א סטאבילע מוח

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

א סטאבילע מוח

שליחה דורך פליקער »

א סטאבילע מוח

דאס איז קלאר אז די מוח פון א מענטש איז די העכסטע אטאריטעיט פונעם פערזאן, זיין מוח ברעינגט אלע ערליי געפילן צו יעדע סארט געלעגענהייט, אויב איז עס ביי א שמחה דאן איז ער פריילעך, און זיין גוסטע איז גינסטיג, עס איז אים געשמאק, ער איז אויפגעלייגט, אדער ווען ער איז ביי א שפיטאל אדער ניחם אבלים דאן איז ער ציבראכן פארקלעמט אד''ג, זיין מוח קאפערירט מיט די זמן - די פרעזענטס, ער איז ווי עס ברויך צי זיין ער איז געזינט.

אבער די פראגע איז, איז ער אין קאנטראל , קען ער זיך אראפ זעצען ליינען א בוך אדער לערנען א בלאט גמרא, אדער למשל ער גרייט זיך צום דאווענען ער הייבט אן זאגן די ווערטער וואס שטייען אין סידור ולבו בל עמו, ער איז אין א פליגער וואס פארט קיין מירן, פלוצלינג פריווט ער זיך צי דארמאנען א ניגון וואס ער האט געהערט ביי יואלי'ס חתונה, דער זינגער האט געראקט, איך האף זיי גייען האבן שלום בית דארט, די פלייש איז געווען קאלט איך מיז רעדן צים שמש וועגן די טשולענט וואס גייט ביי די קידוש, דער שמש זייגט לעצטענס, וואס איז געשען מיט אים, וכן הלאה, אזוי פארן די מחשבות.

ווען עס פאסירט ביי א געווענטליכע שאמענשרה איז עס נישט קיין פראבלעם כאפט ער די עטליכע זעצעס ביי סלח לנו, מאכט ער א קארצע סטאפ ציריק אין שיל, און פארט גלייך ווייטער צים נעכטיגן נאכטמאל ביי שמח תשמח ווען ער האט זיך אנגעריפן די גיטע וויץ, יעדער האט אים געזאגט אז ער איז א חברה מאן, חוץ יענקי איז געווען באמאכט, ער איז זיכער געווען טויט דזשעלעס, אז ער נעמט אלע מאל די טייערערע איבערגעצויגנס, קראכן זאל ער, גריידע הייסט ער א שטילע עושר, איך האלט אים פאר א קארגע חזר, אזוי פארט ער ארים פון איינס צים צווייטן, די פנים פלאמט, ער שאקעלט זיך ווי א הושענה, זיין שטערן קנייטשט, אלעס שטימט אבער זיין קאפ איז נישט דא, און ער קען גאר נישט טון דערוועגן.

אבער די גרעסערע פראבלעם איז ווען עס קומט צי מאכן אן ערנסטען דעסיזשן, ער ברויך עפעס דורך טראכטן, ער קען פשוט נישט טראכן, ער ווייס נישט וואס דאס מיינט בכלל זיך קאנצעטרירן דורך נעמען אן ענין, ווייל ער קען זיין מוח נישט אפשטעלן פאר קיין רגע, און מאכט נאר ווילדע נאכלעסיגע החלטות, אן קיין שום באגרינד, גענוי אזוי ווי איינער וואס וויל מאכן פערציג פוש אפ'ס, הייבט אן מיט א פעסטקייט, קען אבער נישט מאכן מער ווי צוויי דריי, דערנאך איז אים נישט מעגלעך, כן הדבר הזה, אויב קען מען נישט האבן קיין גאנצע מיניט קאנצעטראציע ווי אזוי קען ער וועלן מאכן א דורך געטראכטע החלטה אן די מעגליכקייט, דא הייבט זיך שוין אן צי אנזעין א ערענסטע פראבלעם.

אבער וואס פאסירט ווען עס גייט א טריט ווייטער, ער שטייט אויף איין טאג אין א באמאכטע גיסטע, און קען דערפון נישט ארויסקריכן, צי איז עס ווייל ער האט געהאט א בייזע וויזיט פונעם בעל החלומות, און איז געווען פונקט אינעם צענטער פון א שטורם ווינט, אדער טעראריסטישע אטאקע, אדער איז אים א גנב געווען אין שטוב און פראבירט צי שרייען און דער חלום האט געלויטעט אז ער איז טויט הייזעריק אדער פארלעזירט, ער כאפט זיך אויף און זעט אז עס איז א בייזע חלום, ער באקוקט דעם שטוב ואיננו, דער גנב איז נישטא, אבער ער באריאיגט זיך נישט ער קען נישט ארויס פונעם טימל, ער בלייבט בייז, אדער נאך טויזענט סיבות וואס מאכן אים זיין און כעס אדער ציבראכן, ווען איינער האט אים געגעבן א בייזן בליק אדער גאר פארשעמט, און ער קען זיך נישט אפשאקלען פונעם געדאנק, ער פריווט און פריווט, אוו ביז א סקונדע איז ער ציריק אינעם געמויזעכץ, ער איז אין כעס עד כדי כלות נפש.

