בלאט 1 פון 2
קלוגע ווערטער און געדאנקען
נשלח: זונטאג יולי 10, 2016 4:10 pm
דורך איש חזון
אין דעם אשכול וועלן די חברים שיחיו (האפנטליך... איך וויל נישט זיין סולו) מיטטיילן קלוגע ווערטער און געדאנקן איבער אלץ און אלעמען, כמובן על טהרת הקודש.
ביטע שרייבן א נאמבער כדלהלן.
ווער עס וויל מרחיב זיין איבער א געוויסע געדאנק איז געבעטן צו עפענען א באזונדערע אשכול און אהער לינקען.
ליינט און האט הנאה.
1.
החכם וחסיד ר' חיים גריינימן ז"ל איז געזעצן אמאל אויפ'ן אוטובוס און נעבן אים איז געווען א לייגידע זיץ, איז צוגעקומען צו אים ידידו להבחל"ח ר' יעקב פוזן און אים געפרעגט אויב ער קען זיך אוועקזעצן, האט אים ר' חיים געענפערט "טוב תתי אותה לך מתתי אותה לאיש אחר שבה עמדי"...
2.
ווען מען האט גערעדט א שידוך פאר איינער פון די זיהן פון ר' יעקעלע מהורימלוב האט דער צד הכלה געבעטן א בילד פונעם בחור, האט די מוטער געענפערט "לא יעשה כן במקומינו לתת הצורה לפני הבחורה"...
3.
בשם הגרא"ד אוירבאך מטבריה:
מען זאגט "די לחכימא ברמיזא", און פשט פון דעם איז אז סיי דער חכם און סיי דער טיפש פארשטייען דעם רמז, נאר פאר דעם טיפש איז עס נישט גענוג, ער דארף מען זאל עס אים זאגן בפירוש...
נשלח: זונטאג יולי 10, 2016 4:40 pm
דורך איש חזון
4.
ר' יצחק שלמה זילבערמאן: תנ"ך איז נישט
ברוח ישראל סבא... [ציניש]
5.
ר' דוד צבי הילמן: די לעוול פון א ביהמ"ד ווערט געמאסטן לויט וואו ביים דאווענען דער עולם צופלאמט זיך, צו ביי
א'ל אדון אדער ביי
קריאת שמע...
6.
חכ"א: דער חילוק צווישן א שמרן [
conservative] און א מהפכן [revolutionist] אין אידישקייט איז, אז דער ערשטער וויל אנהאלטן דאס יודישקייט פון הונדערטע יארן צוריק אבער דער צווייטער ווי צוריקברענגן דאס יודישקייט פון
טויזנטער יארן צוריק...
7.
חכ"א: איינער וואס קען נישט קיין צורת
מטבע, קען נישט צורת
מטבע שטבעו חכמים...
נשלח: זונטאג יולי 10, 2016 6:17 pm
דורך הוגה
[justify]
בכלל נישט ציניש, ליידער זייער ערנסט.
איש חזון האט געשריבן:6.
חכ"א: דער חילוק צווישן א שמרן [
conservative] און א מהפכן [revolutionist] אין אידישקייט איז, אז דער ערשטער וויל אנהאלטן דאס יודישקייט פון הונדערטע יארן צוריק אבער דער צווייטער ווי צוריקברענגן דאס יודישקייט פון
טויזנטער יארן צוריק......
אויך אן אמת'ע ווארט און עס האט אביסל שייכות מיט די נומער פיר וואס איך האב ציטירט אויבן. אגב, איך מיין אז "שמרן" מיינט ארטאדאקס, נישט קאנסערוויטיוו. אגב דאגב, ווער איז "חכ"א"?
.[/justify]
נשלח: זונטאג יולי 10, 2016 6:31 pm
דורך נהורא נפישא
קאנסערוואטיוו מיינט ער נישט די די קאנסערוואטיוו באוועגונג וואס איז צושטאנד געקומען אין רעאקציע צו די רעפארם באוועגונג אינערהאלב די אידישע רעליגיע.
ער רעדט פון קאנסערוואטיזם אין ברייטערען זין וואס איז טייטש אפהוטן, און דאס איז אויך די גריכישע אפטייטש פון ארטאדאקס.
אויף עברית איז פאסיג שמרנות סיי פאר קאנסערוואטיזם און סיי פאר ארטאדאקסיע.
נשלח: מאנטאג יולי 11, 2016 12:24 pm
דורך איש חזון
הוגה האט געשריבן:איש חזון האט געשריבן:6.
חכ"א: דער חילוק צווישן א שמרן [
conservative] און א מהפכן [revolutionist] אין אידישקייט איז, אז דער ערשטער וויל אנהאלטן דאס יודישקייט פון הונדערטע יארן צוריק אבער דער צווייטער ווי צוריקברענגן דאס יודישקייט פון
טויזנטער יארן צוריק......
