בלאט 1 פון 1

מיין ראול מאדעל, גארנישט אזוי גלארי

נשלח: דינסטאג יולי 12, 2016 7:16 pm
דורך שטילע אינגערמאן
אין מיין שכינות וואינט א איד משה חיים פרענקעל, ער איז מיר א שטיקעל ידיד, מער וויניגער גוט מארגן גוטע נאכט, אמאל וואס מאכסטו.

דער אינגערמאן איז די נמשל פון סאקסעס אליין, מקען ניסו משייר זיין ווי אזוי א לעבן קען קלאפן ווי א דיזיטעל זייגער ממש.
אפגערעדט אז ער איז סעלף עמפלויד, אפאר טולר, שלום בית, נחת, נאר אפי די נארישקייטן אין לעבן ראקט,
ווען ער זיכט א פארקינג ספאט, פאהרט פונקט איינער ארויס פון א ספאט פארענט פון זיין טיר, כאילו ממש לכבודו.
ער איז קיינמאל נישט אין די כלל, די כלל איז א קאר ווערט שמוציג ווען מפאהרט אין קאנטרי. נאופ, אבער נישט ביי משה חיים, זיי קאר זעהט אויס ווי ער וואלט ער נעכטן ארויס גענומען.
כגעדענק אמאל האט זיך אפאר געלאסט א שלאק רעגענ, יעדער איז אריין געקומען אין ביהמ״ד אויסזענדיג ווי הלל פון שומר שבת, אבער נישט ער, ער לייגט אראפ די שירם אין אלץ שטייט עיהם פערפעקט.
ער האט לכאורה אין זיין לעבן נאכנישט געקרעכצט.
עטץ מיינסט איך מאך א וויץ, אבער אזוי איז עס, ער שפאצירט אין גאס ווי שר ניקארליי אליין, די הערליכע געשטאל מיטן קריספ נייע הוט שטייט אויפן פלאץ אין די רעקל זויבער.
זיינע קינדער זעהן עפעס אויס ווי מאדעלס, אלץ מעטשען זיי, קיינמאל א ציצית ארויס שטעקען פון הויזן, זיינע קינדער זענען עפעס נישט געבוירען מיט ביוטי מארקס, זיינע קינדער זענען עפעס די בעסטע אין לערנען, ספארטס, ידיעות, חברים, פעטס פונעם מלמד.
אפגערעדט פונעם ווייב זיינע (כוויל נישט מאריך זיין דא) אבער אין קארצן זי ברענגט אריין די סטיילס אין שטאט, א בעל באסטע, באטאמטע, עסקן, פארשטייט א עסק.
כגעדענק ווען דער אינגערמאן האט זיך גענויטיגט אין קויפן א דירה, עיהם איז נידט געווען באשערט אדורך ו גיין העלל אזוי ווי יעדער אין שטאט.
ער האט פונקט געטראפן איינער וואס האט געזוכט צו פארקויפן א 3 שטאקעדיגע דירה אויפן בלאק פון זיין טאטע, אין יענער האט פונקט געוואלט מיט א האלב מיליאן דולר ווייניגער ווי די גאנצע שטאט צאלט.
זיינע חברותות זענען מיט א פשטות די ראה״ק (פונקט געזיכט א חברותה), אין די רב פון ביהמ״ד (פונקט געהאט א ליידיגע האלבע שעה).
ווען עיהם פאלט איין פון גיין צו קאנטרי דארף ער נישט ארויס פאהרן אפאר מאל פארדעים ווייל פונקט האט איינער די לעצטע מינוט מחליט געווען ער פאהרט נידט אין עיהם געגעבן די הויז בחינם.
אקיצור פונקט עיהם פאהרט די לעבן ווי א באן.
קיינמאל איז ער נישט אמן א געיעג, קיינמאל דרייט ער זיך נישט אין זוכט מיט וועמען צו שמוסען.
סאיז א פשטות אז ער איז זייער א גוטע רעדנער אין ער טרעפ אויף חדושלך צו רעדן ביי גרויסע דינער׳ס.
כדי צו סעיווען מיין טינט קען איך עיהם דערקלערן אלץ א תורה גדולה במקום אחד מיט טשענדז,
אבער מיט אלע פירושים.
נעכטן זיץ איך אזוי אין עסס נאכטמאל אין פאפא ביהמ״ד, נישט מער נישט וויניגער משה חיים זעצט זיך לעבן מיר.
אה שטילע, טוט זיך? נו וויפיהל מייל האסטו ארויפ געלייגט אויפן טראק די לעצטע חודש? די ארבייטס נאך פאר זאמיקס? טוסט דילעווערן אויך אין די קעטסקילס? פששש, טאקע א פיינע דזאב.

