משלי קל
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2056
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
- האט שוין געלייקט: 2815 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל
משלי קל
נעניתי לבקשת חבירין ארויסצוקומען מיט אן אייגן משלי על אף וואס איך בין זיך נישט מדמה צו קיינעם פון די פריעדיגע צוויי גרויסע מחברים, אעפ"כ קען זיין אז דורך א קנאת סופרים וועט נתרבה ווערן חכמה ובזה החלי.
א - ווען רעאליטעט שלאגט דיר אין פנים, שלאג נישט צוריק.
ב - האפענונג איז ווען מ'קען זיך נישט באגעגענען מיטן רעאליטעט.
ג - פיינטשאפט איז באצווינגענע ליעבשאפט (חיבור).
ד - מיין שמחה ברענגט דיינס, דיינס ברענגט מיינס, לאמיר ביידע זיין בשמחה.
ה - ווען איך ווייס אז איך ווייס נישט ווייס איך אז איך ווייס עפעס.
ו - צופרידנקייט איז דארט וואו די רצון האט זיך געענדיגט.
ז - אז איינער איז געשטיגן מיינט אז ער איז געווען אויף דער ערד.
ח - חכמה איז מיין שוועסטער, די אהבה איז אינערליך.
ט - פארכט מער דעם פאלשן ערפאלגונג ווי דעם אמת'ע דורכפאל.
י - ער קען נישט אויפגעבן דעם געוואוינהייט פון שטענדיג אויפגעבן.
יא - די וועלט איז נישט אזוי גלאט ווי ס'קוקט אויס און נישט אזוי רינדיג ווי דו מיינסט! (תרתי משמע)
יב - ווייניג האבן דעם חוש צו אנערקענען אין זייער חושים.
יג - דאווען אז דו זאלסט קענען דאווענען.
יד - לערן כדי זיך אויסצולערנען וויזוי צו לערנען.
טו - גראב נישט א גרוב וואס דו וועסט נישט קענען באדעקן.
טז - אן אויסערליך געשריי ווירקט אויף אנדערע, אן אינערליך געשריי ווירקט אויף זיך.
יז - קענסט קיינמאל נישט וויסן וואס דו ווייסט אלץ נישט.
יח - יעדע תגובה קומט מיט אזא שטארקע לייק אז עס קען נישט דיסלייקט ווערן. (תרתי משמע)
יט - טפשות קען נישט זיגן חכמה, ס'קען עס אבער דערשטיקן.
כ - די זיסקייט פונעם שלאף איז די ערוועקונג.
כא - די וועלט וואס דו ווילסט טוישן איז די וועלט פון דיין בליק, טויש דיין ברילן וועסטו טוישן דיין וועלט.
כב - יעדע ארטיסט איז א גנב, ווייניג גנבים זענען ארטיסטן.
כג - פרוביר נישט איבערצייגן יענעם אין וואס דו ביסט נישט איבערצייגט.
כד - טפשות און חכמה קענען זיך אמאל באגעגענען, אבער פון גאנץ אנדערע וועגן.

- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1127
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
- האט שוין געלייקט: 876 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל
- ונבנתה העיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3795
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
- האט שוין געלייקט: 6591 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל
גאר געוואלדיג.
כ'האב ערווארטעט צו טרעפן אז שווארץ איז ווייס, חורבן איז בנין, א מענטש איז א פערד און נאך אזעלכע געריבענע סטעיטמענטס.
געטראפן האביך גאלד.
יא, פשוט גאלד, נישט קיין גאלדענע צואה.

מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?

- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
Re: משלי קל
קל וחומר האט געשריבן:ה - ווען איך ווייס אז איך ווייס נישט ווייס איך אז איך ווייס עפעס.
יז - קענסט קיינמאל נישט וויסן וואס דו ווייסט אלץ נישט.
.
אלע זענען געוואלדיג!
די צוויי רירן אן דעם כלל פון known unknowns און unknown unknowns.
Sent from my iPhone using Tapatalk
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2056
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
- האט שוין געלייקט: 2815 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל
Re: משלי קל
תודה על המחמאה ועל החיתוי.מי אני האט געשריבן:קל וחומר האט געשריבן:ה - ווען איך ווייס אז איך ווייס נישט ווייס איך אז איך ווייס עפעס.
יז - קענסט קיינמאל נישט וויסן וואס דו ווייסט אלץ נישט.
.
אלע זענען געוואלדיג!
די צוויי רירן אן דעם כלל פון known unknowns און unknown unknowns.
