בלאט 1 פון 1
ווער פאנדעט די מערכה קעגען טעכנעלאגיע?
נשלח: מיטוואך יולי 06, 2016 7:08 am
דורך קרעקער
נישט יעדער כאפט אבער דע מערכה קעגען די סמארטפאנס און אינטערנעט קאסט ראפלי הונדערטער טויזנטע דאלאר א יאהר, סרעכנט אריין פאוסטערס צעטלעך גרעפיקס שרייבערס קארטוניסטס מעלער פרינטינגס הענגען איבער דע גאסען, עדווערטייזמענטס אין אלע אויסגאבעס, ביז כינוסים דרשות רעדנערס רבנים אדמורים, וואס יעדער ווערט באצאלט, קיינער ארבעט היינט נישט אימזיסט פאר כבוד שמים,
דעס איז נישט קליין געלט, איך שאץ עס אויף אפאהר מאות אלפים א יאהר
שטעלצעך די קשיא מהיכן ירק זה חי? פון וואו איז דא די געלט פאר דעם?
אמאהל פלעגט וועד הצניעות קנס'ן דע געכאפטע מנובלים און פעדאפילען מיט א צענער אדער פופציג אלפים, א בחינה ווי "וחטאתך בצדקה פרוק", וואס זיי פלעגען קויפען דירות מיט דע געלט, און סאיז נאך געבליבען די והותר אויך ספאנסערען די מערכות, גייט עס נאך היינט אן?
נשלח: מיטוואך יולי 06, 2016 7:33 am
דורך הקטן
אהא, וועגן דעם רעדט דערפין מיין רב א יעדע צווייטער וואך, ער ווערט פיין באצאלט.
קיינער ארבעט היינט נישט אימזיסט פאר כבוד שמים
Re: ווער פאנדעט די מערכה קעגען טעכנעלאגיע?
נשלח: מיטוואך יולי 06, 2016 9:39 am
דורך מפוזרי
ס'דא אידן וואס לאזן זיך קאסטן דערפאר. ס'הייסט אז קרח האט זיי איבערגעלאזט א קרן.
די סטרא אחרא מאנגלט נישט קיין געלט, בפרט ווען ס'קומט צו רודפ'ן אידן.
נשלח: מיטוואך יולי 06, 2016 10:31 am
דורך קאמענטירער
וואס איך בין נייגעריג איז וואס שטופט די א.ג. עסקנים צו קעמפען און קאמפיינען קעגן די אינטערנעיט און סמאטרפאונס?
צו איז עס ווייל זיי שעמען זיך צו ארומדרייען מיט א גרויסע סמארטפאון האבען זיי באשלאסען אז קיינער טאר עס נישט האבען?
ווייל אזוי האבען זיי נאך א צוועק פארוואס אויפצוטרייבען געלט וואס זאל אריינפליסען אין זייער קעשענעס?
אדער מיינען זיי עס ערנסט און זיי האלטען תמומית'דיג אז סאיז א סכנה פארן דור?
אדער אי עס פשוט א תאווה צו קאנטראלען יענעם?
אדער האבען זיי צופיל צייט?
Re: ווער פאנדעט די מערכה קעגען טעכנעלאגיע?
נשלח: מיטוואך יולי 06, 2016 7:53 pm
דורך ביליג
הערשל שרייבער לאזט זיך קאסט אסאך געלט
ער האט געספאנסערט כינוס כלל ישראל
און טעג-TAG די ערשטע שטיק צייט
נשלח: מיטוואך יולי 06, 2016 9:15 pm
דורך קאמענטירער
ביליג האט געשריבן:הערשל שרייבער לאזט זיך קאסט אסאך געלט
ער האט געספאנסערט כינוס כלל ישראל
און טעג-TAG די ערשטע שטיק צייט
אז מטראכט אריין איז עס היבש אינטערסאנט ווייל א ריזען חלק פון זיין ביזנעס אימפעריע איז דאך גבעיסט אויף די אינטערנעט טעכנעלאגיע (די סערוויס עכ''פ ) אפשר אלץ תשובת המשקל?
נשלח: מיטוואך יולי 06, 2016 9:56 pm
דורך ברוך בער
דער ראבינאוויטש אינטערנעט מטורף האט נעבעך באטראפן די ביטערע מחלה השם ירפאהו. אפשר די וואס לערנען אייביג אפ שטראפן פארוואס עס איז קומט זאלן מאכן א חשבון הנפש אז נעמען אן עדה קדושה אידן אין זיי אנשמירן מיט אלעמען בייז מיט א חוזק איז קיין שפיל. דוכט זיך אז ראבינאוויטש לרפו"ש איז אויך געווען אויף שרייבערס פעיראל צו ענליכס.
נשלח: מיטוואך יולי 06, 2016 10:15 pm
דורך berlbalaguleh
קרעקער: און אמאל באצאלט מען לא יחרץ געלט. אז די כלבים זאללן נישט ביללן.
פון וואו מיינסטו, האט הערשל קלאר געקויפט הייזער פאר זיינע קינדער...?!
אויך. אמאל זענען פארהאן פאליטישע מאטיוון פארוואס די ..."קהילה"...פארשווייגט אן עוולה וואס שרייט ביז צום הימל, לשיטתם....!
