בלאט 1 פון 3
פרשת חלב תשמג
נשלח: מאנטאג יולי 11, 2016 5:27 am
דורך טייערע ברודער
דער פרשה האט פארנומען אסאך קונטרסים, ספרים, פאליטיק און מחלוקת.
ווי איך פארשטיי, הרב מרדכי מלאכי פון לוד האט פארלוירען זיין ווייב אין תשל"ו. אין סוף תשמ"ב איז ער אנגעקומען קיין אמעריקא זוכן א שידוך. וויבאלד ער איז געווען א מנקר מומחה (אויך אויף חלק אחוריים כמבואר בספרו) איז ער אריין אין א בוטשער סטאר און געקוקט אויפן פלייש וואס איז גלעגען אין וואסער צו ווייקען פאר'ן זאלצן. קוקענדיג, פרעגט ער דער באס צו מ'גייט עס נאך מנקר זיין פאר'ן זאלצן (ווייל ס'האט נישט אויס געזעהן מנוקר). זאגט ער איהם אז מ'איז עס מנקר אין שלאכט הויז אין Flushing.
ער איז געפאהרן קיין שלאכט הויז צו קוקען און זאגען זיין מיינונג - מ'האט איהם שנעל ארויס געיאגט און מער נישט אריין געלאזט. ער איז אריין צו ברך משה זצ"ל און ער האט זיך שטארק דערשראקען און צוגעזאגט אז ער וועט מטפל זיין מיט דעם - מ'האט איהם מער נישט אריין געלאזט אין שטוב. און אזוי איז ווייטער געגאנגען דער געשיכטע.
ווער ס'האט מער פרטים, קונטרסים, שיטות וכדו' זאל ביטע מפרסם זיין לטובת השטיבל.
Re: פרשת חלב תשמג
נשלח: מאנטאג יולי 11, 2016 7:22 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אינטרעסאנט, מ'זעט חלב אין יאטקע, און מ'וויל עפעס אויפטוהן דערוועגען, ווי גייט מען? צו די זקני הוראה? צו די אנגעזע'ענע רבנים? ניין! מ'גייט צו א פריש געקרוינטע רבי און דארט האפט מען צו לעזען די פראבלעם.
עפעס פעלט אין די געשיכטע. וועלכע יאטקע איז דאס געווען? איז עס געווען חלב לכל הדעות? ווען האט זיך אנגעהויבען די אמעריקאנער סיסטעם פון ניקור? וואס טוט מען אין אנדערע לענדער?
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
נשלח: מאנטאג יולי 11, 2016 7:29 am
דורך טייערע ברודער
ר' מרדכי מלאכי איז געווען א רב אין לוד, א מנקר מומחה (למעיין בספרו, איך האב עס אמאל געהאט אין שטוב), שפעטער האט ער געעפענט א כולל להלכות ניקור (איך האב גערעדט מיט איינער פון זיינער תלמידים).
דער האלמינער האט לפחות איין באנד מיוחד פאר דעם און דארט ברענגט ער אללע פראבלעמען וואס זענען געווען. איך קען דיר ברענגען דער רשימה אבער דער וואס טוהט נישט אין ניקור וועט דאס נישט פארשטיין.
Re: פרשת חלב תשמג
נשלח: מאנטאג יולי 11, 2016 8:03 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ספרי גאב"ד העלמין והגלילות דרייען זיך אויפ'ן אינטערנעט. ויבאו המלנקקים ללנקק כהוגן
נשלח: מאנטאג יולי 11, 2016 8:14 am
דורך נהורא נפישא
נשלח: מאנטאג יולי 11, 2016 2:00 pm
דורך [NAMELESS]
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אינטרעסאנט, מ'זעט חלב אין יאטקע, און מ'וויל עפעס אויפטוהן דערוועגען, ווי גייט מען? צו די זקני הוראה? צו די אנגעזע'ענע רבנים? ניין! מ'גייט צו א פריש געקרוינטע רבי און דארט האפט מען צו לעזען די פראבלעם.
עפעס פעלט אין די געשיכטע. וועלכע יאטקע איז דאס געווען? איז עס געווען חלב לכל הדעות? ווען האט זיך אנגעהויבען די אמעריקאנער סיסטעם פון ניקור? וואס טוט מען אין אנדערע לענדער?