Sent from my iPhone using Tapatalk
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
מי אני האט געשריבן:קל וחומר האט געשריבן:ה - ווען איך ווייס אז איך ווייס נישט ווייס איך אז איך ווייס עפעס.

און דאס איז די באקאנטע חילוק וואס דער ליקוטי מוהר״ן (ח״א נו) מאכט צווישן הסתרה און הסתרה שבתוך ההסתרה. דהיינו, הסתרה שבתוך ההסתרה איז ווען מ׳ווייסט ניטאמאל אז דער באשעפער איז נסתר ע״ש.
*
אות יז רירט אן אויף די מימרא פון אסאך חכמים, וביניהם סאקרעטיס, אריסטו, איינשטיין ועוד, אז ווי מער מ׳לערענט און מ׳איז קונה חכמה, אלס מער זעהט מען איין וואס אלס מ׳קען נישט און ווי ווייט מ׳האלט פון שלימות החכמה.
איך האב געהערט נאכזאגן פון רעק״א אז די ריכטיגע אפטייטש פונ׳ם מדרש (קה״ר א יג) אין אדם יוצא מן העולם וחצי תאוותו בידו, דארף ארויפצוגיין אויף די ריכטיגע דראנג וואס מ׳דארף שפירן און וועלן צו קונה זיין חכמה, און מ׳וועט קיינמאל נישט אנקומען דערצו.
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2056
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
- האט שוין געלייקט: 2815 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל
Re: משלי קל
[/quote]
*
אות יז רירט אן אויף די מימרא פון אסאך חכמים, וביניהם סאקרעטיס, אריסטו, איינשטיין ועוד, אז ווי מער מ׳לערענט און מ׳איז קונה חכמה, אלס מער זעהט מען איין וואס אלס מ׳קען נישט און ווי ווייט מ׳האלט פון שלימות החכמה.
.[/quote]
נכון, ס'איז בעצם די שורש פונעם געדאנק, ווען א מענטש לערנט מער זעהט ער וויפול זאכן ער האט נישט געוואוסט און אס ער האט בכלל נישט געוואוסט אז ער ווייסט נישט.
*
אות יז רירט אן אויף די מימרא פון אסאך חכמים, וביניהם סאקרעטיס, אריסטו, איינשטיין ועוד, אז ווי מער מ׳לערענט און מ׳איז קונה חכמה, אלס מער זעהט מען איין וואס אלס מ׳קען נישט און ווי ווייט מ׳האלט פון שלימות החכמה.
.[/quote]
נכון, ס'איז בעצם די שורש פונעם געדאנק, ווען א מענטש לערנט מער זעהט ער וויפול זאכן ער האט נישט געוואוסט און אס ער האט בכלל נישט געוואוסט אז ער ווייסט נישט.
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
viewtopic.php?p=433298#p433298
במשנתו של דר. קארל דזשעספערס.
דאס קען גיין אין איינקלאנג מיט די באקאנטע מהלך אין בודהיסט פילאזאפיע.
מי אני האט געשריבן:קל וחומר האט געשריבן:ה - ווען איך ווייס אז איך ווייס נישט ווייס איך אז איך ווייס עפעס.
יז - קענסט קיינמאל נישט וויסן וואס דו ווייסט אלץ נישט.
אלע זענען געוואלדיג!
די צוויי רירן אן דעם כלל פון known unknowns און unknown unknowns.
במשנתו של דר. קארל דזשעספערס.
קל וחומר האט געשריבן:ו - צופרידנקייט איז דארט וואו די רצון האט זיך געענדיגט.
דאס קען גיין אין איינקלאנג מיט די באקאנטע מהלך אין בודהיסט פילאזאפיע.
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
די שטודיע זאגט אז עס זענען דא דריי מיני סארטן/סוגים פון אָנסירטענטי/חוסר ודאות (עס טוהט דאס דורך אין די קאנטעקסט פון די ניוראלאגישע פראצעסן דערפון אינעם מח):
1). עקספּעקטעד אָנסירטענטי - דאס איז אן אָנסירטענטי וואס איך ווייס אירע פּאראמעטערס. דאס איז ווען איך ווייס די אלגעמיינע אַדדס פון א זאך פאסירן אדער נישט. למשל, איך ווייס אז עס איז דא אן 80% שאנס אז עס וועט זיין די מעניוּ וואס איך גלייך ביי מיין רעסטוראנט און א 20% שאנס אז נישט.