וואס איז די סעלושען, עקסערסייז, יא איר הערט גיט עקסערסייז, מען ברויך מאכן איבונגען, נישט אויף א טרעד מיל אדער דזשים, איך רעד נישט פון פיזיקל עקסערסייז, נאר פון מענטל עקסערסייז, גענוי ווי מיר האבן דערמאנט פריער ווען איינער וויל מאכן צוואנציג פוש אפ'ס קען נאר און אמת'ן מאכן צוויי, ווי איז אבער אויב וועט ער היינט מאכן צוויי, און זיך שטיפן צי דריי, מארגען דריי, און ביז א וואך פינף, ביז צוויי דריי וואכן מאכט ער בלי ספק די צוואנציג, פארוואס, ווייל ער האט געמאכט עקסערסייז, כן ביי די מוח, אויב מאכט ער א מוח סטאפ אויף עפעס א וועג אפילו פאר א סקונדע, דאן נאכן דורך פאלן מאכט ער פאר נאך א סקונדע אזוי פאר פינף מיניט, און די ערשטע טאג וועט ער פארלירן זיין קאנצעטראציע כאטשיג לאמיר זאגן הינדערט מאל פאר פינף מיניט, וועט ער אבער ביז א וואך קענען מאכן זיין פינף מיניט קאנצענטראציע מיט נאר בערך צעין סטאפס, און סוף חודש אן קיין סטאפס בכלל, דאס טייטש ער וועט זיך קענען קאנצענטרירן אויף איין זאך פאר פינף מיניט און איין צו, אן קיין איבער-רייס. דאס איז דאך געוואלדיגע נייעס, פאר די מענטשהייט, דאס הייסט אז עס איז מעגלעך שולט זיין במוחו, שולט זיין אויף זיינע גוסטעס, יא עס איז מעגלעך.

ווי אזוי מען זאל זיך קאנצענטרירן איז דא פארשידענע דיעות איבערן כדור, ליידער זענען רוב דיעות זאגער אין די ענין רעליגיע'ס, יעדער מיט זיין חלום, די בודיסטן קריסטן מיט כל ערליי מעדיטעשען מעטאדן, זיי טיען זיך אן קליידער וואס זענען זייער ברייט, מיט מאדנע שרייעדיגע קאלירן, מיט מאדענע היטן, זעצען זיך אויף גלייך ווי איינער וואס האט בטעות איינגעשלינגען א בעזעם, גלייזט מיט די אויגן, און איז מתפלל פאר זיין געטשקע מיט די הענט ווי איינער וואס האט געפאטשט ביי לכה דודי און זיינע הענט זענען באשמירט געווען מיט קרעזי גלו, אדער אנדערע מאדענע גרימאסן, מירמלענדיג אימעטיגע טענער.

אונזער רעלגיע איז אויך מלא מיט עיצות צי די ברעסלובע מיט זייערע טעלעפאון בוטקע'ס, אדער אנדערע חסידות'ן מיט פארמוח'ן זיך, ליטווישע וואס מעדיטעטן אין תוספות'ןס פשט בר' חיים, בשעת ער זינגט רחם בקול רם, און פריווט איין רעדען די ארימיגע אז ער טראכט נישט איצט פון זיינע זיסע קינדערישע יארן.

מיין עצה איז תפילה בכוונה, מען זאל זיך נעמען כאטשיג איינע פון די דריי שמונה עשרה'ס און איידער מען הייבט אן, זאל מען זיך אפשטעלן, אריין טראכטן און זיין אטעמען פראסעס ווי אזוי די ליפט גייט אריין און ארויס, ווען ער קען זאל ער אנהויבן ברוך אתה, טראכטן די פשוטע פירוש המילות, ווען ער פליט אוועק, שטעל זיך אפ, אטעם גיי ווייטער, מאך זיכער האסט אינזין יעדע ווארט, די גאנצע שמ''ע, אנהויב קען עס נעמען אביסל, אבער ווינדער איבער ווינדער זיין קאנצעטראציע וועט זיך גאר שטארק מצמצם זיין, מען ווערט ממש א נייע מענטש ביז א קארצע צייט, מען שפירט שנעל א גאר גיטע געפיל, מען ווערט נישט מער אזוי שנעל און כעס, מען הערט אויף טון זאכן ווי א ראבאט, דאן ווען דו גראדעאירסט איין שמונה עשרה, נעם זיך צי נאך איינס, און א דריטע און דערנאך נאך תפילות.