אויך אן אמת'ע ווארט און עס האט אביסל שייכות מיט די נומער פיר וואס איך האב ציטירט אויבן. אגב, איך מיין אז "שמרן" מיינט ארטאדאקס, נישט קאנסערוויטיוו. אגב דאגב, ווער איז "חכ"א"?
.[/justify]
איך האב געשריבן "conservative" ווייל דאס איז די טייטש פון "שמרן", כמו שביאר הרב נהורא נפישא, און איך האב געלינקט צו וויקיפדיה כדי מען זאל פארשטיין וואס איך מיין.
חכם אחד מיינט אז איך ווייס נישט וועמענס ווארט דאס איז.
נשלח: מאנטאג יולי 11, 2016 12:28 pm
דורך איש חזון
אין דעם אשכול וועלן די חברים שיחיו (האפנטליך... איך וויל נישט זיין סולו) מיטטיילן קלוגע ווערטער און געדאנקן איבער אלץ און אלעמען, כמובן על טהרת הקודש.
ביטע שרייבן א נאמבער כדלקמן:
1.
בלא בלא בלא
ווער עס וויל מרחיב זיין איבער א געוויסע געדאנק איז געבעטן צו עפענען א באזונדערע אשכול און אהער לינקען.
ליינט און האט הנאה.
נשלח: מאנטאג יולי 11, 2016 12:44 pm
דורך איש חזון
8.
א זוהן פון ר' יעקב פוזן האט געפרעגט זיין טאטע "ווער זאגט דיר בכלל אז עס עקזעסטירן אסקימוסים [
Inuit], האט ער אים געענפערט "ביסט אן אפיקורס?". ודוק.
9.
הנ"ל האט אמאל מסביר געווען פאר בחורים וואס האבן אים געפרעגט ישיבישע סטיל "חקירות", האט ער זיי געזאגט אז ס'איז געווען אמאל א מענטש מיט גאר א לאנגע בארד, האבן די קינדער אין שטאט זיך געוואונדערט וואס טוט ער מיט זיין בארד ביינאכט ווען ער שלאפט, זה אומר בכה וזה אומר בכה, האבן זיי מחליט געווען אים זעלבסט צו פרעגן, האט ער זיי געזאגט איך האב נאך קיינמאל נישט געטראכט דערפון, איך וועל זעהן היינט ביינאכט און איך וועל ענק מארגן ענטפערן, צומארגנס זאגט ער זיי איך האב נישט געקענט שלאפן ביינאכט, איך האב געלייגט מיין בארד העכער די דאכענע איז עס נישט געווען באקוועם, האב איך עס געלייגט אונטער די דאכענע האט עס מיר געקראצט... . ודוק.
נשלח: מאנטאג יולי 11, 2016 1:14 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
לענין מימרא 9 עי'
כאן, אשר מקורו
כאן, ומסתמא ידע הרב פוזן ממנו, באשר הילדים באנגליה קוראים הרבה בספרים אלו.
נשלח: מאנטאג יולי 18, 2016 12:15 pm
דורך איש חזון
10.
דער מגיד הירושלמי ר' שבתי יודלביץ' האט פארציילט, אז אמאל זייענדיג ביים ליובאוויטשער רבי אויף "יחידות", האבן זיי גערעדט וועגן הרב אריה לוין (דער זיידע פון ר' שבתי) אז ער האט געליטן רדיפות פון די א.ג. ירושלימע "קנאים" ווייל ער האט צופיל מקרב געווען יודן וכו'
האט אים דער רבי געזאגט "חז"ל זאגן 'כל שרוח הבריות נוחה הימנו, רוח המקום נוחה הימנו' - און דאס האט ר' אריה געהאט. חז"ל זאגן נישט אז עס דארף אויך זיין 'רוח הקנאים נוחה הימנו'"...
11.
"די שמחה פון טרעפן א צענטער צום מנין קען אמאל זיין גרעסער ווי די שמחה פון רעדן צום רבונו של עולם".
12.
"אויפ'ן שכל קען מען זיך פארלאזן אויב איז ער א שופט, אבער נישט אויב ער איז א לויער".
נשלח: מאנטאג יולי 18, 2016 4:10 pm
דורך איש חזון
13.
(איך וועל שרייבן בעילום שם ווייל איך עס איז מיר צ"ע אויב ס'איז אמת, אבער ס'איז גוט..)
א געוויסער גדול אין ב"ב, וואס איז אויסגשטאנען רדיפות פון א געוויסע סעקטע, האט אמאל שפאצירט אין גאס, האט אים איינער געפרעגט היתכן ער גייט אליין ס'שטייט דאך אין גמרא אז א ת"ח טאר נישט גיין אליין (ווייל די מזיקים קענען אים שעדיגן), האט ער געענפערט "די מזיקים אין ב"ב האלטן אז איך בין נישט קיין תלמיד חכם"...