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
דער ברך משה האט שטארק עוסק געווען בעניני שחיטה בעפאר ער איז געווארן סאטמאר רב, וכמיטב מדיעתי האט הרב מלאכי שוין פארפירט בשנת תשל"ט און ער שוין דאן אנגעהויבן שרייבן בריוון וכו', אויסער דעם איז דאך דער ברך משה געווען נשיא אין התאחדות הרבנים, נישט אזא פלא.
וועלעכע יאטקע דאס איז געווען? אלע היימישע יאטקעס פלעגן דאן נעמען פון מיעל מארט מנוקר'דיגע בהמות און פון זאלצן און ווייטער איז אין יאטקע, קומט אויס אז אויב באמערקט ער חלב אין סיי וועלעכע יאטקע זענען אלע אין פעקל.
בנוגע חלב לכל הדיעות איז שוין קאנטראווערסיעל.
נשלח: מאנטאג יולי 11, 2016 2:19 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך זעי
דא א קונטרס דערוועגען. דער וואס קען אדער באשטעטיגען אדער לייקענען איז געליידענט.
נשלח: דינסטאג יולי 12, 2016 5:36 am
דורך טייערע ברודער
ר' משה פיינשטיין האט געהאט א מיינונג אין דעם? וואס מיט אנדערע פוסקים אויזער סאטמאר?
Re: פרשת חלב תשמג
נשלח: דינסטאג יולי 12, 2016 6:55 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
לויט ווי איך האב געהערט, איז דער נידון געווען חילוקי מסורות, און ר' משה האט געזאגט, און אזוי געשריבען אין פיהל תשובות, אז ס'איז נישט דא קיין חיוב אנצוהאלטען וואס קומט פון די מדינה אין מזרח אירופה. אלע זענען דא אין א נייעם שטאט ויעשו כפי אשר יקבעו. וויבאלד קיינער זאגט אונז נישט וואס און ווען, איז עס שווער נאכצוגייען די מימרא.
אדרבא, טאמער דו ווייסט אביסל פון ניקור צו זאגען, זאג אונז וואס ס'רעדט זיך, און ווי נאכצוקוקען.
Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk
נשלח: דינסטאג יולי 12, 2016 7:06 am
דורך טייערע ברודער
איך האב נישט געזעהן קיין בילדער אבער מ'זאגט אז ס'איז געווען הארבער חששות פון חלב, דער skirts האט מען כמעט נישט מנקר געווען, דער לעבער האט מען נישט אנגערירט, דער דרייצנסטער ביין האט מען געלאזט, ועוד ועוד.
רוב זאכען זענען קלארער הלכות, נישט דברים התלויים במנהג.
Re: פרשת חלב תשמג
נשלח: דינסטאג יולי 12, 2016 8:03 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
לאמיר זע'ען מראה מקומות. ווי רעדט מען פון די דרייצענסטע ביין?
פון דער רמב"ן אין חומש זעט אויס אז ס'איז שווער צו עסען חלב בטעות. ס'איז קלאר וואס איז חלב און וואס נישט. די הלכה איז דען נישט אזוי?
נשלח: דינסטאג יולי 12, 2016 10:27 am
דורך [NAMELESS]
טייערע ברודער האט געשריבן:ר' משה פיינשטיין האט געהאט א מיינונג אין דעם? וואס מיט אנדערע פוסקים אויזער סאטמאר?
ר' משה האט דאן געשריבן א קורצע בריוו אז מ'טאר נישט מערער זיין אויף די מסורה פון די מנקרים.
איך קען נישט קיין ניקור, אבער לאמיך שרייבן וויאזוי ס'קוקט מיר אויס פון די בריוון בשעתו און די טעיפס פון דאן.