יא יא, ב״ה מטאר זיך נישט אפרעדן, כהאב יעצט א שטיקעל בעסערע אינקאם, כהאב געהאט נאך א קינד אין פוט סטעמפס אין ארויף מיט 150 דולר.

אזוי האבן אונז געשמיסט פאר אפאר מינוט אין פאפא אין ארויס שפאצירט אינדרויסען איי ממשיך געווען שמיסען.
די עולם ווייסט דאך די ווייבער זענען נישטא, מאיז מיר אויפגעלייגט אין די שמועס איז געפארן ווייטער אין ווייטער.
רבותי מיין רויל מאדעל זייגט, שלום בית האט ער ערגער פון הילערי קלינטאן, די פרנסה זיינע קריכט ווי א טשעריפאכע, אין די רעקל איז עיהם אפי געווען שמוציג.

פארוואס דערצייל איך ענק דאס? פשוט מ׳זאל וייסן מטאר נישט מקנה זיין קיינער, יעדער זאל זיין צופרידען מיט זיין מצב, די מצב ביי יענער מוז נישט זיין אזוי גאלד ווי ס׳זעהט אויס.

נשלח: דינסטאג יולי 12, 2016 7:34 pm
דורך קל וחומר
איך האף נאר אז שטילע וועט ממשיך זיין מיט די וועכנטליכע שיעורים אויך נאכן אנקומען צו צוויי טויזענט לייקס ביי איין טויזענט תגובות!

....טאמער נישט וועט מען זעהן אז די מנהלים זאלן אראפנעמען א הונדערט לייקס מיט פינעף תגובות וחוזר חלילה...

נשלח: דינסטאג יולי 12, 2016 7:44 pm
דורך berlbalaguleh
שטילע יונגערמאן: כ'האב געוואלט שרייבן לא תחמוד אלערט. ספעציעל ווען דו האסט געהאלטן ביי באשרייבן זיין ווייב. אבער איך זעה אז דו ביסט ב"ה געקומען צו די ריכטיגע מסקנא. ס'דא אן אלט ווערטל אז ווען איעדער זאלל ארויסווארפן זייער פעקל אויף די גאס אז מ'זאלל עס קענען זעהן, וואלט א יעדער גענומען זיין אייגן פעקל...!

נשלח: דינסטאג יולי 12, 2016 8:28 pm
דורך שמעון וואלף
די וועלט זאגט א ווערטל, און עשרת הדברות שטייט: לא תחמד אשת רעך ועבדו ואמתו ושורו וחמרו וכל אשר לרעך. שטעלט זיך די פראגע אז וואס פעלט אויס ס'זאל שטיין בפרטיות אשתו, עבדו, אמתו, שורו ווען ס'שטייט וכל אשר לרעך וואס איז דאך כולל אלעס?

נאר פשט איז אזוי. ווען די זעהסט א צווייטער האט א גוטע זאך זיי אים נישט מקנא ווייל "וכל אשר לרעך" די דארפסט וויסן זיין גאנצע פיקטשער וועסטי זעהן אז ס'איז גארנישט אזוי פויגעלדיג

נשלח: דינסטאג יולי 12, 2016 9:28 pm
דורך געוואלדיג
שטילע איז אונטערוועגנס צו איבערנעמען [tag]ברסלבער[/tag] אלס מחנך, און [tag]שמעקעדיג[/tag] אלס שלום-בית עקספערט, שטילע האסט נאך א סלאט אוועקגעליגט פאר מיר?

Re: מיין ראול מאדעל, גארנישט אזוי גלארי

נשלח: דינסטאג יולי 12, 2016 10:22 pm
דורך א איד
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:זיינע חברותות זענען מיט א פשטות די ראה״ק (פונקט געזיכט א חברותה), אין די רב פון ביהמ״ד (פונקט געהאט א ליידיגע האלבע שעה).