14.
הגר"ח גרייימן ז"ל פלעגט לערנען ליגענדיג אין בעט, אזוי ווי דער חזון איש פארשטייט זיך... (מען זאגט אז וועגן רוקן ווייטאג), האבן די ליצני הדור געזאגט אויף דעם "צדיקים במיטתם קרויים חיים".
15.
א קינד איז אמאל געקומען פרעגן הגר"ח הנ"ל עפעס א שאלה בשליחות פון זיין טאטע, האט אים ר' חיים געענפערט "נו נו", האט דאס קינד געפרעגט "וואס זאל איך זאגן פאר מיין טאטע" האט אים ר' חיים געזאגט "זאג אים די ערשטע נו פאר די צווייטע".
נשלח: מאנטאג יולי 18, 2016 4:23 pm
דורך berlbalaguleh
איש חזון: אלס תגובה צו דיין ווערטל #13. איך האב ערגעץ געליינט א מעשה מיט א פארקערטע מסקנא.
א איד איז אמאל געקומען צו א גדול אז ער זאלל איהם געבן א הסכמה אויף א ספר. ווען דער רב האט אריינגעקוקט אינ'ם ספר האט ער שוין געזעהן וואספארא תלמיד חכם דער מחבר איז. רופט ער זיך אן צו איהם. איהר זאלט מיטנעמען דעם ספר ווען איהר גייט ארויס ביינאכט.ס'וועט אייך זיין א שמירה. פרעגט דער מחבר. אזוי הייליג איז מיין ספר...? האט איהם דער רב געענטפערט...דו פארשטייסט נישט. די גמ' זאגט דאך ת"ח לא יצא יחידי בלילה. מפני המזיקין. ווען די מזיקים וועלן זעהן דיין ספר וועללן זיי שוין זעהן אז דו ביסט נישט קיין ת"ח...
#16
Re: קלוגע ווערטער און געדאנקען
נשלח: מאנטאג יולי 18, 2016 4:38 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
#17 א מין הארץ האט גענומען אן איידעם א ת"ח. ער האט איהם שפעטער געוואלט פארהערען, נאר ער האט דאך נישט געוואוסט בחייכון וביומיכון ווי מ'עפענט א גמרא. האט ער געברענגט זיין תכשיט'ל צו ר' אבא'לי פאסוואליער אויף א בחינה.
ר' אבא'לי האט געזען אז דער איידעם איז גאנץ א שוואכע ת"ק, האט ער געזאגט צום שווער "איך בין ערב אז ער קען דינען אלס רב אין סיי וועלכע קהלה", און דער שווער'ס פנים האט געשטראלט פון גליק.
די תלמידים האבען געפרעגט וואס איז די פשט אין דער ליגענט. האט ער גע'ענטפערט "וואס איז דער דין פון אן ערב? אי לית ליה ללוה אזלינן בתר ערב. נו, ב"ה איך קען דעקען די ערבות".
Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk
נשלח: מאנטאג יולי 18, 2016 4:45 pm
דורך איש חזון
פאר בריסקע ווערטלעך זעהט און שרייבט אין [tag]אדנירם[/tag]'ס אשכול
דא.
נשלח: מאנטאג יולי 18, 2016 4:51 pm
דורך berlbalaguleh
#18
איש חזון: נאך א מעשה מיט אן הסכמה. ס'איז אמאל געקומען איינער צו נעמען א הסכמה אויף זיין ספר. ווען דער רב האט אריינגעקוקט אינ'ם ספר, רופט ער זיך אן צום מחבר...פלאי פלאים...! פרעגט ער דעם רב אזוי וואונדערליך איז מיין ספר...? האט איהם דער רב געענטפערט...אין יענע צייטן האט מען אויפגעטראפן אז מ'קען מאכן פאפיר פון שמאטעס. דאס אז מ'האט געמאכט פאפיר פון שמאטעס איז א פלא. און דו האסט געמאכט צוריק שמאטעס פון פאפיר. אט דאס איז פלאי פלאים...

נשלח: מאנטאג יולי 18, 2016 5:05 pm
דורך [NAMELESS]
איש חזון האט געשריבן:15.
א קינד איז אמאל געקומען פרעגן הגר"ח הנ"ל עפעס א שאלה בשליחות פון זיין טאטע, האט אים ר' חיים געענפערט "נו נו", האט דאס קינד געפרעגט "וואס זאל איך זאגן פאר מיין טאטע" האט אים ר' חיים געזאגט "זאג אים די ערשטע נו פאר די צווייטע".
