בלאט 1 פון 2
וועלכע ניק קענט איר נישט דערלאדען
נשלח: דאנערשטאג יולי 07, 2016 8:52 pm
דורך שטילע אינגערמאן
סאיז פארהאן ניקס וואס קריכן מיר ממש אויפן נערווען, יעדער ווארט זיי זאגן איבלט מיר, אפי נאך איך לייג זי צו צום נודניק ליסטע, טאמער ציטירט איינער זיינע דיבורים קוק איך אן יעדער ווארט אלץ א טיפשות.
אין מיין קאפ משל איך אויס יענער ניק ווי א קריכעדיג פגע, איינער וואס קיינער קען נישט דערלאדען, כ׳עקל זיך פון עיהם ממש. ווען כבאקום א הודעה אז ער האט מיר געלייקט וויל איך צירוק ווארפן די לייק אין פנים אריין.
אפגערעדט ווען ער האט מיר שוין אמאל געאישיט.
איך האף אז ער פיהלט צו מיר די זעלבע וועג, אזוי וועל איך פיהלן רואיגע.
עםםם, יעצט דארף אין לייגן זיין נאמען??
א צווייטע מאל.
די עולם זאל ארויס פאקן דא די סחורה וואס ליגט אין בויך שוין פאר יארן.
נשלח: דאנערשטאג יולי 07, 2016 9:01 pm
דורך [NAMELESS]
די געב מיר נאר א לייק, איך זאג דיר צו איך שיס דיר צוריק דיין לייק אין פרצוף.
די אפגעפליקטע קרייסלער וואס די ביזט!
Re: וועלכע ניק קענט איר נישט דערלאדען
נשלח: דאנערשטאג יולי 07, 2016 9:10 pm
דורך קל וחומר
ער מיינט לכאורה מיר, אבער איך געב נישט קיין שיט (ווי פריער געשמועסט).
נישט יעדער איז מחיוב צופרידן שטעלן יעדעם.
און אפילו אז איינער גייט יעדעם אויף די נערוון, מאכט ער נאכאלץ קאלארפול דעם פלאץ (בבחינת חלבנה). (כל זמן ער פארלעצט נישט די תקנות שטייצעך).
נשלח: דאנערשטאג יולי 07, 2016 9:12 pm
דורך רימון
דער וואס קען נישט דערליידן א צווייטן זאל זיך שעמען דערמיט און ארבעטן אויף זיין טאלעראנץ און ליבשאפט צו יעדן איד.
עפענען אן אשכול צו פרעדיגן און זיך קאכן אין פיינטשאפט? אזא אשכול במחילת כבוד ר' שטילע, איז וואס איך קען נישט דערליידן.
נשלח: דאנערשטאג יולי 07, 2016 9:13 pm
דורך berlbalaguleh
או.קעי. שטילע: יעצט לאמיר זעהן ווארף מיר צוריק אין פנים אריין די לייק וואס כ'האב דיר יעצט געגעבן...
נ.ב.: די הודעה איז געשריבן געווארן נאך אויסטרונקען א גלעזל ביר וועלכע האט א שיעור רביעית און מלא לוגמיו. לויט די שיטות פון אלע צדיקים, ווי נודע ביהודא, חת"ס, דברי חיים, שינאווער רב, חזון איש, ר' אברהם חיים נאה, ר' חיים קנייבסקי ועוד. כ'האב געטרונקען א רביעית לויט א יעדנ'ס שיטה,בכדי אכילת פרס....פארגעסן. שיטת החפץ חיים אויך...

נשלח: דאנערשטאג יולי 07, 2016 9:34 pm
דורך איך אויך
לעניית דעתי פארלעצט די אשכול די ווירדן פון ק''ש.
נשלח: דאנערשטאג יולי 07, 2016 9:36 pm
דורך ליפא
לכאורה נישט אויסגעהאלטן צו שרייבן נעמען (ניקס). אבער אז ס'שוין דא אזא אשכול קען איך מיר נישט איינהאלטן פון שרייבן וועלכע ניק איך וואלט ארויגעשטויסן פון ק''ש, א רשע פרעכע אקס איז ער, זאל ער זיך איבערקערן אויף א היילאו. איך רעד פונעם ניק [tag]סעמפל[/tag]
נשלח: דאנערשטאג יולי 07, 2016 9:52 pm
דורך נהורא נפישא
ס'דא א ניק זיין גימטריא איז 415 זיין אינטעליגענץ שיינט ארויס פון יעדען תגובה זיינער.
נשלח: דאנערשטאג יולי 07, 2016 9:55 pm
דורך berlbalaguleh
איך אויך האט געשריבן:לעניית דעתי פארלעצט די אשכול די ווירדן פון ק''ש.
איך אויך: וואס באדערט דיך...?! ס'א ביסל הומאר. פארקערט. איך באוואונדער שטילע'ס חוש פאר אזעלכע שטיקלעך...
וואס האסטו מורא...? אז איינער וועלכער זאגט אז ער איז נישט צופרידן פון דיר וועט קומען און דיר דערלאנגען א פאטש, נעקס טיים ער זעהט דיך אין ביהמ"ד אדער אויף די גאס...?!...

