בלאט 1 פון 2
איך זוך א נייע דזשאב!
נשלח: דינסטאג יולי 05, 2016 5:01 pm
דורך בת קול
איי עם פעד אפ פון קרעפי מענעדשערס, לוי פעי, און נוי אקאמאדעישאנס. עניוואן?
כ'האב אסאך צו שרייבן וועגן מיין ארבייט עקספיריענס און אינטערוויו עקספיריענס.
מער איבער דעם מארגן אי"ה, ווייל... ס'איז צייט אהיים צו גיין!
א גוטן טאג!
נשלח: דינסטאג יולי 05, 2016 5:44 pm
דורך טייערע ברודער
עמו אנכי בצרה. דער איינציגסטע וועג פון מאכ'ן געלט איז אויב יענער טוט דער שמוציגער ארבעט פאר דיר.
Re: איך זוך א נייע דזשאב!
נשלח: דינסטאג יולי 05, 2016 5:53 pm
דורך קל וחומר
וי"ג עמה
נשלח: דינסטאג יולי 05, 2016 6:25 pm
דורך שמעקעדיג
בת קול, קוקט אין אייער חתימה.
נשלח: דינסטאג יולי 05, 2016 6:25 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
טייערע ברודער האט געשריבן:עמו אנכי בצרה. דער איינציגסטע וועג פון מאכ'ן געלט איז אויב יענער טוט דער שמוציגער ארבעט פאר דיר.
בדוק ומנוסה, עפען א רעליגיע, הייב אן סקעמען מענטשען, אזוי מאכט מען פרנסה.
אופס, חשש גילוי, אלע מיין חברים ווייסען שוין לאנג אז דאס איז מיין אפיניאן. נאך א מזל אז קיינער וואס קען מיר ליינט אידיש.
Re: איך זוך א נייע דזשאב!
נשלח: דינסטאג יולי 05, 2016 6:33 pm
דורך טאמבל סאס
ווען א פרוי וועט עפענען א רעליגיע וועל איך וויסן אז מיר האבן געמאכט פארשריט
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
נשלח: דינסטאג יולי 05, 2016 6:38 pm
דורך [NAMELESS]
ווען איך וועל זוכען אן ארבייטער וועל איך דיר אי"ה דער ערשטער אינזינען האבן.
נשלח: דינסטאג יולי 05, 2016 7:29 pm
דורך [NAMELESS]
טאמבל סאס האט געשריבן:ווען א פרוי וועט עפענען א רעליגיע וועל איך וויסן אז מיר האבן געמאכט פארשריט
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
שוין, מיין
פעמעניזם תגובה איז שוין כמעט געווען פארטיג, יעצט ברויך מען שוין צולייגן פארוואס א פרוי האט נאכנישט געעפנט קיין רעליגיע... (מרים הבתולה?)
נשלח: דינסטאג יולי 05, 2016 7:33 pm
דורך [NAMELESS]
איך האב שוין געהאט צווישן פופצען און צוואנציג אינטערוויוס די לעצטע פאר יאר, גענוג פאר עקספירענס?
נשלח: מיטוואך יולי 06, 2016 7:30 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
שו"ת הרי"ף חלק א' סימן א'
שאלה מפני מה אמרו חכמים יש אם למקרא ולמסורת ולא אמרו אב. ואמרו בנין אב זה בנה אב ולא אמרו אם. ואמרו בת קול ולא אמרו בן קול:
תשובה לא שמענו בזאת כלום, אלא פעמים שאומרים לשון זכר ואומרים אב, כגון בנין אב משני כתובים ובנין אב וכתוב אחד, וכגון ההוא דאמרינן אבוהון דכולהו דם, אלא יש לומר שבמקום שעושה אותו דבר עיקר ללמוד ממנו דבר אחר קורין אותו אב. וזה שאמר יש אם למקרא, הואיל ואין למדין ממנו לדברים אחרים, אלא להודיע על מה סומכים על הקריאה או על המסורת, קרא להם אם, שהקריאה אינה לשון זכר אלא לשון נקבה:
דאס איז אפשר א תיקוץ פארוואס ס'הייסט 'בת' קול, נישט בן קול.