2). אָנעקספּעקטעד אָנסירטענטי - דאס איז ווען עס איז דא אן אונטערליגענדע פאקטאר פון וואס מ׳ווייסט נישט וואס טוהט אונטערמינעווען די פראבעביליטי חשבון וואס איך וויל שטעלן צו די מעורה. אין אונזער פריערדיגן משל איז דאס ווען מ׳האט אויפגענומען א נייע קעכער וואס האט שוין א גאנץ אנדערע סדר און מעניוּ בכלל.
3). וואָלעטיליטי - דאס איז ענליך צו אָנעקספּעקטעד אָנסירטענטי אבער אויף נאך א גרעסערן פארנעם. דאס איז ווען די גאנצע אונטערליגענדע ענווייראמענט איז בהכרח אויסגעשטעלט קעגן בכלל קענען שאפן מעיקרא א מאדעל פאר׳ן אָנסירטענטי. אין אונזער פריערדיגן משל איז דאס ווען דער מנהל פונעם רעסטוראנט מאכט אלס זיכער אז עס זאלן אלעמאל זיין לגמרי רענדאמ׳דיגע מעניוּס (אפילו מיט׳ן זעלבן קעכער). אין אנדערע ווערטער, עס איז א כסדר׳דיגע אָנעקספּעקטעד אָנסירטענטי. עס איז אבער שייך צו האבן אן עקספּעקטעד אָנסירטענטי אויף די שטאטוס פון די אפטקייט פון די וואָלעטיליטי אליין.
1). עקספּעקטעד אָנסירטענטי - דאס איז אן אָנסירטענטי וואס איך ווייס אירע פּאראמעטערס. דאס איז ווען איך ווייס די אלגעמיינע אַדדס פון א זאך פאסירן אדער נישט. למשל, איך ווייס אז עס איז דא אן 80% שאנס אז עס וועט זיין די מעניוּ וואס איך גלייך ביי מיין רעסטוראנט און א 20% שאנס אז נישט.
2). אָנעקספּעקטעד אָנסירטענטי - דאס איז ווען עס איז דא אן אונטערליגענדע פאקטאר פון וואס מ׳ווייסט נישט וואס טוהט אונטערמינעווען די פראבעביליטי חשבון וואס איך וויל שטעלן צו די מעורה. אין אונזער פריערדיגן משל איז דאס ווען מ׳האט אויפגענומען א נייע קעכער וואס האט שוין א גאנץ אנדערע סדר און מעניוּ בכלל.
3). וואָלעטיליטי - דאס איז ענליך צו אָנעקספּעקטעד אָנסירטענטי אבער אויף נאך א גרעסערן פארנעם. דאס איז ווען די גאנצע אונטערליגענדע ענווייראמענט איז בהכרח אויסגעשטעלט קעגן בכלל קענען שאפן מעיקרא א מאדעל פאר׳ן אָנסירטענטי. אין אונזער פריערדיגן משל איז דאס ווען דער מנהל פונעם רעסטוראנט מאכט אלס זיכער אז עס זאלן אלעמאל זיין לגמרי רענדאמ׳דיגע מעניוּס (אפילו מיט׳ן זעלבן קעכער). אין אנדערע ווערטער, עס איז א כסדר׳דיגע אָנעקספּעקטעד אָנסירטענטי. עס איז אבער שייך צו האבן אן עקספּעקטעד אָנסירטענטי אויף די שטאטוס פון די אפטקייט פון די וואָלעטיליטי אליין.
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
ובאותו ענין איז אינטרעסאנט צו באמערקן אז דער לאגיקער דר. פרעדעריק פיטש, עפ״י דר. עלאַנזוי טשורטש, האט אויפגעוואוזן אז עפ״י לאגיק אויב איז דא אן אמת וואס מען ווייסט נישט, דאן דאס אז מען ווייסט דאס נישט איז אליין אומעגליך צו וויסן. אויב אזוי, זייענדיג אז אונז זע׳מיר נישט אַמנישיענט און עס איז דא דברים אמתיים וואס אונז ווייסן נישט, מוז ע״כ זיין אז עס זענען דא דברים אמתיים וואס אונז קענען נישט וויסן. דאס קען מען אויך באטראכטן וואו אז דאס עקזיסטענץ פון אן אמת וואס מען ווייסט נישט, איז אן אמת וואס מען קען נישט וויסן. מיינענדיג, אויב איז יעדעס אמת מעגליך צו וויסן דאן ווייסט מען יעדעס אמת. דאס רופט זיך די פּאראדאקס פון נוֺיעבּיליטי.