די רב לערנט נישט מיט עם, נאר איז ביזי עם ארויסצושלעפן פון זיין אונטערנעט אדיקשאן, אויף די בקשה פון זיין ווייב, אין די ראה"ק זיצט מיט עם, און גראד אויס אלע זיינע חובות, וואס ער האט אנגעמאכט, און אנגעזעצט א האלבן שטאט, און איינע פון די עסקנים און שטאט, האבן עס אנגעשדכנט צום ראה"ק.
און ביי די וועי, די הויז וואס די גאנצע שטאט מיינט אז עס האט עם געקאסט א האלבן מיליון דולר ביליגער, איז נאר געווען אויף די ביכער, אונטערן טיש האט ער באצאלט נאך 1.2 גרינס.
הקיצור שלימזל\שלומיאל פון שטאט.

נשלח: דינסטאג יולי 12, 2016 10:37 pm
דורך [NAMELESS]
על כגון דא בין איך זיך נוהג צו זאגן: "מיין נישט אז יענעם'ס נאז איז גרינער..."

Re: מיין ראול מאדעל, גארנישט אזוי גלארי

נשלח: דינסטאג יולי 12, 2016 10:47 pm
דורך פליקער
מיין באבע פלעגט אלס האקן אויף מעשות וואס ענדיגן זיך אז ער איז די לעצטע מיניט געהאלפן געווארן, און געלעבט העפעלי עווער עפטער, ווייל רוב מאל ענדיגט זיך עס באמת אז יענער איז געבליבן א ארימאן, יענעם'ס ביזנעס איז געגאנגען דערערד אריין, ער האט אויסגעהויכט און נישט באקומען די ישועה וואס ער האט אזוי געלעכצט, נאר וואס דען מען ברויך זיך אויסלערנען איבערקומען די שווערע נסיונות, פארוואס זאג איך עס, ווייל דער עולם טרייסט זיך אז סוף כל סוף ביזטו דערגאנגען אז ער איז יא א שלימיאל, און קען נישט מחליט זיין וועלכע דירה אין בלומענבערג צי נעמען וכו', עס איז נישט איי ייא ייאיי, מען ברויך קענען דערטראגען אז ער איז יא א מוצלח, ווי עס איז געווענטלעך די אמת, יא מען איז מצליח און גרויסן, יעדער איז מצליח חוץ די וואס קראכן אוועק.

Sent from my VS987 using Tapatalk

נשלח: דינסטאג יולי 12, 2016 10:59 pm
דורך berlbalaguleh
א איד האט געשריבן:
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:זיינע חברותות זענען מיט א פשטות די ראה״ק (פונקט געזיכט א חברותה), אין די רב פון ביהמ״ד (פונקט געהאט א ליידיגע האלבע שעה).


די רב לערנט נישט מיט עם, נאר איז ביזי עם ארויסצושלעפן פון זיין אונטערנעט אדיקשאן, אויף די בקשה פון זיין ווייב, אין די ראה"ק זיצט מיט עם, און גראד אויס אלע זיינע חובות, וואס ער האט אנגעמאכט, און אנגעזעצט א האלבן שטאט, און איינע פון די עסקנים און שטאט, האבן עס אנגעשדכנט צום ראה"ק.
און ביי די וועי, די הויז וואס די גאנצע שטאט מיינט אז עס האט עם געקאסט א האלבן מיליון דולר ביליגער, איז נאר געווען אויף די ביכער, אונטערן טיש האט ער באצאלט נאך 1.2 גרינס.
הקיצור שלימזל\שלומיאל פון שטאט.

א איד: דוו זאגסט שוין אויס צופיהל פרטים. די רב ווייסן מיר שוין. ס'דא א חשש גילוי אויפ'ן יונגערמאן... :lol: :roll:

נשלח: מיטוואך יולי 13, 2016 7:08 am
דורך שבת אחים
דיינע תגובות זענען זייער אינטערסאנט, צוקער זיס, א גרינגע לשון וואס איז העכסט לייענבאר פאר יונג און אלט, דיין פעדער איז ממש צו באוונדערן! א שיינעם דאנק אייך פארן דעליווירן אזעליכע ״שטילע תגובות״ וואס איז מלא וגדוש געקענטן און געפלאכטן אין שטילע׳ס הומואריסיטשע שטילבייסיקער היימישע בעקעריי :).

