בלאט 1 פון 1
פעטיציע: ראטעוועט די מענער פון די היצן
נשלח: דינסטאג יולי 05, 2016 4:22 pm
דורך טמיר
פון וועמען איז די פעטיציע, און צו וועמען? איך ווייס נישט. פון יעדע מאן צו זיך אליינס. אבער דאס איז זיכער אז דראסטישע שריט דארף אונטער גענומען ווערן וואו אמשנעלסטן. עס גרעניצט זיך מיט פק"נ.
וואו מיר אלע ווייסן ווערט די וועלט ווי א יאר הייסער. פון די אנדערע זייט ווערט די לבוש קאוד הארבער און שטרענגער. אין די צייט וואס די נשים צדקניות שפאצירן מיט איין דינע ווייסע העמעדל פון לען, דארפן אונז מעניר טראגן א גאנצע הויפן בגדים אריינגערעכנט די דוקא שווארצע וואלענע רעקל פון g&g , ווער נישט ווערט אויטאמאטיש אפגעסטעמפעלט אלס א באם, און עס וועט אפעקטירן זיינע אייניקלעך'ס שידוכים ביז איך ווייס נישט וויפיל דורות.
רבותי עס איז נישט קיין וויץ, איך חלש כמעט אוויק פון די ברענענדיגע זון. דאס דארף זיך ענדיגן ווי פריער! כאטש זאל g&g אנהייבן פארקויפן בגדי לבנים. איז דען נישטא קיין מקובלים אין אונזער מחנה? כאפ נאר א בליק וויפיל אשכולות אויף קבלה איז פארהאן אין ק"ש אליין!
#we_want_change
נשלח: דינסטאג יולי 05, 2016 5:29 pm
דורך פרייוויליג
קודם כל, פרויען שוויצן אויך, אבער נאך ווי, און אפשר אסאך מער. זיי טראגן, א שייטל [וואס אומדערטרעגליך איז בלאס נעבן איר], זיי טראגן שטרימפ, און הויפענעס מיט layers על גב די דינע לען-ווייסע העמעדל.
אבער אנדערעש ביי די מענער וואס דארפן נישט קיין צניעות, איז די גאנצע שמונה בגדים א ווייטאג וואס סופו לירש כלום.
אמאל שבת ווען עס האט געבוזשעוועט א גרויסע שניי, האב איך געזען ווי אידן שפאצירן אין ביהמ"ד, מיט א רעגן קויט, און אינטער דעם א שטריימל, און מען כאפט אן מיט ביידע הענט די שטריימל אינטער די מעיל. קוים וואס מען האט אים באמערקט, אבער פון אינטער די מעיל, ווען שניי פראסקעט רשעות'דיג אין זיין פנים, ווען ער איז באדעקט מיט שניי פון קאפ ביז פיס, שטעקט זיך ארויס א רויטע נאז, מיט די שפיצן פון א 'רעגן שטריימעל'. כמיין אז עס איז געווען א רעגן שטריימעל אויב געדענק איך גוט.
אזוי צו אזוי, אויב גייט איר מיט א וואלענעם רעקל, היט, און וועסטל נאר פאר דער צווייטער היט, רעקל און וועסטל וואס שפאצירט נעבן דיך, איז דא עצות גרינגער צו מאכן לכה"פ די Underwear.
הצלחה.
נשלח: דינסטאג יולי 26, 2016 9:49 am
דורך פרייוויליג
א פרוי איז זיך מחזק אין די היצן..
נשלח: דינסטאג יולי 26, 2016 2:02 pm
דורך [NAMELESS]
מיט וואס זאל איך מיך מחזק זיין?
אה, ס'דא די כת ה'שאלים', זיי גייען נאכמער ארומגעבינדן...
נשלח: דינסטאג יולי 26, 2016 2:04 pm
דורך יעקב מענטש
פרייוויליג האט געשריבן:א פרוי איז זיך מחזק אין די היצן..
מי כעמך ישראל
נשלח: דינסטאג יולי 26, 2016 4:26 pm
דורך berlbalaguleh
פרייוויליג: אויף וועם זאללן די ערליכע, חסיד'ישע פרויען ארויפקוקן. צו וועם זאללן זיי זיך פארגלייכן...?! אויף די פאררוקטע, טמא'נע פארשאלטענע, רוצח'ישע מערדערישע מוסלאמינ'קעס וועלכע גייען אינגאנצן באדעקט...

נשלח: דינסטאג יולי 26, 2016 4:28 pm
דורך berlbalaguleh
אדנירם האט געשריבן::like
מיט וואס זאל איך מיך מחזק זיין?
אה, ס'דא די כת ה'שאלים', זיי גייען נאכמער ארומגעבינדן...
אדנירם: כ'זעה אז דו האסט ממש ארויסגענומען די ווערטער פון מיין קיבאורד'ס מויל. נאר א ביסל איידעלער. דו רעדטסט פון אידישע משוגעים. און איך האב געברענגט א דוגמא פון מוסלאמינער רוצחים, ימ"ש...!
ברוך שכיוונת לדעתי הקדושה...