למשל. דער פרויען-קליידער געשעפט וועלכער פארקויפט אימפארטס פון ענגלאנד אויף בעדפארד אין די געגנט פון לינטש, וואו ס'דא א גרויסע סיין (עטליכע סיינס) מיט א נאמען און א צייכענונג פון א פרוי. וואס ס'וואלט לשיטתם פון די קדושים וטהורים געדארפט אויפרודערן די גאנצע שכונה מיט דעם גאנצן קלאפערגעצייג פון הפגנות, באשמוצונגען און פאשקווילן בכל חוצות העיר אנגעהויבן פון די התאחדות הרע-בנים ביז הערשל קלאר (ז"ל) און יואלי צימערמאן. און דערווייל איז שא-שטיל. ואין פוצה פה ומצפצף. דאס איז מיר אייביג שווער געווען. ביז כ'האב אויסגעפונען דעם אמת'ן טעם. פאליטישע פראטעקציע...
דער געשעפט באלאנגט און ווערט אנגעפיהרט דורך די טאכטער פון הרב הק', לוחם מלחמות ה' ר' יוסל בן מרים וואלדמאן שליט"א. יעצט איז שוין אלעס פארענטפערט געווארן. אז ער פיהרט אן א מלחמת חורמה מיט די משנאי ה' (עפרא לפומיה) מעג ער אלעס טון....!
שוין איך בין פארקראכן פון די נושא פונ'ם פותח האשכול. אבער ס'האט מיר שטארק געדרוקט אויפ'ן הארץ. און כ'האב עס געמוזט ארויס געבן...שוין. ב"ה בעסער געווארן...
נשלח: מיטוואך יולי 06, 2016 10:23 pm
דורך berlbalaguleh
ביליג האט געשריבן:הערשל שרייבער לאזט זיך קאסט אסאך געלט
ער האט געספאנסערט כינוס כלל ישראל
און טעג-TAG די ערשטע שטיק צייט
ביליג: ס'הייסט אז אלע כלים טמאים פון די טמא'נע און גע'אסר'טע טעכנאלאגיע וואס ער פארקויפט, איז נאר פאר די בני נח. און די או.טי.די.'ס...!
Re: ווער פאנדעט די מערכה קעגען טעכנעלאגיע?
נשלח: מיטוואך יולי 06, 2016 10:51 pm
דורך ביליג
אפשר האט ער גילטי פילינגס ...
איך האב געהערט אז ער געט שוין נישט מן הסתם האט עפעס א גלח/מקובל/בליי-גיסער/רבי אראפ גענימען דעי גילט
נשלח: דאנערשטאג יולי 07, 2016 1:08 am
דורך שמעקעדיג
ברוך בער האט געשריבן:דער ראבינאוויטש אינטערנעט מטורף האט נעבעך באטראפן די ביטערע מחלה השם ירפאהו. .
טאקע?
Re: ווער פאנדעט די מערכה קעגען טעכנעלאגיע?
נשלח: פרייטאג יולי 08, 2016 12:30 am
דורך ביליג
אזוי הייסט עס, ער האט זיך נישט געדרייט לעצטענס אין בתי מדרשים
ווען איך האב עם אליינס געפרעגט אויב ער פילט נישט גוט
זאגט ער "אלעס איז ב"ה אין ארדענונג"
נשלח: פרייטאג יולי 08, 2016 9:25 am
דורך יהושע חיים
א חודש צוריק האב איך עהם געזען רעדן אין א בית המדרש מיט די גאנצע קראפט (קען זיין מען האט עהם דייעגנאזט שפעטער)
נשלח: מיטוואך יולי 20, 2016 12:08 pm
דורך שמעקעדיג
ארטיקל אין דער איד פר' חקת
.
נשלח: מיטוואך יולי 20, 2016 12:10 pm
דורך אינטערסאנטער
איך האב פאריגע וואך געזעהן ראבינאוויטש זיך ארומדרייען מיט א פעסטקייט, איך ווייס נישט צו ער איז יא געזונט צו נישט, אבער דרייען דרייט ער זיך ארום מיט זיין זיסן שמייכל און חיות'דיגע פרישקייט
דער באשעפער זאל העלפן אז ער זאל טאקע זיין געזונט און שטארק
נשלח: מיטוואך יולי 20, 2016 12:33 pm
דורך שמעקעדיג
אינטערסאנטער האט געשריבן:דער באשעפער זאל העלפן אז ער זאל טאקע ווערן געזונט און שטארק
נשלח: מיטוואך יולי 20, 2016 1:27 pm
דורך ווייל אזוי
די "מאמענט" האט די וואך א גאנצע ארטיקל וועגן סמארפאונ'ס ווערן זיי אויך באצאלט דערפאר ?
נשלח: מיטוואך יולי 20, 2016 2:51 pm
דורך שמעקעדיג
זיי האבן נישט קיין עקסטערע ארטיקל, נאר דער געווענליכע ארטיקל אין די סעריע פון הרב טויבער'ס דרשות. פאר סאם ריעזאן האבן זיי דאס ארויפגעשטעלט אויפן דעקל.
נשלח: מיטוואך יולי 20, 2016 3:54 pm
דורך עפעס אזוי
ווייל אזוי האט געשריבן:די "מאמענט" האט די וואך א גאנצע ארטיקל וועגן סמארפאונ'ס ווערן זיי אויך באצאלט דערפאר ?
ס'שייך ארויפצישטעלן דעם ארטיקל? איך האב געזעהן די העדליין אויפן דעקל און עס ציעט מיר זער שטארק צוזעהן וואס מען שרייבט דארט, אבער עס איז מיר משום כמה וכמה סיבות נישט מעגליך עס צי קויפן.
שכויח
Re: ווער פאנדעט די מערכה קעגען טעכנעלאגיע?
נשלח: דאנערשטאג יולי 21, 2016 11:42 am
דורך ביליג
א גאו פאנד מי אקאונט קען העלפן ?