באותו ענין האב איך געהערט אז א טאטע האט אמאל געשיקט זיין קינד צום רב פרעגן א שאלה, נאכ'ן אויסהערן די שאלה האט ער געזאגט דעם קינד זאל אהיים גיין און ער וועט שוין נאכשיקן זיין אינגל פאר די תירוץ.
Re: קלוגע ווערטער און געדאנקען
נשלח: מאנטאג יולי 18, 2016 6:07 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איש חזון האט געשריבן:פאר בריסקע ווערטלעך זעהט און שרייבט אין [tag]אדנירם[/tag]'ס אשכול
דא.
ר' אבא'לי פאסוואליער איז קיין בריסקער ניט געווען. דער חיי"א ברענגט איהם שוין אין הל' ר"ה
Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk
Re: קלוגע ווערטער און געדאנקען
נשלח: מאנטאג יולי 18, 2016 9:11 pm
דורך יהושע חיים
ער איז געווען דער שלוש ביי די באקאנטע ווילנע-סלאוויטע דין תורה
Sent from my Fire Phone using Tapatalk
Re: קלוגע ווערטער און געדאנקען
נשלח: מאנטאג יולי 18, 2016 9:39 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אין איינער פון זיי. לבסוף איז רעק"א געווען דער פוסק, והדברים עתיקים
איך פראביר צו כאפען א בילד פון די שער דף פון זיין ספר, אבער דער סמארטפאון פיהרט זיך היינט נישט אויף צו קלוג
Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk
נשלח: מאנטאג יולי 18, 2016 9:43 pm
דורך berlbalaguleh
יהושע חיים האט געשריבן:ער איז געווען דער שלוש ביי די באקאנטע ווילנע-סלאוויטע דין תורה
Sent from my Fire Phone using Tapatalk
אזא הויכשטאפלערישער גאון עצום פאר וועם ס'פאסט קיינמאל נישט אפילו צו זאגן א גוטן טאג פאר א פשוט'ן, אומוויסנדן בעל עגלה וואלט שוין געמעגט וויסן אז ביי א ד"ת של שלשה איז דא א
שליש...!
נשלח: מאנטאג יולי 18, 2016 10:06 pm
דורך געוואלדיג
Re: קלוגע ווערטער און געדאנקען
נשלח: מאנטאג יולי 18, 2016 11:16 pm
דורך יהושע חיים
berlbalaguleh האט געשריבן:יהושע חיים האט געשריבן:ער איז געווען דער שלוש ביי די באקאנטע ווילנע-סלאוויטע דין תורה
Sent from my Fire Phone using Tapatalk
אזא הויכשטאפלערישער גאון עצום פאר וועם ס'פאסט קיינמאל נישט אפילו צו זאגן א גוטן טאג פאר א פשוט'ן, אומוויסנדן בעל עגלה וואלט שוין געמעגט וויסן אז ביי א ד"ת של שלשה איז דא א
שליש...!
זעהט זיך אויס אז נישט אזא גאון צו כאפן יעדער ספעל טשעק[emoji1]
Sent from my Fire Phone using Tapatalk
נשלח: דינסטאג יולי 19, 2016 2:31 pm
דורך איש חזון
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איש חזון האט געשריבן:פאר בריסקע ווערטלעך זעהט און שרייבט אין [tag]אדנירם[/tag]'ס אשכול
דא.
ר' אבא'לי פאסוואליער איז קיין בריסקער ניט געווען. דער חיי"א ברענגט איהם שוין אין הל' ר"ה
Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk
אנטשוליגט פאר די אומקלארקייט. מיין הודעה האט זיך נישט באצויגן צו אייערע הודעה.
נשלח: דינסטאג יולי 19, 2016 2:45 pm
דורך איש חזון
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אין איינער פון זיי. לבסוף איז רעק"א געווען דער פוסק, והדברים עתיקים
איך פראביר צו כאפען א בילד פון די שער דף פון זיין ספר, אבער דער סמארטפאון פיהרט זיך היינט נישט אויף צו קלוג
Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk
בילד פון ר' אבא'לה:

- Abraham-Abele_Posveler.jpg (11.58 KiB) געזען געווארן 2557 מאל
בילד פון ספר "באר אברהם" שי"ל ע"י מכון ירושלים מעצם כת"י.
אין ספר הנ"ל איז דא א מבוא תולדות הגאון הנ"ל.
לינק צום ספר אין אוצה"ח.ויקיפדיה:אברהם אבלי פאסוועלער(כ"ז הבאתי לכ' רבנו ליטוואק.)
ובקשתי שטוחה: ווער עס וויל מרחיב זיין איבער דעם גאון אדער אנדערע זאכן זאל עפענען אן עקסטערע אשכול און אהער לינקען.