הרב מלאכי האט פארפירט אויף ארום 12 פראבלעמען וואס ער לפי דבריו געטראפן, ציווישן די טענות איז געווען אז מען שניידט ביים דרייצענטע ריפ אנשטאט ביים צוועלעפטע. אויף דעם האט מען זיך ארויפגעכאפט ווייל דאס איז שוין קלאר מבואר אין די פוסקים אז דאס האט מיט מנהגים און הרב מלאכי קען בלויז די ירושלימע מנהגים וואס דאס איז געבויעט אויף מנהגי הספרדים. למעשה האט ער אבער גע'טענה'ט נאך זאכן, ר' אברהם לייטנער אויפן טעיפ טענה'ט אז אה"נ ס'האט זיך געמאכט פראבלעמען אבער דאס זענען נישט געווען יסודות'דיג ווייל די מנקרים האבן נישט געקענט קיין ניקור כדברי הרב מלאכי, נאר ווייל מען האט בטעות פארשניטן. דער ברך משה מיטן וויענער רב זצ"ל זענען שארף אויכעט אז די מעררים האבן נישט קיין נאמנות וויבאלד זיי האבן צוריקגעהאלטן זייער ערעור אויף א לענגערע צייט.
דאס איז בקיצור, פאר מער קויפטס דעם טעיפ פון ובלכתך בדרך אדער קרן שמואל ישעי'.
נשלח: דינסטאג יולי 12, 2016 10:34 am
דורך קאמענטירער
אשאד אז סאיז נישטא איינער וואס זאל צאמענעמען אלע פאקטען ארום די פרשה (כקען פארשטיין פארוואס..) אבער איך בין צום מערסטענס נייגעריג האט מען עפעס געטוישט לכבוד די פרשה? און בדר''א וואס טוט היינט דער הרב מלאכי?
נשלח: דינסטאג יולי 12, 2016 10:40 am
דורך דולה ומשקה
יא פון דער 13'טע ביין האט זיך עס אנגעהויבן, דער נירבארטור איז דאס מכשיר ווייל זיין טאטע האט בכלל נישט געהאט א פראבלעם דערמיט, וה"ה ווען דער אלטער נירבאטור אינאיינעם מיטן ברך משה האבן געגעבען זייער הכשר אויף מיל מארט האבן זיי דאס מכשיר בלי שום פקפוק כלל וויבאלד לויט זייערע מסורה איז דאס נישו קיין חלב איסור.
אבער אז מ'האט אנגעהויבן קוקן האט מען שוין געטראפען קלענערע מכשולות, נאר דער היציגער קעפ האבן ברייט אויסגעפויקט כאילו מ'איז מכשיל אנדערע, וואס דאס האט געעפענט א טיר פאר די שווארצע קוקערס/מחמירים מן המחמירים/גאר עקסטרעמע פארפרומטע עד כדי כך אז איינער פון די יעניגע האט זיך געלאזט הערען זאגענדיג אז "...דער רבי האט מאכיל טריפות ונבילות געוועהן דרייסיג יאר און אמעריקא..." און אויף אזא איינעם דארף מען זאגען 'עפרא לפומיה'.
עס איז דאן בשעתו ארויס געקומען א דיקע קונטרס בשם 'עלבונה של תורה', וואס האט ב'כלומפרשט אויף געוויזען אז די סאטמערע פארהוילן דא מעשים זעזועים רח"ל ודבריהם שקרים וכזבים וה"ה אז די סאטמארע זענען מעתיק שטיקער שטיקלעך פון תשובה ספרים אבער זענען תנא ושייר ומסוליף. יענעם ערב יום כיפור האט ר' משה גבאי אנגערופען דעם קאשויער רב און איהם גוט אריין געגעבען, דערביי האט דער קאשויער רב געזאגן ווערטער וואס איז געווארען אויף געכאפט ווי א סלאגאן, וזה לשונו: "איך קען נישט יעדער ליגענט מכחיש זיין", מיינעדיג צו זאגן אז דער משה פריעדמאן זאגט איהם גרויסע גראבע שקרים אבער דער קאשויער האט א פראבלעם ער קען איהם נישט אויף וויזען אז עס איז נישט ריכטיג.
למעשה האט זיך דער מערכה אויף געהערט פון איין טאג אויפן צווייטען, ווען דער ברך משה האט געזאגט מ'זאל איגנארירען גענצליך, לא מיניה ולא מקצתיה אפילו ברמיזה כל דהו, כאילו דער מערכה האט נישט מיט סאטמאר צו טוהן. נאך שרייען און פאשקעווילן האבן די מערערים געזעהן אז זיי רעדען צום וואנט, און דער אינדרויסענדיגע עולם קוקט זיי סתם אן ווי עקסטרעמע משוגעים, האבן זיי אויף געהערט.
