא
צוקער אדער קעז
מאכן לאקשן- אזוי גרינג
אפילו אויב דו בוסט נערוועז!
#מעיקפעסטעטודעי