פארשטייט זיך אליינס, אז די ערליכערע אידן וואס האלטן אויף העכערע שטאפל און אמונה, איז עס א געוואלדיגע ערייכונג און א געוואלדיגע אפערטונעטי באמת מתפלל זיין די אלע תפילות, די שוואכערע זאלן קודם מתפלל זיין אז זייערע אויגן זאלן אויפגעלאכטן ווערן, זיין דאנקבאר פארן בורא עולם הטוב כי לא כלו רחמיך, אימגלויביגע וואס ווילן נישט דאנקבאר זיין פאר ג-ט זאלן דאנקבאר זיין פאר וועלכע געטשקע זיי ווילן אדער פאר זייערע גענע'ס אז זיי האבן אים באשאפן מיט געטליכע אויגן, און אלע אנדערע חושים, און אז עס ארבייט, און זיך אויסוויינען צי זיינע גענעס אז די דורות זייערע זאלן אויך זיין געלינגען, און נישט ווערן ציריק א מאנקי, ווי די וועלט זאגט מען ברויך נישט זיין קיין איד צי גלייכן טשיקן זיפ.

וואס איך מיין ארויסצוברענגען, אז מעדיטעשן איז נישט קיין רעליגעזע מיטל לדעתי, נאר א גוטע מיטל צי מאכן איבונגען מיטן מוח, נאר מיר אידן בני מאמינים האבן די זעלטענע געלעגענהייט זיך מתבודד זיין און זיך אויסשמיסן מיט א שטארקע צומצם המוחות, און נישט דורך לאזן אזא קנאקעדיגע געלעגנהייט מיט דורך טראכטן וואסערע סארט הערינג עס איז דא אויסצופאסטן נאך שחרית, אולי איז דאס די סיבה פארוואס אידן הייסן בדרך כלל די קלוגסטע פאלק, הגם איך זעי עס נישט, אבער די וועלט איז דאך נישט משוגע.


Sent from my VS987 using Tapatalk
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

פליקער האט געשריבן:מיין עצה איז תפילה בכוונה, מען זאל זיך נעמען כאטשיג איינע פון די דריי שמונה עשרה'ס און איידער מען הייבט אן, זאל מען זיך אפשטעלן, אריין טראכטן און זיין אטעמען פראסעס ווי אזוי די ליפט גייט אריין און ארויס, ווען ער קען זאל ער אנהויבן ברוך אתה, טראכטן די פשוטע פירוש המילות, ווען ער פליט אוועק, שטעל זיך אפ, אטעם גיי ווייטער, מאך זיכער האסט אינזין יעדע ווארט, די גאנצע שמ''ע, אנהויב קען עס נעמען אביסל, אבער ווינדער איבער ווינדער זיין קאנצעטראציע וועט זיך גאר שטארק מצמצם זיין, מען ווערט ממש א נייע מענטש ביז א קארצע צייט, מען שפירט שנעל א גאר גיטע געפיל, מען ווערט נישט מער אזוי שנעל און כעס, מען הערט אויף טון זאכן ווי א ראבאט, דאן ווען דו גראדעאירסט איין שמונה עשרה, נעם זיך צי נאך איינס, און א דריטע און דערנאך נאך תפילות.


געוואלדיג געשריבען און גוט ארויסגעברענגט.

מ'דארף נאר אנהייבן אפילו מער ציביסלעך, מיט נאר אפאר ברכות און שמו"ע פאר מ'גייט צו צו די א גאנצע שמו"ע. די חפץ חיים שרייבט טאקע אויף א פלאץ אן עצה טובה זיך צו קענען מצמצם זיין די מח ביי שמו"ע, אז פאר יעדע ברכה זאל מען זיך אפשטעלען פאר א רגע און אריינטראכטען וואס די קומענדיגע ברכה גייט זיין, און דאס העלפט טאקע שטארק.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

Re: א סטאבילע מוח

שליחה דורך פליקער »

גילוי אלערט, איינער קומט צו מיר און שרייט מיך אן דו שגץ דאווענסט צו לאנג שמונה עשרה, מסתם טרינקסטו קאווע.., זאג איך אים אז איך דאווען שוין אזוי א שטיקל צייט, אהא מהאט דיך געכאפט דו ביזט דער וואס האט געמאכט די קאווע.

Sent from my VS987 using Tapatalk
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
פארשפארט