דולה ומשקה האט אין באזיץ א קאלעקציע פון קונטרסים, ספרים, צעטלעך, קולא קורא'ס, פאשקעווילן, טעיפס, וכו', פון יענע מערכה.
קאשוי רב זאל ער רוען ליכטיג אין גן עדן, אבער מאז שנת תשכ"ח איז ער געוועהן דיפרעסט, ואכמ"ל.
דא האט א לינק צו א קונטרסים וכו' וואס האבן בשעתו ערשינען.
http://www.google.com/url?sa=t&rct=j&q= ... 0881,d.dmo
Re: פרשת חלב תשמג
נשלח: דינסטאג יולי 12, 2016 11:10 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
וואס איז געשען ביים אגודה סיום הש"ס דף היומי אין תשמ"ב?
Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk
נשלח: דינסטאג יולי 12, 2016 11:14 am
דורך טייערע ברודער
נשלח: דינסטאג יולי 12, 2016 11:18 am
דורך שושן פורים
ערעב [tag]דולה ומשקה[/tag], וויט אלל דא ריספעקט האט איר דעם קאשויער רב נישט געקענט, דעפרעסיע האט זיך נישט געפינען אין זיינע ד אמות עד יום מותו , אן אריינגיין אין די הלכהדיגע דעטאלן פון די פרשה, דער קאשוי רב האט געהאט פלייש ביי זיך אין פריזער פונעם סאטמארע יאטקע וואס לשיטתו אדער למראית עיניו איז געווען חלב אדער חשש חלב, עס איז געווען א מיטינג געסקעדזשולט צווישן יום כיפור און סוכות ווען דער ברך משה ז"ל האט געברויכט קומען קיין קרית קאשוי וואו מען האט געזאלט קוקען און דן זיין וואס דא גייט פאר, למעשה האט הגריח"מ פר"מ אויסגעקלאפט ערב יום כיפור אין ראדני אז די פלייש איז כשר בלי שום פקפוק, קאשוי רב איז געווען א גראדע הלכה איד (קענסט עס רופן פלאטשיג, איף איט מעיקס יא העפיער) און האט נישט משיג געווען אז מען קען שפילן פאליטיק מיט די תורה, און האט נישט פארשטאנען וויאזוי מען קען אויסקלאפן אזא זאך אין ביהמ"ד פארן אפילו זעהן די שאלה, מילא האט ער עס געאסרט פאר זיינע תלמידים וחסידים.
און בנוגע דער מאמר אז "דער רבי זי"ע האט מאכיל געווען....... איז דעפינעטלי גענומען אוט אפ קאנטעקסט, דהיינו, ווען ער האט אפירגעברענגט די שאלה האבן מאנכע פראבירט צו טענה'ן אז וואס הייסט? דער רבי זל האט מתקן געווען די יאטקע, האט ער געענטפערט, האט ער טאקע מאכיל געווען נבילות, מיינענדיג צו זאגן, איך קום מיט א הלכה פראבלעם האק נישט אין קאפ מיט קיין רבי זי"ע
נשלח: דינסטאג יולי 12, 2016 11:49 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אינטרעסאנט, איך פארשטיי אז ליל יוהכ"פ איז א צייט מעורר צו זיין לתשובה, אדער מעורר צו זיין אויף פרצות הדור מיט די האפענונג אז די אפענער הארץ פון יוהכ"פ וועט אריין לאזען די תוכחה. למשל מ'רעדט פון די גאר וויכטיגע נושאים א שטייגער ווי ביי האר וכדו'. מיט דרייסיג יאר צוריק האט מען געזען פאר וויכטיג ליל יוהכ"פ אויסצורופען און מעורר צו זיין אויף א היתר אז מ'זאל ח"ו נישט מפקפק זיין דערויף.
זעט זיך אויס אז דעמאלס האט מען פארשטאנען אז אסר'ן א דבר המותר איז אויך א פרצה.....
נשלח: דינסטאג יולי 12, 2016 11:51 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
געטראפען נאך א מראה מקום אויפ'ן נושא
דא פון די אנדערע זייט.