נשלח: דאנערשטאג יולי 07, 2016 10:01 pm
דורך berlbalaguleh
נהורא נפישא האט געשריבן:ס'דא א ניק זיין גימטריא איז 415 זיין אינטעליגענץ שיינט ארויס פון יעדען תגובה זיינער.
נהורא נפישא: א שנעלער רעכן מיט דעם קאלקיולעיטער אויף מיין טמא'נעם סמארטפאון האט מיר באוויזן אז דו מיינסט נישט מיך. שוין איך בין שוין בארואיגט. אבער, איך שרייב דאך מיין נאמען אויף ענגליש. איז הדרא קושיא לדוכתיה...

נשלח: דאנערשטאג יולי 07, 2016 10:03 pm
דורך ליפא
נהורא נפישא האט געשריבן:ס'דא א ניק זיין גימטריא איז 415 זיין אינטעליגענץ שיינט ארויס פון יעדען תגובה זיינער.
415 מיט'ן כולל?
נשלח: דאנערשטאג יולי 07, 2016 10:04 pm
דורך נהורא נפישא
איך גלויב נישט אז יענער קען רעכענען דערפאר האב איך זיך ערלויבט.
דאס ריפט זיך א ראפשיצע ווערטל, יעדער לאכט און יענער לאכט מיט.
נשלח: דאנערשטאג יולי 07, 2016 10:05 pm
דורך [NAMELESS]
נהורא נפישא האט געשריבן:ס'דא א ניק זיין גימטריא איז 415 זיין אינטעליגענץ שיינט ארויס פון יעדען תגובה זיינער.
די איינציגסטע וואס שטימט מיר מיט פשוט'ע חשבון איז דער ניק
[tag]лпم iοوԴ'[/tag]
נשלח: דאנערשטאג יולי 07, 2016 10:07 pm
דורך שלום על ישראל
berlbalaguleh האט געשריבן:איך אויך האט געשריבן:לעניית דעתי פארלעצט די אשכול די ווירדן פון ק''ש.
איך אויך: וואס באדערט דיך...?! ס'א ביסל הומאר. פארקערט. איך באוואונדער שטילע'ס חוש פאר אזעלכע שטיקלעך...
וואס האסטו מורא...? אז איינער וועלכער זאגט אז ער איז נישט צופרידן פון דיר וועט קומען און דיר דערלאנגען א פאטש, נעקס טיים ער זעהט דיך אין ביהמ"ד אדער אויף די גאס...?!...

אריין אין "שמייכל".
נשלח: דאנערשטאג יולי 07, 2016 10:14 pm
דורך נהורא נפישא
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:נהורא נפישא האט געשריבן:ס'דא א ניק זיין גימטריא איז 415 זיין אינטעליגענץ שיינט ארויס פון יעדען תגובה זיינער.
די איינציגסטע וואס שטימט מיר מיט פשוט'ע חשבון איז דער ניק
[tag]лпم iοوԴ'[/tag]
זיינס איז דאך 794
מסתמא מיינסטו די אותיות חתו וואס איז געשריבן מיט אותיות מרובעות.
נשלח: דאנערשטאג יולי 07, 2016 10:21 pm
דורך berlbalaguleh
נהורא נפישא האט געשריבן:דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:נהורא נפישא האט געשריבן:ס'דא א ניק זיין גימטריא איז 415 זיין אינטעליגענץ שיינט ארויס פון יעדען תגובה זיינער.
די איינציגסטע וואס שטימט מיר מיט פשוט'ע חשבון איז דער ניק
[tag]лпم iοوԴ'[/tag]
זיינס איז דאך 794
מסתמא מיינסטו די אותיות חתו וואס איז געשריבן מיט אותיות מרובעות.
אנטשולדיגטס: איך זעה אנדערע 3 אותיות אין יענע ניק...ח ת ת. אין חב"ד מיינט דאס אז א איד דארף א יעדן טאג עוסק זיין אין חומש, תנ"ך און תהילים. נאר לויט אונזער פשט זענען די אותיות שלא כסידרן...

