משלי שש - פרק ב'
נשלח: מאנטאג יולי 11, 2016 12:11 am
[center]משלי שש.
פרק א': דאס מענטשליכע זעהל.
פרק ב': הבריאה/עבר הווה ועתיד.[/center]
א. טראכט נישט וואס וועט זיין מארגן, דו האסט נעכטן שוין געטראכט איבערן היינט; וויפיל דערפון איז געווארן?
ב. די פראזע "היסטאריע וועט משפט'ן", איז אפגעפרעגט פון א היסטארישן פרעספעקטיוו.
ג. גלאבאלע אנווארעמונג סקעפטיקער פינף טויזנט יאר צוריק, האבן געלאכט פון אברהם'ס מאנאטאאיסטישע טעאריע.
ד. א קאמפליצירטע פראגע איז א פראגע פון צייט.
ה. די טעאריע פון עוואלוציע, ערקלערט סיי די בריאה און סיי אירע סקעפטיקער.
ו. דער אי-סדר פונעם בריאה, איז די מערסט מסודר'דיגע זאך דערפון.
ז. די דעפיניציע פון גאט קען נאר א גאט ערקלערן.
ח. טראכט נישט וואס וועט זיין מארגן, דו קענסט נאכנישט אויסרעכענען פינף מינוט ארום.
ט. "די היינטיגע יונגווארג" - איז א טרעידמארק פון אדם הראשון, נאכן געשלעג צווישן קין און הבל.
י. די טעאריע פון עוואלוציע, גייט כסדר אריבער אן עוואלוציאנערישן פראצעדור.
יא. דער געמישעכץ פון שעדליכע גאזן, געבט אונז א זון; און בעצם – לעבן.
יב. די שיינקייט פון א וואסער-פאל, איז די פאראייניגונג פון טויזנטער טראפלעך וואסאר.
יג. די לענגסטע שטיקל אנארכיע שטייט אין ספר קהלת.
יד. ווען רשב"ג האט געזאגט 'מה רבו מעשיך השם' אויף א שיינע גוי'טע, האבן געוויסע געזאגט "רבינו סר מן הדרך".
טו. ווען רב כהנא וואלט זיך היינט געלייגט אונטער זיין רבי'נס בעט, וואלט ער דארט געבליבן אין אייביגן רוה.
טז. ווילסט וויסן דיין עתיד? קוק אינעם עבר; אלס ראיה - באטראכט דיין הווה.
יז. אונטער שיינע גראז, איז דא ברוינע ערד; און דאס זעלבע פארקערט.
יח. דער חילוק צווישן לעבן און טויט, איז אינעם פראקטיוויטעט פונעם מענטש.
יט. פארשטאנד איז זייער באגרעניצט, און דאס זעלבסט גרעניצט מיט פארשטאנד.
כ. א בליץ באלייכט א מענטש, און א בליץ פארברענט א מענטש; ווענדט זיך וואו דער מענטש שטייט.
כא. וויפיל מער א קערל ווערט אריינגעקוועטשט אינעם ערד, אלץ גרעסער די שאנסן א ביימעלע זאל וואקסן.
כב. אמר החכם: "נישט יעדע זאך וואס מ'טראכט דארף מען שרייבן, נישט יעדע זאך וואס מ'שרייבט דארף מען דריקן, נישט יעדע זאך וואס מ'דריקט דארף מען זאגן". און איך פרעג: אונטער וועלכע קאטעגאריע גייט אריין אט די מימרא?
כג. פרוביר נישט אויפצוקלערן דעם מאלפע, וואס איז גענוג צופרידן מיט זיין באנאנע.
כד. ווען דו שפירסט אז דו ווילסט אנטלויפן פון דיר אליינס, זאלסטו וויסן אז דו האסט זיך געטראפן.