נשלח: מיטוואך יולי 06, 2016 9:42 am
דורך בת קול
בן אדם האט געשריבן:איך האב שוין געהאט צווישן פופצען און צוואנציג אינטערוויוס די לעצטע פאר יאר, גענוג פאר עקספירענס?
האסטו כאטשיק באקומען א נייע דשאב?
נשלח: מיטוואך יולי 06, 2016 2:47 pm
דורך [NAMELESS]
א לאנגע מעשה... ווען איך וועל האבן צייט אי"ה
נשלח: מיטוואך יולי 06, 2016 3:05 pm
דורך בת קול
אויב איך וואלט געווען אביסעלע מער בראוו, וואלט איך אפשר געעפנט אן אייגן ביזנעס. ס'ברוך השם דא אסאך זאכן וואס כ'קען טאן.
איי געס איים נאט סוי בוילד, עפטער אלל...
אר מעיבי, בין איך צו נייס.
כ'דארף אנהייבן טשארדשן געלט פאר טוהן שייטלעך, שרייבן ניגונים, שפילן מוזיק, און זינגען און רעקאדירן....
ווי א נארעלע בין איך אבער ביזי לויפן צו מיין דזשאב און וואשן דישעס.
Re: איך זוך א נייע דזשאב!
נשלח: מיטוואך יולי 06, 2016 3:08 pm
דורך קל וחומר
מיינסט טאמער וואלסטע געהאט 'ביצים'...
נשלח: מיטוואך יולי 06, 2016 3:45 pm
דורך בת קול
אין די לעצטע יאר האב איך געהאט מערערע אינטערוויוס, אבער איך זיץ נאך ביי מיין אלטע טישל. דאס איז אבער נישט, ווייל מען האט מיר גארנישט געאפערט. איך בין גראדע א פלייסיגע, טויגליכע, און געשיקטע ארבייטער, און גאנץ wanted, וואו אימער איך האב אפלייט.
פארוואס זיך איך נייע ארבייט?
1. נעגעטיווע באס, נעגעטיווע environment.
2. באקום נישט קיין שום appreciation פאר מיין שווערע ארבייט. (נישט ווערטער, אבזשעקטס, בוניס, אדער א רעיז.) גראדע האט ער צוגעזאגט איינס פאר 6 חדשים צוריק, ווען איך האב אים מודיע געווען איבער אן אפפער, אבער כ'האב עס נאכנישט באקומען.
3. ווען עפעס גייט נישט גלייך, כאטש ער ווייסט איך האב פרובירט מיין בעסט, הער איך תיקף קריטיק.
4. איי געט דע בלעים פאר זיינע טעותים, און שלעפט מיר אריין אין מחלוקות איבער אנדערע ארבייטער.
5. איז מיר חושד אויף זאכן וואס איך האב קיינמאל געטוהן.
6. האט מיר צוגעזאגט צו צאלן א חוב, אבער האט מיר קיינמאל נישט געצאלט יענע חלק געלט.
און די ליסט גאוס אן און אן.
ווען איך רעדט צו פריינדינעס הער איך נישט צופיל בעסער. נאך מיינע פילע אינטערוויוס, באקום איך שטענדיג די אינפו פון אן ארבייטער דארט, און איר וועט נישט גלייבן וואס איך האב אלץ צאם געהערט.
א באס וואס האלט אין איין טוישן די פעי פון קאמישאן צו שעות און צוריק. יעדעס מאל די ווייבל ברענגט אריין סעילס צאלט ער אויפן שעה, און ווען עס איז שטיל, צאלט ער נאר קאמישען.
איינער צווינגט צו בלייבן אווערטיים, אבער צאלט נישט דערפאר.