נאכ'ן ליינען אביסל דארט זעט מען אז מ'האט שוין דעמאלס געליטען פונ'ם היינטיגען מחלה. טאמער דער ברך משה האט אזוי געהאלטען, זאל ער שרייבען א תשובה מבאר זיין זיין שיטה. וואס איז דער ענין אז מ'זאל רופען א יונגערמאן זארגער פון מיטל מזרח, וואס איז היינט מחשובי דייני העדה"ח, אבער דעמאלס איז ער געווען סתם א מו"צ, מיט מנשה פיליפ (בערעלע אלערט) א יונגערמאן אין כולל, מיט נאך א פאר יונגעלייט, ועל פיהם יהיה כל ריב וכל נגע? אז מ'האלט עפעס, שרייב עס אויס! באהאלט זיך נישט אונטער יונגעלייט'לעך. באמת די צד המערערים האט אויך נישט קיין סאך מער ווי קול קורא'ס און י"ג מדות דרשות, נישט עפעס זאכליך. נאר מ'פארלאזט אויף הרב מלאכי אדער הרב גרוס. ווען דער קלויזענבורגער רבי צו דער קאשוי'ער רב האלטען עפעס, זאלען זיי מוחל זיין און נישט חתמנ'ן און נישט דרשנ'ן, נאר שרייבען א נארמאלע תשובה כדבריהם, נישט מיט ריב"ש'ס וועגען זיכערע וועגען, און נישט מיט אריכות'ן וועגען טמטום הלב, צו 'אלע דורת' טענות, נאר הלכות חלב כפי היוצא מהשו"ע.
נשלח: דינסטאג יולי 12, 2016 12:03 pm
דורך [NAMELESS]
@שושן ר' אברהם לייטנער איז נאך עני טיים געווען געווען אן הלכה יוד ווי די קאשויער און מסתם מער הלכה איד ווי עם.
@ליטוואק ווי זעהט איר ליל יום כיפור?? ערב יום כיפור האט די דיין מודיע געווען זיין פסק הלכה, צו וואס זאל ער ווארטן ביז נאך יום הקדוש?
די רבי די ברך האט ליל יום הקדוש ווייטער מעורר געווען אויף ביי האר און די דורכזיכטיגע שטרימפ...
נשלח: דינסטאג יולי 12, 2016 12:05 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אין די קונטרסים שטייט ליל יוהכ"פ
נשלח: דינסטאג יולי 12, 2016 12:52 pm
דורך מיר'ער בחור
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ווען דער קלויזענבורגער רבי צו דער קאשוי'ער רב האלטען עפעס, זאלען זיי מוחל זיין און נישט חתמנ'ן און נישט דרשנ'ן, נאר שרייבען א נארמאלע תשובה כדבריהם, נישט מיט ריב"ש'ס וועגען זיכערע וועגען, און נישט מיט אריכות'ן וועגען טמטום הלב, צו 'אלע דורת' טענות, נאר הלכות חלב כפי היוצא מהשו"ע.
איינער קען please אביסל מער מסביר זיין וואס פונקטליך קלויזענבורגער רבי האט געהאלטען אין געזאגט דעמאלטס
נשלח: דינסטאג יולי 12, 2016 1:40 pm
דורך היסטאריקער
אפאר פאקטן וואס איך האב אליין מיטגעהאלטן
דער ברך משה (ווי ער האט פארציילט ביי זיין דרשה חוה"מ סוכות, און קיינער האט עס נישט אפגעלייקענט) האט אנגערופן קאשויע רב אז ער וויל זיך מיט אים טרעפן צו דורכשמועסן און זען זיינע חששות,
קאשויער רב האט גענטפערט אז ער האט נישט קיין צייט פאר יוה"כ, און וויפיל ער האט אים געבעטן אז עס איז זייער וויכטיג האט ער נישט געקענט פויעלן ביי אים, און געזאגט אז מ' האט געגעסן דרייסיג יאר וועט מען עסען נאך אפאר טעג (דאס האט קאשוי געלייקענט)
זעהנדיג אז ער וויל נישט זאגן זיינע חששות, האט ער געהייסן דעם דיין אויסרופן יוה"ק בייטאג (נישט ערב יוה"ק אדער יוה"ק ביינאכט) ובאזני שמעתי, אז מ' קען רוהיג עסען בשר בהמה