נשלח: דינסטאג יולי 26, 2016 9:13 pm
דורך פרייוויליג
אדנירם האט געשריבן::like
מיט וואס זאל איך מיך מחזק זיין?
אה, ס'דא די כת ה'שאלים', זיי גייען נאכמער ארומגעבינדן...
הייסט אז דיין פראפייל בילד איז יא אמת? געווענדליך מאכן גרויסע שנאצען שוויצן.
נשלח: דינסטאג יולי 26, 2016 9:42 pm
דורך [NAMELESS]
און וועגן דעם מאכסטו חוזק פון אונז נעבעכדיגע שוויצער'ס, ווייל דיין פראפייל זאגט עדות אז דו שוויצט נישט.
האסט אמאל געזען א פייגל מיט שנאצען?...
חוץ מזה, קען די פייגל מאכן לופט מיט די פליגלען...
נשלח: מיטוואך יולי 27, 2016 12:42 am
דורך berlbalaguleh
איך האב א פשוט'ע עצה אקעיגן שוויצן אין די היצן פון זומער: איך דארף נישט אנקומען צו דזשי.& דזשי. איך גיי אויפ'ן גאס אן א הוט און רעקל. איך פייף אן די אלע פיינשמעקערס. איך לאך פון זיי.זיי זענען נעבעך משועבד אונטער דעם אכשר-דרא'דיגן עול...

Re: פעטיציע: ראטעוועט די מענער פון די היצן
נשלח: מיטוואך יולי 27, 2016 9:26 am
דורך א איד
berlbalaguleh האט געשריבן:איך האב א פשוט'ע עצה אקעיגן שוויצן אין די היצן פון זומער: איך דארף נישט אנקומען צו דזשי.& דזשי. איך גיי אויפ'ן גאס אן א הוט און רעקל. איך פייף אן די אלע פיינשמעקערס. איך לאך פון זיי.זיי זענען נעבעך משועבד אונטער דעם אכשר-דרא'דיגן עול...

א רחמנות אויף דיר אז דו ביזט געבינדן אונטערן יצר הרע.
נשלח: מיטוואך יולי 27, 2016 11:53 am
דורך פרייוויליג
אויב איינער דארף חיזוק, און וויל וויסן אויב די דיקע שווארצע וואלענע הייסע רעקל אדער היט וואס ער טראגט, האט גארנישט מיט יהדות אדער רעליגיע, און ער האט נאכנישט געליינט מיין ארטיקל וועגן 'מלבוש', קען נאך יעצט עס ליינען.
נשלח: מיטוואך יולי 27, 2016 12:38 pm
דורך berlbalaguleh
א איד האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:איך האב א פשוט'ע עצה אקעיגן שוויצן אין די היצן פון זומער: איך דארף נישט אנקומען צו דזשי.& דזשי. איך גיי אויפ'ן גאס אן א הוט און רעקל. איך פייף אן די אלע פיינשמעקערס. איך לאך פון זיי.זיי זענען נעבעך משועבד אונטער דעם אכשר-דרא'דיגן עול...

א רחמנות אויף דיר אז דו ביזט געבינדן אונטערן יצר הרע.
א איד: ס'איז פאני. רוב מאל ווייס איך וואס דו האסט געשריבן נאך פאר איך ליין עס. סאו אז דו האסט רחמנות אויף מיר. א ייש"כ. נאר אויב איך בין משועבד אונטער'ן יאך (יויך) פונ'ם יצר הרע, איז דאך נישט מעגליך אז איך זאלל האבן רוח הקודש. חוץ אויב די סיטרא אחרא העלפט מיר צו האבן רוח הקודש. (לפי שיטת הרב ישראל מעם סויפער. המכונה מנשה פליפ-פלאפ...

נשלח: מיטוואך יולי 27, 2016 2:34 pm
דורך [NAMELESS]
ס'איז דא אן ענין פון גיין א רעשוואלקע אויך אינדערוואכן אלס אור מקיף, און אזוי פירן זיך אלע אדמורי"ם פון קליין ביז גרויס.
נשלח: מיטוואך יולי 27, 2016 2:53 pm
דורך berlbalaguleh
בן אדם האט געשריבן:ס'איז דא אן ענין פון גיין א רעשוואלקע אויך אינדערוואכן אלס אור מקיף, און אזוי פירן זיך אלע אדמורי"ם פון קליין ביז גרויס.
בן אדם: און ווען די הייליגע אדמורי"ם דארפן גיין אין ביהכ"ס, זאלסט מיר אנטשולדיגן. און אין אנדערע זמנים...? צו טוען זיי אויס דעם אור המקיף..? אדער האבן זיי אן אנדער'ן אור המקיף ספעציעל געאייגנט פאר אזעלכע מצבים...אזוי ווי געוויסע צדיקים האבן זיך געפיהרט...?!
נשלח: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 9:58 am
דורך ציבעלע-קיגל
פארוואס דארף מען טאקע גיין אנגעטוהן מיט די שמונה בגדים א גאצען טאג און שוויצען און שטינקן. (פאר מען הייבט אן צו שרייען, איך רעד נישט פון בשעת דאווענען, וואס דאס איז א גאנץ אנדערע שמועס)
איך וויל דיר געבן א משל. איך האב נישט לאנג צוריק געזעהן אין בורו פרק א עלעקטרישאן ארבעטן מיטן גרויסן געלען טלית קטן, וועסטל און מיטן רעקל. פארוואס האט דער בהמה זיך נישט געקענט אויס טאהן לכל הפחות דעם רעקל?
אלע רעבנים טוען זיך אויס די רעקל ווען זיי זענען הייס, (פארשטייט זיך אליין אז נישט ווען עס איז דא א קעמערע) אין די קאר אדער אינדערהיים, פארוואס זאלסטו נישט, עס שטייט נישט אין קיין איין פלאץ אין די גאנצע תורה אז מען מוז גיין מיט'ן הוט און רעקל אויפ'ן גאס.