דערמאנסט מיך פון א מעשה, א באוויסטער חסיד ר׳ מנשה איז אמאל אריינגעקומען צום הייליגען ר״ר אלימלך און האט זיך אפגערעדט אז ער איז שוין ליידער חתונה געהאט צוואנציג יאהר און ער האט נאך נישט זוכה געזעהן צו זש״ק, איז דער הייליגע רבי ר׳ אלימלך גלייך רויט געווארן ווי פייער און זיין פנים האט געברענט און געפלאקערט ממש ווי א כובשן האש גלייך ארויס פון אברהם אבינו׳ס קאלאך איווען, ביז דער רבי האט געכאפט א שטיקל דרימל און איינגעשלאפן אויף א בארג מיט קוויטעלעך... און נאך אפאר שעה דרומלען האט זיך דער צדיק דערוועקט און געזאגט בזה הלשון: ... איך געדענק שוין נישט פונקטליך ווייטער די מעשה אבער מ׳זאגט אז ווען די ר״ר אלימלך האט זיך דערוועקט האט מען געקענט זעהן אז זיין בארד איז געוועהן גענצליך נאס
ווער ס׳וויל קען ממשיך זיין די מעשה ווייטער...
זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל.

נ״ב למעשה אויף וויפל שמייסטו ארויף אויפן 17 מיט די זאמיקס טראק? קענסט פארן מעהר ווי 13 א האלב מייל א שעה אויפן וואוצבארא??? הע?

Re: מיין ראול מאדעל, גארנישט אזוי גלארי

נשלח: מיטוואך יולי 13, 2016 7:40 am
דורך טאמבל סאס
די נקודה האב איך פארשטאנען איז - אז זיין ווייב מאכט זיכער אז די רעקל איז ריין - מעטאפאריקלי ווי צו זאגן 'אז די חיצוניות זאל גלאנצן.' יעצט אז זי איז נישטא שיילט זיך ארויס אויך די צווייטע העלפט בילד

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

נשלח: מיטוואך יולי 13, 2016 9:00 am
דורך שטילע אינגערמאן
פליקער האט געשריבן:מיין באבע פלעגט אלס האקן אויף מעשות וואס ענדיגן זיך אז ער איז די לעצטע מיניט געהאלפן געווארן, און געלעבט העפעלי עווער עפטער, ווייל רוב מאל ענדיגט זיך עס באמת אז יענער איז געבליבן א ארימאן, יענעם'ס ביזנעס איז געגאנגען דערערד אריין, ער האט אויסגעהויכט און נישט באקומען די ישועה וואס ער האט אזוי געלעכצט, נאר וואס דען מען ברויך זיך אויסלערנען איבערקומען די שווערע נסיונות, פארוואס זאג איך עס, ווייל דער עולם טרייסט זיך אז סוף כל סוף ביזטו דערגאנגען אז ער איז יא א שלימיאל, און קען נישט מחליט זיין וועלכע דירה אין בלומענבערג צי נעמען וכו', עס איז נישט איי ייא ייאיי, מען ברויך קענען דערטראגען אז ער איז יא א מוצלח, ווי עס איז געווענטלעך די אמת, יא מען איז מצליח און גרויסן, יעדער איז מצליח חוץ די וואס קראכן אוועק.

Sent from my VS987 using Tapatalk

[tag]פליקער[/tag] ביסט גערעכט. כ׳האלט אויך אזוי

נשלח: מיטוואך יולי 13, 2016 6:02 pm
דורך וואלווי
און דאס איז נאר שטילע עט היז בעסט שטילערהייט מיט סיג לחכמה שתיקה. ווארטס נאר צו ווען ער וועט אויפמאכען די מויל מיט חכמה...

און דאס נאר אלס יונגערמאן ווארטס נאר צו ביז ער ווערט עלטער און תלמידי חכמים כל זמן שמזקינים...