א באס וואס ליינט דורך פריוואטע אימעילס, נאכן לאזן ניצן gmail אין די שטילע שעות, אן ווארענען פון פאראויס.
איינער וואס דידאקט פעי פאר יעדע מינוט וואס מען גייט אין טוילעט.
נאך א באס, רופט דאס ווייבל hormonal ווען זי קומט בעטן פעי פון 3 חדשים צוריק.
אן אנדערער, לאזט נישט דאס ווייבל ארויסגיין נורסען די בעיבי, און גייט נישט ארויס פון צוממער/לייגט נישט קיין מחיצה ווען זי פאמפט אין איר איין צומערדיגע אפיס.
און אוודאי זענען דא די וואס געבן נישט אף פאר ליגעל האלידעיס און אויך נישט חול המועד/ערב יום טוב.
עס זענען דא די אפיציעלע ארבייטס פלעצער וואס יעדע בית רחל תלמידה ווייסט דארט נישט אריינצוטרויטן.
MD BILLING, BDB BILLING, ביי די אייגענטימער פון בנין ריספלער, און איך בין זיכער עס זענען דא נאך.
פארוואס דארפן באסעס זיין אזוי שלעכט?
אויב טרעפסטו זיך צווישן די שירות, ביטע בארעכן זיך. זיי א מענטש, נישט א הארד נויזד ביסנעסמאן.
עניוועי, איך ווייס אז עס זענען דא גוטע באסעס אויך, וואס געבן בוניסעס, רעיזעס, טיפס, פרעיז, און נאך. אבער וואו זענען זיי???
Re: איך זוך א נייע דזשאב!
נשלח: מיטוואך יולי 06, 2016 4:48 pm
דורך גרויסע מענטשעלע
אויב ביסט אזוי טויגליך קום צו מיר ארבעטען.
כהאב מורא די שרייבסט צו סאך דא, כהעל נישט האבן מער וואס צו ליינען קום אפ שפילען נקיבה.
נשלח: מיטוואך יולי 06, 2016 4:51 pm
דורך בת קול
דוינט ווארי, איך רעד נישט אזוי פיל, ווי איך שרייב.
וואס יא- איך רעד אזוי שנעל ווי איך טייפ.
נשלח: מיטוואך יולי 06, 2016 4:56 pm
דורך בת קול
LOL- that sounds bad!
איך טייפ שנעל- נישט אז איך רעד שטייט...
Re: איך זוך א נייע דזשאב!
נשלח: מיטוואך יולי 06, 2016 5:05 pm
דורך טאמבל סאס
נישט געדאגהט. דער ערשטער שורה קלארט דאס שוין אויס. אויב וואלסטו צושטאט גערעדט וואלט דאס נישט קיין דמיון געווען צו דיין שרייבן. דהיינו, סיפא דרישא: צו וויפיל דו שרייבסט זיכער נישט, רעדן רעדסטו דאך פיהל שטייטער. ומרישא נמצינו למידין אסיפא. אהההה
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
נשלח: פרייטאג יוני 16, 2017 11:44 am
דורך שמעקעדיג
איינער זוכט נאך א דזשאב?
.
נשלח: מוצ"ש יוני 17, 2017 10:58 pm
דורך איסר האטלקי
וואס הייסט "גוטע פאטענשאל פאר לאנגע טערמינען"?
נאך וויפיל יאר גיין פלאנט מען צו ליידן פון די אינטערנעט מגיפה???
נשלח: זונטאג יוני 18, 2017 12:28 am
דורך [NAMELESS]
נו פארדעם זיך מען דאך אזא איינער...!
נשלח: זונטאג יוני 18, 2017 4:12 pm
דורך בת קול
בת קול האט געשריבן:
עניוועי, איך ווייס אז עס זענען דא גוטע באסעס אויך, וואס געבן בוניסעס, רעיזעס, טיפס, פרעיז, און נאך. אבער וואו זענען זיי???
ב"ה איך געדענק שוין נישט יענע צייטן!