נשלח: דאנערשטאג יולי 07, 2016 10:22 pm
דורך נהורא נפישא
ביטע נישט פרעגן אויף א ספעציפישע נאמען
Re: וועלכע ניק קענט איר נישט דערלאדען
נשלח: דאנערשטאג יולי 07, 2016 10:58 pm
דורך א איד
ליפא האט געשריבן:לכאורה נישט אויסגעהאלטן צו שרייבן נעמען (ניקס). אבער אז ס'שוין דא אזא אשכול קען איך מיר נישט איינהאלטן פון שרייבן וועלכע ניק איך וואלט ארויגעשטויסן פון ק''ש, א רשע פרעכע אקס איז ער, זאל ער זיך איבערקערן אויף א היילאו. איך רעד פונעם ניק [tag]סעמפל[/tag]
[tag]ליפא[/tag] וואס האט ער דיר געטוהן
Re: וועלכע ניק קענט איר נישט דערלאדען
נשלח: דאנערשטאג יולי 07, 2016 11:07 pm
דורך גר ותושב
נהורא נפישא האט געשריבן:ס'דא א ניק זיין גימטריא איז 415 זיין אינטעליגענץ שיינט ארויס פון יעדען תגובה זיינער.
I got it
Re: וועלכע ניק קענט איר נישט דערלאדען
נשלח: דאנערשטאג יולי 07, 2016 11:09 pm
דורך גר ותושב
נהורא נפישא האט געשריבן:ביטע נישט פרעגן אויף א ספעציפישע נאמען
מותר לפרסם ברבים?
נשלח: פרייטאג יולי 08, 2016 1:10 am
דורך שבת אחים
ווער ס׳קען מיך נישט פארליידן זאל אויפהייבן די הענט.
א אנדערע עצה האב איך פאר איינעם וואס קען נישט פארליידן א צווייטן, ער זאל אריבערמישן דאס בלעטעל און פארן ווייטער-בדוק ומנוסה! און ארבעטן אויף זיך אויף זיינע מידות צו האבן מעהר טאלארענץ צו אנדערע מענטשען און זייערע מיינונגען.
Re: וועלכע ניק קענט איר נישט דערלאדען
נשלח: פרייטאג יולי 08, 2016 1:18 am
דורך קל וחומר
פראבלעם איז אז ווער ס'קען דיך נישט דערליידן, דערליידט אויך נישט דעם תגובה...
נשלח: פרייטאג יולי 08, 2016 2:03 am
דורך שטילע אינגערמאן
רימון האט געשריבן:דער וואס קען נישט דערליידן א צווייטן זאל זיך שעמען דערמיט און ארבעטן אויף זיין טאלעראנץ און ליבשאפט צו יעדן איד.
עפענען אן אשכול צו פרעדיגן און זיך קאכן אין פיינטשאפט? אזא אשכול במחילת כבוד ר' שטילע, איז וואס איך קען נישט דערליידן.
רימון טייערע, די מיסט אנזעהן אז אונעם וועלט איז נישטא אזא זאך אז איינער זאל ליב האבן יעדער בריה. סאיז נישט פארהאן, נעקסט.
דא אין שטיבעל אז מפאברענגט אין משמוסט מאכט זיך כסדר אז מקען איינער נישט שלינגען, אין לפע״ד איז עס בכלל נישט קיין בושה.
כוואלט צופעליג בכלל נישט געהאט קיין פראבלעים טאמער איינער זאגט מיר ער האט נישט ליב שטילע, סאיז נישט קיין בושה אין מדארף זיך נישט שעמען, השי״ת האט געגעבן פאר יעדער א בחירה, יעדער מענטש האט ״ליב אין פיינט״.
סיי מענטשן, עסען, טרינקען, זאכן, וגו׳
למשל איך האב נישט ליב ״מילגרוים״ סארא בושה איז דאס? כזאג קלאר, כהאב נישט ליב מילגרוים.